ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן 2

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דער אקאונטענט ענטפערט · דורך: Kaufman Tax & Financial Inc · וואך: בא , תשע"א · בעל-בית נומער: 31 · דאטום: 2011-01-03
http://www.balboos.com/content/2011/01/ווען-איז-בעסער-נישט-צו-שאפן-א-קארפארעי2/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן 2

שאלה:
איך האב זיך אריינגעלאזט אין טייפסעטינג, און איך וויל האבן א ביזנעס אז איך זאל קענען נעמען קרעדיט קארד’ס פון מענטשן און אז איך זאל קענען איינגעבן ביי די שטאט (מעדיקעיד, טעקס ריטורן וכדו’) פון וואו איך מאך מיין געלט, איך וויל אז די אינקאם פון די ביזנעס זאל ווערן גערעכנט אלץ מיין פרעזענליכע אינקאם וועלכע סארט קארפארעישאן איז די בעסטע פארדעם.
ו.ב.

ענטפער: (המשך פון פריער)
אין אזא פאל ווערט די גאנצע ריוח פאררעכענט פאר wages אינקאום. און טעקס פיילט מען אויף די אייגענע טעקס ריטורן.
די מהלך האט עטליכע מעלות
1. א די בי עי איז ביליגער צו פיילן ווי א קארפארעישאן.
2. עס קאסט נישט יערליך טעקס בלויז אויפציהאלטן.
3. עס איז ווייניגער קאמפליצירט.
די חסרון דערפון איז אז יעדע צענט רווח (נאך די הוצאות) איז אייגענע אינקאם. אבער ווי געזאגט, אויב מען וועט סיי ווי נישט פארדינען צופיל מער פון וויפיל מען וויל פארדינען א יאר, איז עס די לייכסטע און פשוט’סטע מהלך. און פונקט ווי ביי א קארפארעישאן, קען מען אראפרעכענען ביזנעס עקפענסעס אלץ הוצאות.

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן
  2. ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן 2 (This post)
January 3, 2011 at 12:56 PM#2
ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן 2

די שאלה איז צו איינמאל מען זעט אז עס הייבט אן צו גיין גוט, און מען מאכט מער געלט ווי ערווארטעט (אויף אלע אידן געזאגט), וואס איז די פראקטישסטע צו טון דעמאלטץ?

January 5, 2011 at 1:17 AM#3
ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן 2

how can you subtract your own expenses as a business expense?

January 6, 2011 at 4:32 PM#4
ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן 2

נתן
וואס פארשטייסטו נישט?
ער רעד אויב מען האט טאקע ביזנעסעקספענסעס, קען מען עס אראפרעכענען פון די אינקאם אפילו מען האט נישט קיין קארפארעישאן, ווייל למעשה ביזטו א ביזנעס.
אין אנדערע ווערטער, די ביזנעס איז אלץ א ביזנעס, די פראגע איז נאר צו וועם די ביזנעס געהערט, צו דיר אליין, אדער צו א קארפארעישאן.