א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 3

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: על דא ועל הא · דורך: ליינער · וואך: בא , תשע"א · בעל-בית נומער: 31 · דאטום: 2011-01-03
http://www.balboos.com/content/2011/01/א-בליק-איבער-די-האנדע-אדיסי-און-טאיאטע-3/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 3

המשך פון פארגענגענע וואך
אבער לאמיר מקיים זיין דעם אויבנדערמאנטן חז”ל פון אל תסתכל בקנקן – אריינגייענדיג אין די האנדא אודיסי פון אינווייניג, איז באמת א פראכט פון א ווען. עס איז אסאך שענער צוגעשטעלט ווי די פריערדיגע וועלכע די נייע טוט ערזעצן, עס קוקט אויס רייך, ווי ארויסגענומען פון א לוקסוריעזע אקיורע. (גראדע זייער ענדליך צו די MDX).
האנדא האט דא אריינגעלייגט כוחות צו פאררעכטן די עטליכע חסרונות פון די פריערדיגע מאדעלן. צב”ש דער ווען פארט שטילער, די סטירינג ווהיל איז גרינגער צו דרייען (צו גרינג, לויט א טייל), דער ווען וועגט ווייניגער, דאס העלפט סיי צו דעם פאקט אז עס נוצט אביסעלע ווייניגער געז, און אויך אז עס איז דא מער פערדן-כח פער פונט. די ברעיקס זענען שטארקער און מער “עפעקטיוו”. אויך די זיצן זענען מער פלעקסיבל, בפרט פאר די וואס נוצן קאר סיטס, און די מיטעלסטע זיץ (מיטעלסטע רייע) איז געווארן ברייטער. זיי האבן צוגעלייגט א פלאץ פאר א קליינע מיסט-קאסטן, דהיינו מען קען אריינלייגן א בעג. אויך זאגט האנדא אז זיי האבן פארבעסערט די אינווייניגסטע לעקטערלעך אז עס זאל זיין ליכטיגער, ליהודים היתה אורה. (אבער נאך אלץ נישט די שיינע LED בלויע לעקטערלעך ווי די קרייסלער האט..)
די סליידינג-טירן האבן זיי אויך פיל פארבעסערט, און זיי ארבעטן “קלוגער”, זאגט האנדא. אין די פריערדיגע מאדעלן, אויב האט איר א קוועטש געטאן אויף איינע פון די טירן-קנעפלעך אינמיטן זיך רוקן (צומאכן אדער עפענען), האט דער טיר זיך אומפארשטענדליך אפגעשטעלט און אנגעהויבן פייפן, ווי זיך צו באקלאגן: “וואס ווילסטו פון מיר”? אצינד, זאגן זיי, וועט שוין זיין בעסער.
זיי האבן אויך געוואלט עס זאל פארן מער ווי א קאר, האבן זיי געטון עטליכע זאכן, וואס פילע קריטיקירן. איינס, זיי האבן געמאכט דעם ווען נידריגער מיט עטליכע אינטשעס, וואס פאר הויכע מענטשן איז דאס א שטער. צוויי, זיי האבן נישט ארויפגעלייגט קיין ראף-רעקס (דאס זענען די שטאנגען אויפן דאך פונען ווען, אויב ווילט איר ארויפפאקן נאך פעקלעך און האבן אין וואס דאס צוצובינדן). אז איינער וויל דאס דוקא קען ער דאס באשטעלן פונעם דיעלער פאר 300-400 דאלער. האנדא זאגט אז דאס מאכט די קאר בעסער זיך אדורכשניידן דעם ווינט, און אויטאמאטיש פארן שטילער. זיי טענה’ן אז רוב מענטשן נוצן דאס ממילא נישט. כדי צו קאמפענסעטן פאר די נידריגקייט, האט האנדא געמאכט דעם ווען אביסעלע ברייטער, וואס גיט מער פלאץ אינווייניג. (זעהט אויס אז האנדא האט זיך מער גערעכנט מיט די ברייטע מענטשן ווי די הויכע! איז דאס נישט דיסקרימינאציע?….)
אנדערע קריטיק אויף די אודיסי איז ווי פאלגענד: די רעדלעך זענען א ביליגערע, שוואכערע סארט ווי די אויף די לעצטערע מאדעלן. א זאך וואס רוב דרייווער וועלן נישט באמערקן. אנדערע קריטיק איז אויף די מאדעלן וועלכע האבן א GPS, עס איז מער נישט קיין טאטש-סקרין! דער סקרין איז צו ווייט צו קענען דערגרייכן אינמיטן דרייוון, דעריבער איז דא א “דזשוי-סטיק” (joystick) אונטן פונעם דעש-באורד, און פון דארט טוט מען קאנטראלירן דעם נעוויגאציע סיסטעם. דאס טוט אויך האלטן דעם סקרין ריינער, אנע פינגער-פרינטס. אבער מענטשן זענען אנטוישט דערפון. האנדא האט אבער דאס פארבעסערט אז ס’איז הארד-דרייוו בעיסד, ד.ה. די נעוויגאציע אינפארמאציע ליגט אינעם הארד-דרייוו, נישט אויף א DVD דרייוו, ווי ביז היינט, וואס איז שוין גאר אלטמאדיש.
המשך קומט אי”ה

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע
  2. א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 2
  3. א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 3 (This post)
January 3, 2011 at 1:31 PM#2
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 3

סוי ווי מיר האלטן יעצט וועלכע ווען זאל איך נעמען אדיסי, סייענע?

January 3, 2011 at 1:44 PM#3
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 3

דער שמעלקא נעמט אונז אויף א גוטע רייד :)

דער ארטיקל ציט מיך דאס מערסטע, איך האב נאך אינערגענץ נישט באגעגנט די אינפארמאציע.

January 4, 2011 at 7:49 PM#4
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 3

וועלעכע די נעמסט משה’לע העססטו שוין וויסן פון פאראויס וואס צו קאמפלעינען און אויף וואס צו זאגן “אבער דעי מעלה האט עס יא…” וועסטיך שוין גלייך פילן ווי ביי דיר אין קאר…. העסט עס קענען מאכן שמיציג…

(ביי די וועי זאלצבערג וויאזוי לייגט מען אריין א סמיילי?)