נייעס

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: בא , תשע"א · בעל-בית נומער: 31 · דאטום: 2011-01-03
http://www.balboos.com/content/2011/01/נייעס-8/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

סקייפ קורץ-שלוס, מיליאנען באניצער אן סערוויס

סקייפ, די אינטערנעט טעלעפאן ריז, האט צוליב א טעכנישע פעלער געליטן  א מאסיווע קורץ שלוס וואס האט ארויסגעשטעלט די נעטוואק פון פולע באניץ פאר א משך פון עטליכע טעג.
די קעגנער פון אינטערנעט בעיסד טעלעפאן (VOIP) הייבען אלץ ארויס די פאקט אז עס איז ווייניגער רילייעבעל פון די טראדיציאנאלע טעלעפאן סיסטעם, און עס נישט כדי זיך צו פארלאזן דערויףאן קיין געהעריגע בעקאפ. זייער טענה האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ ריכטיג און די וואס פארלאזן זיך אויף סקייפ, ספעציעל ביזנעסער (בעיקר פאר ביליגע לאנג דיסטענס) האבן געליטן פון שטארקע אומאנגענעמליכקייטן און געלט שאדן.
דאנערשטאג האט די פירמע געמאלדן אויף איר בלאג אז זי ווייסט נאך נישט פונקטליך די שורש פון דעם פראבלעם אבער עס קוקט נישט ווי א בייזוויליגע אטאקע. ווי אויך אז ניינציג פראצענט פונעם סיטעם ארבעט שוין. אויך וועט זי פארגיטיגען אלע “באצאלטע” באניצער, פרי-פעיד און סובסקרייבער, מיט פרייע מינוטן און סובסקריפציעס.

ווערייזאן פרובירט אויס “קלוגע הויז” טעכנאלאגיע אין נוי דזשערסי

ווערייזאן האט אנגעהויבען צו אויספרובירן א נייע טעכנאלאגיע, אין עטליכע היימען אין נוי דזשערסי, וואס ערמעגליכט צו קאנטראלירן די באלייכטונג, טערמאסטאטן פון הייצונג און קילנג סיסטעמען, שלעסער, סעקיוריטי קאמערעס און פארשידענע עלעקטראנישע מכשירים און אפלייענסעס פון סיי וועלכע פלאץ אין די וועלט, דורך די אינטערנעט.
די סאפטווער קען מען אינסטולירן אויפן קאמפיוטער אדער אויף א סמארט פאון.
ווערייזאן -אזוי ווי אנדערע טראדיציאנאלע טעלעקאם פירמעס- זוכען זיך צו אויסברייטערן מיט נייע סערוויסעס כדי צו בלייבן רעלעוואנט אין א וועלט וואס ריקט זיך אלץ ווייטער פון די אלטע פשוטע טעלעפאן נעטווארק.
די פירמע זאגט אז די סערוויס וועט שוין זיין אוועליבעל פאר אלגעמיינע באניץ אזוי פרי ווי אין די ערשטע העלפט פון יאר 11′ למספרם.
מייקראסאפט, גוגל און GE און נאך פיל קלענערע פירמעס, ארבעטן אויך אויף ענליכע טעכנאלאגיעס, צו באהעפטן די היים צו די אינטערנעט.

וויקימידיע שטעלט צוזאם איבער 16 מיליאן דאלער אין באשטייערונגען, וויקיפידיע בלייבט פריי פון עדס

וויקימידיע, די ארגענעזאציע אונטער וויקיפידיע, האט דערגרייכט איר ציל, צו שאפען 16 מיליאן דאלער אין באשטייערונגען, צו דעקן די הוצאות פון אויפהאלטען די וויקיפידיע זייטל, פאר די קומענדיגע קאלענדער יאר, אן דארפען צוקימען צו עדס.
צו בלייבען עדס פריי איז זייער א א וויכטיגע ציל, כדי צו קענען אנהאלטען די סימבאל פון זעלבסטשטענדיגקייט און נייטראלקייט, אז מען זאל נישט חושד זיין אז די אינפארמאציע דארט ווערט באאיינפלוסט דורך געלט.
זייענדיג וויקיפידיע, איז די גאנצע קאמפעין צוגאגעגאנגען אויף דעם נוסח, עס איז אויפגעשטעלט געווארן א ספעציעלע “וויקי” זייטל בלויז פאר דעם קאמפיין. מענטשן האבן געקענט זאגן א מיינונג אויף די נוסח און פרעזענטאציע פון די עדס.
פאר די וואס זענען עוסק אין מארקעטינג וועט זיין גאר אינטערעסאנט צו ליינען די רעזולטאטן פון די פארשידענע נוסחאות און מעטאדען, וואס קען זיין זייער באלערנד. צ.ב.ש. א עד וואס האט פארלאנגט פינף דאלער האט אין דורכשניט אריינגעברענגט א סך הכל מער ווי די עדס וואס האבן געבעטן 10 אדער 50 דאלער. א לענגערע שנאר בריוו האט געברענגט בעסערע רעזולטאטן פון א קורצע בריוו, און א פערזענליכע בריוו פונעם מיסד פון וויקיפידיע, זשימי וועילס, האט געברענגט צוויי מאל אזויפיל געלט ווי א בריוו פון א אנדערע ארבעטער.
א עד מיט די ווערטער Only 5 days left האט געברענגט היבש מער רעזולטאטן ווי די זעלבע  נוסח אן די ווארט Only.
אזוי אויך קען מען זען צענדליגע פארשלאגן פון פארשידענע נוסחאות און באלערנדע קאמענטארן.
עס ליגט דארט זייער אסאך חומר אין די נושא. אויב איינער פון די ליינער וועט שרייבן א סך הכל אדער אנאליז, וועלן מיר עס בלי”נ אריינלייגן קומענדיגע וואך.
http://goo.gl/5ZoUg

טשיקאווע: ספעציעל פאר ווינטער, נאוז דייל

די לעצטערע מאדעלן פון סמארט פאונס האבן אלע איין גרויסע פראבלעם יעצט ווינטער, נעמליך אין די ווינטער קעלט ווען מען טוט אן הענטשוך,  איז די “טאטש סקרין” טאטאל אומניצבאר, וויבאלד עס ניצט די עלעקטראנישע אייגענשאפט פון די הענט צו דערקענען ווי די פינגער איז.
קלוגע סוחרים זענען אויפגעקומען מיט פארשידענע ערליי הענטשוך וואס ארבעט יא (זע בילדער)
אבער א גרעסערע חכם איז אויפגעקומען מיט א נייע איינפאל, פארוואס נישט ניצן די נאז? זיי פארקויפן א ספעציעלע פראגראם פאר די אייפאון מיטן נאמען Nose Dial וועלכע פארמאגט ריזיגע קנעפלעך, אזוי אז מען זאל קענען דריקען די נומערן מיט די נאז, עס קאסט בלויז 99 צענט.
פאר די קריעטיווע מוחות צווישן אונז בלייבט אויפצוקומען מיט א עצה פאר די וואס פירן זיך איבערצודעקן די נאז אויך.

January 3, 2011 at 6:42 PM#2
נייעס

די נאז….????? א חכם……?????? אתמהה…………

לעצטנס איז די מכה פון טאטש-סקרינס אריינגעקומען אין די אויטא אינדוסטרי אויכעט. למשל די נייע “פארד עדזש” און לינקאלן MKX צווילינג ברודער האבן אלע נישט קיין קנעפלעך, נאר איין גרויסע טאטש סקרין, און מען קען קאנטראלירן די גאנצע קאבין אדער דורך (יא, געטראפן) די טאטש-סקרין, אדער דורך “רעדן” מיטן מויל (“האלו, עס איז קאלט דא, מאך העכער די סטיעם!!”) (עס פארשטייט נאך נישט קיין אידיש, דערווייל), אדער זענען פאראן קנעפלעך אויפן סטירינג וויל וואס מען קען מיט דעם קאנטראלירן אלעס. אויך אנדערע קאמפאניס, ווי אודי און נאך האב ענליכע סיסטעם’ס.

עס קוקט טאקע אויס באמבאסטיש, אבער דאס צו נוצן איז באמת א אפקומעניש. און ווי געשריבן פריער, ארבעט עס נישט מיט הענטשוך. איך קען נישט גלייבן אז איינער זאל זיך צובייגן און רוקן די סטיעם פען מיטן נאז.. אפשר א “אויבער” חכם… קאנסומער רעפארטס זאגט די חודש אז דער פארד פארט גאר גוט, אבער זיי קענען עס בשום אופן נישט רעקאמענדירן טאקע צוליב די איבערגעטריבענע אומלאגישן קאנטראל סיסטעם…

איך ווייס נישט וואס מען וויל פון אונז, אין וועלכע משוגע’נע וועלט מיר לעבן…. וואס איז נעקסט? א טאטש-סקרין אויפן טוילעט און איך זאל “סווייפן” ווען איך וויל פלאשן?? אדער אקטיוויזירן די “וואויס קאמענד” און זאגן “פלאָש”? (מען טאר דאך נישט רעדן אין ביהכ”ס, אוי וויי)

January 3, 2011 at 10:59 PM#3
נייעס

shmelke you are awesome
btw i was using my nose when 1 hand was taken to use 1 hand and my nose to zoom the screen haha
sorry for my english but i dont have yiddish on my keyboard

January 4, 2011 at 7:42 PM#4
נייעס

איך ניץ גאר אסאך סקייפ איך בין מיך מחיי’ ס’האט אסאך גיטע מעלות

January 5, 2011 at 1:16 AM#5
נייעס

thanks for the wikimedia link, sounds like good material to study. I am in marketing, thanks a lot.