א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 4

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: על דא ועל הא · דורך: ליינער · וואך: בשלח , תשע"א · בעל-בית נומער: 32 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/האנדע-אדיסי-און-טאיאטע-4/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 4

נאך א קריטיק – האנדא האט נאכגעמאכט “קרייסלער” מיט איינע פון די אפציעס, אז אויף די העכערע מאדעלן קומען אריינגעבויעט א הארד-דרייוו אז איר זאלט קענען אריינלייגן אייער אייגענע מוזיק און דאס הערן ווען איר ווילט. דאס איז באמת איינע פון די גרעסטע מעלות אויף די קרייסלערס, וועלכע קומען מיט 20 ביז 30 גיגאבייטס הארד-דרייווס, גרייט צו ווערן אנגעפילט דורכן דרייווער, ממש ווי אן אריינגעבויעטער איי-פאד, אן דעם וואס איר זאלט זיך דארפן שלעפן מיט די אלע כלים. ביי די קרייסלער’ס איז פאראן א USB פלאג, וואו איר שטעקט אריין אייער יו.עס.בי. שטעקעלע מיט מוזיק און איר קענט דאס תיכף ארויפלאדענען אויפן הארד-דרייוו. אזוי אויך קענט איר ארויפלייגן בילדער.
מיר וועלן זיך נאך האפענטליך אומקערן בעז”ה צו די קרייסלער ווענס אין אן אנדערע געלעגענהייט.
צוריק צום אודיסי, איז דער פראבלעם אז ער גיט אייך אויך א הארד דרייוו (הגם בלויז 15 גיגאבייטס, האלב פון קרייסלער, און אויף די נידעריגערע מאדעלן בלויז 2 גיג), און איר קענט ארויפלאדענען “בלויז פון אריגינעלע סי.די.’ס”. נישט פון קיין קאפיס, נישט דורך יו.עס.בי., גארנישט. איר מוזט נוצן דעם ערשטן אריגינעלן סי.די., און די סיסטעם טוט דאס “ריפן” (rip) צום הארד-דרייוו, גאנץ שטאט. נארישע קעפ! (אבער איר קענט אריינשטעקן אייער יו.עס.בי. דרייוו אינעם פלאג און הערן מוזיק פון דארטן, אן ארויפלאנדענען אינעם סיסטעם פונעם ווען, און דאס בלויז אויף די העכערע ווערסיעס, מיט לעדערנע זיצן EX-L.)
אויך האט האנדא א פראבלעם, און זיי ווילן זיך נישט דערלערנען, אז אסאך פיעטשארס טוען זיי נישט אפפערן נאר אויף די העכערע, טייערערע וועריעס. למשל, bluetooth. מען קען דאס נישט באקומען נאר אויף די העכערע מאדעלן, מיט לעדערנע זיצן וכדו’. דאס איז א עולה, ווייל רוב – אויב נישט אלע – מענטשן האבן היינט א סעלפאון, און עס איז איבעראל אומלעגאל צו רעדן אויפן טעלעפאן, ממילא וואלט אזא פיטשער געדארפט זיין אויף יעדן קאר, פונקט ווי אנדערע סעיפטי פיטשערס. אזוי אויך די בעקאפ קעמערע איז נאר דא צובאקומען אויף די טאפ-מאדעלן. אויך האבן זיי אויף די העכערע מאדעלן אזא קליינע “פריזשידער” (נישט ממש..) וואס האלט קאלטע עסן אדער טרינקען קאלט. זיי גיבן א אויך א נייע 6 ספיד טראנסמישאן אנשטאט די אלטע 5 ספיד, אבער אויך בלויז אויף די העכסטע, טייערסטע מאדעל. די אלע קלענערע בלייבן מיטן אלטן, לכה”פ אויפן יאר 2011. אלע אנדערע מיניווענס האבן שוין א 6 ספיד, און האנדא דארף זיך צופלייסן צו קענען דעריאגן די מעלות פון זייערע קאמפעטישאנס.
איין מעלה פון ביידע, סיענע און אודיסי, איז (בפרט פאר אונז מיט גרעסערע משפחות קע”ה) אז מען קען דאס באשטעלן אין א 8 פאסאנזשיר ווערסיע. קרייסלער, און קיע, און אין די בקרוב-נייע ניסען קוועסט, קען מען האבן בלויז 7 פאסאנזשירן.
די קרייסלער – און איר דאדזש שוועסטער – האבן אבער א מעלה וואס קיינער האט נישט דערווייל – די מיטעלסטע זיצן לייגן זיך אריין אין דער ערד גענצליך, אזוי ווי די אונטערשטע סיעט. פאר איינעם וואס דארף אפט שלעפן פעקלעך, און קען נישט ארויסשלעפן די זיצן יעדן מאל, איז דאס א געוואלדיגע מעלה.
די 2011 “ניסאן קוועסט” קען אויך אריינקנייטשן די מיטעלסטע זיצן אין דער ערד, אבער נישט גענצליך, נאר כמעט. מער פרטים און שטריכן פון די קוועסט וועט בקרוב ערשיינען, און מיר וועלן דאס מודיע זיין פאר די חשוב’ע לייענער אי”ה.
דעם חודש קומט קרייסלער (און דאדזש) ארויס מיט א איבערגעמאכטע ווערסיע פון זייער נישט-אזוי-געלונגענעם מיניווען, וואס וועט פארבעסערט ווערן אין אלע הינזיכטן. א חוץ דעם נייעם נאז און לעקטערס פון אונטן, האט עס א נייע ענדזשין וואס האט די מערסטע POWER פון אלע מיניווענס, און פארנוצט נישט מער גאז, די קוואליטעט פון די מאטעריאלן וועט זיין גאר שטארק פארבעסערט און וועט פילן רייכער, די זיצן, ספעציעל די מיטעלסטע וועלכע בוקן זיך אין דער ערד אריין, וועלן זיין מער באקוועם און דיקער, דער גאנצער דרייווינג עקספיריענס, פארזיכערן זיי, וועט זיין פיל געשמאקער, מיט בעסערע “דרייווינג-דיינעמיקס”, ד.ה. בעסערע רייד, הענדלינג, ברעיקינג, סטירינג א.א.וו.

January 11, 2011 at 2:56 PM#2
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 4

תם ונשלם?

January 13, 2011 at 5:31 PM#3
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 4

עס קוקט אזוי אויס, עס שטייט נישט אז המשך קומט, מער ווייניגער האט ער שוין אלעס ארויסגעשריבן וועגן די אדיסי און סיענע.

January 13, 2011 at 7:31 PM#4
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 4

סעריע:
על דא ועל הא
וואך:בשלח, תשע”אבעל-בית נומער:32
……
מיר וועלן זיך נאך האפענטליך אומקערן בעז”ה צו די קרייסלער ווענס אין אן אנדערע געלעגענהייט.
צוריק צום אודיסי, איז דער פראבלעם…..

…….אבער נישט גענצליך, נאר כמעט. מער פרטים און שטריכן פון די קוועסט וועט בקרוב ערשיינען, און מיר וועלן דאס מודיע זיין פאר די חשוב’ע לייענער אי”ה.
דעם חודש קומט …..

January 13, 2011 at 7:55 PM#5
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 4

בן בית
דו ביזט א גוטער דייקן, עס איז נאך די האפענונג…