עס איז וויכטיג אַז אַ מענטש’ס פּראָצעס פון מאכן אַ החלטה זאל זיין געפירט דורך איינס פון דריי קאטעגאריעס: קלוגשאַפט; די אינערליכע שטימע; און געפיל.
צום ביישפּיל:
איך שטיי אין דעם גראסערי געשעפט און איך זעה אַ פּעקל טשאקאלאד. מיין קלוגשאַפט-פּראָצעס גייט עפּעס אַזוי: “איך פּרוביר צו היטן אויף מיין געזונט. איך וויל ח”ו נישט ווערן קראנק. אויב איך עס דאס, בין איך נישט גוט צו מיין גוף און עס קען מיר שאדן.” דאס איז אלעס סיבות וואָס שטאמען פון אַ קלוגע טראכטונג.
מיין עמאציאנעלע שמועס גייט בערך אַזוי: “איך וויל דאס אַזוי שטארק! קיינער קען מיר נישט זאגן וואָס צו טוהן! (אפילו נישט איך.)” דאס איז אלס ווי מיינע געפילן האָבן אַ השפעה אויף מיינע החלטות און וואָס וועט ערפילן מיינע עמאציאנעלע געברויכן.
יעצט האָב איך איין וועהלונג “פאר” און איין וועהלונג “אנטקעגן”. איך שטעל זיך אָפּ און איך פרעג מיין אינערליכער זעלבסט, מיין זיך, “איז דאס דער ריכטיגער זאך צו טוהן אין די צייט?” עס ענטפערט, “עס שפּירט נישט ריכטיג צו האָבן דאס יעצט.” דאס איז אלעס וועגן טוהן דער ריכטיגער זאך אויף אַ טיפערער שטאפל.
יעצט האָב איך שוין צוויי וואלן “אנטקעגן” און איך פארלאז דעם געשעפט מיט אַ שמייכל אבער אָן דעם טשאקאלאד.
דאס איז, אוודאי, נאר איין דוגמא פון ווי אַזוי דער דריי-שטאפלדיגער פּראָצעס פון מאכן אַ החלטה קוקט אויס. אבער דאס געשעהט אין יעדע מצב אין ביזנעס און אין לעבן. זאל איך אימפארטירן דעם פּראָדוקט? זאל איך קויפן דער פרינטער? זאל איך זיך צוזאמשטעלן מיט יענעם אלס אַ שותף? ווען איז דער ריכטיגער צייט צו נעמען אַ וואקאציע?
אין יעדע מצב געדענקט זיך צו פרעגן דאס וואָס איר וואלט זיך געפרעגט אין דעם גראסערי: “איז דאס דער ריכטיגער צייט דאס צו טוהן?” און דער ענטפער וועט זיין יא אדער ניין. הערט אייך צו צו אייער אינערליכער שטימע און איר וועט בעזרת ה’ הערן דעם קול פון הצלחה
לאמיר מאכן אן החלטה
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: בא , תשע"א · בעל-בית נומער: 31 · דאטום: 2011-01-03
http://www.balboos.com/content/2011/01/לאמיר-מאכן-אן-החלטה/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2011/01/לאמיר-מאכן-אן-החלטה/ קאפיע אין ארכיוו