איידער איך בין ממשיך שפיר איך וויכטיג מקדים צו זיין אז אין די טעג פון די פארפרוירענע וועטער’ס שפירט זיך זייער אומבאקוועם צו שרייבן פון דעם נושא, וואס קען חלילה אויסגעטייטשט ווערן אז דרייווער האבן נישט קיין געפיל צו אנדערע אידן וועלכע שטייען אינדרויסן און פרירן אוועק פאר קעלט.
איז אבער דייקא יעצט די בעסטע צייט צו רעדן דירעקט צום פאסאזשיר, און זיי ארויסהעלפן אין די קאלטע טעג ווען יעדע מינוט שטיין אינדרויסן איז ביי זיי אן אפקומעניש, דורך זיי ערקלערן וויאזוי צו מאכן גרינגער דעם מצוה פארן דרייווער, אז ער זאל האבן חשק זיך אפצושטעלן.
*
אינעם פארגאנגענעם ארטיקל האבן מיר בארירט דאס וואס דרייווער יאגן זיך כסדר, און אז דער מיפארער זאל פארשטיין אז דאס איז נישט סתם אן ארויסדרייעניש.
לאמיר גיין א טריט ווייטער.
נאך א ענין וואס א “נישט דרייווער” וועט קיינמאל נישט משיג זיין איז דאס קאנצעטראציע פונעם דרייווער בשעת’ן פארן. באטראכט נאר אמאל א דרייווער בשעת’ן פארן פון ברוקלין קיין אפסטעיט, וועט איר זיכער באמערקן אז במשך די גאנצע וועג פון איינס אהאלב צו צוויי שעה וועט ער האלטן כסדר זיין אויג אויף פאראויס, און כמעט נישט אוועקוקן פונעם ראוד. האט איר אמאל געטראכט וויאזוי דאס שפירט זיך?
ניין, עס איז נישט גלייך צו זיצן אויפן קאמפיוטער צוויי שעה אין איין המשך, וואס די מענטשליכע טבע ערלויבט פשוט נישט אז די אויגן זאלן זיין אזוי לאנג באהאפטן אויף פאראויס, און בהכרח קוקט מען אוועק פונעם קאמפיוטער א שיין ביסל צייט פון די צוויי שעה.
דא ארבעט אבער דער דרייווער ממש קעגן די נאטורליכקייט, קעגן די מענטשליכע געפילן, אוועקוקן אויף צוויי סעקונדעס קען זיין א אינטערשייד בין חיים למות רח”ל, ער מאכט כסדר שווערע און דראסטישע באשלוסן און קאלקולאציעס, וואס ווען נישט זיין גענצליכע קאנצעטראציע יעדע סעקונדע פונעם טריפ וואלט דאס געקענט זיין פאטאל ה”י, אבער אדאנק זיין קאנצעטראציע רעדט מען דא פון “בלויז” טוישן א לעין, און “בלויז” זיך איינדרייען, וכדומה, זאכן וועלכע קוקן אויס ביים פאסאזשיר ווי מינדערוויכטיג.
און דאס איז נישט בלויז פון ברוקלין קיין אפסטעיט, נאר אפילו ביי א וועג וואס געדויערט 15 מינוט. עס קוקט טאקע אויס ווי דמיונות געבויט אויף מחשבה, זייט ווען שפילט מחשבה אזא וויכטיגע ראלע אינעם מענטשליכע לעבן? אבער זייט’שע וויסן, אז די אלע טויזנטער דרייווער וועלכע איר זעט יעדן טאג אויפן הייוועי טיילן אלע מיט דעם זעלבן שיקזאל. יעדער פון זיי איז יעצט קאנצעטרירט ס’רוב פון זייער מחשבה אויפן ראוד. אז נישט זאל דער באשעפער באהיטן…
וואס טוט מען אז מען זאל זיין פולקאם וואכזאם און די מחשבה זאל חלילה נישט איינשלאפן? יעדע מענטש איז אנדערש, יעדע מענטש’ס מחשבה לעבט אויף דורך אנדערע מעטאדן. ווען ביי טייל דרייווער וועט דאס זיין א שיינע דרשה, וועט דאס ביי אנדערע זיין א שיינע מוזיק סידי, און אנדערע קענען בכלל נישט הערן קיין סידי’ס אויפן וועג, און ביי זיי וועט א גוטער שמועס מיט א חבר זיין דער ריכטיגער מיטל.
קיינער ווילן זיך אבער נישט לכתחלה אריינלייגן אין א “אנגעשטרענגטע” מצב וואס וועט אים מאכן זיך דאפעלט קאנצעטרירן אינמיטן דרייווען. און דא קומען מיר צוריק צו אונזער ענין.
דער כלל איז אז א דרייווער איז א מענטש ווי אנדערע מענטשן, און אים אפעקטירן זאכן פונקט ווי אנדערע מענטשן. ווען א פרעמדע מענטש וועט זיך אראפזעצן מיט אייך ביחידות פאר פופצן מינוט וועט זיך עס ווענדן וואספארא סארט מענטש איר זענט, אויב זענט איר א פריידנליכער קענט איר שנעל טוישן דעם אטמפאספערע פאר א געשמאקער איינגענעמער פארברענג. ווידעראום ווען ביידע זענען נישט די סארט – און מען רעדט דא פון א גרויסע פראצענט מענטשן – איז דאס א אפקומעניש… זאל נישט אויסגערעדט זיין.
צוריקגעצויגענע מענטשן וועלן ווייניגער אויפנעמען פרעמדע מענטשן אין זייער קאר, כאטש זיי גלייכן צו טון חסד פאר אנדערע, און די סיבה איז ווי אויבנדערמאנט, אינמיטן דרייווען וויל מען האבן דאס רואיגסטע קאפ וואס שייך. בעת פריינדליכע מענטשן וועלן ווייניגער האבן א פראבלעם דערמיט.
ווען איר פארט אליינס מיט איינעם ביטע האלט פאר די אויגן די פאלגענדע כללים:
1) אויב זענט איר א מענטש וועלכע קען מאכן דעם אטמאספערע איינגענעם הרי טוב, ואם לאו פראבירט נישט.
2) ווען מען פארגייט שוין יא אין א שמועס: קיינמאל, קיינמאל פרעגט נישט קיין דירעקטע פראגעס צום דרייווער. פרעגט אים נישט וואו ער ארבעט, און זיכער נישט וויפיל ער פארדינט. אינמיטן דרייווען איז זייער נישט קיין גוטע צייט פאר א דרייווער צו קלערן בעמקות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פון א שאלה, עס איז א איבער-די-מאס קאנצעטראציע!. עס זענען אייביג דא גענוג אלגעמיינע ענינים צו דיסקאסירן בעפאר’ן אריינגיין אין יענעמ’ס לעבן.
3) אנטשולדיגט, איך ווייס אז יעדע מענטש גלייכט כבוד, אבער… זעצט אייך קיינמאל נישט אין פארנט, דער דרייווער וויל זיך שפירן פולקאם באקוועם צו קוקן אויף אלע זייטן און אין אלע שפיגלעך אן קיין איבערגעשטרענגטקייט. און בכלל ווען מען רעדט פון א סיטואציע ווען נאר צוויי מענטשן זענען אין קאר און דערצו איינער נעבן צווייטן, פארשווערט דאס שטארק די קאנצעטראציע פונעם דרייווער.
ווען מען פארט מיט מער ווי איינעם אין א קאר, מען רעדט פון מערערע מענטשן צוזאמען איז שוין די מצב פיל לייכטער -געווענליך, דער כלל איז הכל לפי האדם, יעדע מענטש איז אנדערש, און יעדע מצב איז אנדערש.
המשך יבוא אי”ה
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך? (חלק ב’)
9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/01/איך-קען-אפשר-מיטפארן-מיט-אייך-חלק-ב/ קאפיע אין ארכיוו
איך וועל צולייגן מיין ערפארונג אין היטשעס, איך בין א דרייווער און א פוס גייער אויך, אמאל נוץ איך דעם קאר, און אמאל נוץ איך די פיס אדער פאבליק טראנספארטאציע.
צום ערשט וועל איך געבן מיינע ערפארונגען אין לימוד זכות אויף די “מנהיגים”, די דרייווערס, דערנאך וועל איך זיך אפשטעלן אויף די זייט פון די “היטש הייקערס”.
איך האב א ביזנעס פארבינדונג אין פלעטבוש, ווי צומאל דארף איך פארן דארט אזוי אפט ווי צוויי מאל א וואך, פון וויליאמסבורג, דורכפארנדיג דעם היטש פלאץ נעבן אריינפיר צום בי קיו אי שטייען פיל מאל מענטשן וואס ווארטן אויף א היטש קיין בארא פארק, און ווילן מיך צושטעכן מיט די אויגן ווי מיט שפיזן, ווי צו שרייען “דו קאלטבלוטיגער עגאאיסט!, דו זעסט נישט וויפיל מענטשן שטייען דא אין די קעלט/היץ/שניי/רעגן?, זיי ווילן מיטפארן מיט דיר קיין בארא פארק, דו פארסט דאך סיי ווי”… איך האב שטארק רחמנות אויף זיי, אבער איך האב נישט קיין וועג וויאזוי זיי צו ענטפערן “אנטשולדיגט מיר מיינע פריינט, ווען איך פאר קיין בארא פארק נעם איך גערן מיט מענטשן ווען איך קען, אבער אצינד פאר איך קיין פלעטבוש”.
דאס זעלבע ווען איינער פארט צום נעיווי יארד אדער אין יענע געגענד צום עלעקטריק סופליי, צאלן ‘קאן עדיסאן’ ביל, סאטמאר ישיבה קטנה, אדער אנדערע געשעפטן דארטן וכדומה, וואס מ’פארט אויך דורך דעם היטש פלאץ, און אלע קוקן מיט אויפרעג אויף דעם “סעלפיש דרייווער” ווי ער רייסט אדורך מיט זיין באקוועמען קאר און קען זיך נישט אפשטעלן אפילו א מינוט אויפנעמען נאך פאסאדזשירן, אבער “מיינע פריינט! איר ווילט דאך נישט גיין יעצט אין נעיווי יארד, איר ווילט דאך גיין קיין בארא פארק”..
איך האב געהאלטן בעפאר א שידוך טוהן מיט מיין קינד בשעטומ”צ, אין שטוב איז קע”ה דא גערודער און קיין פרייוועסי ווי מ’זאל קענען דורכרעדן די אלע פרטים און ענינים וואס איז געווען דרינגענד אויף די מינוט איז נישטא, איך האב פונקט געהאט א שמחה אין בארא פארק ווי מיין בני בית האט אויך געדארפט מיט גיין, האבן מיר באשלאסן צו מאכן אונזער מיטינג אויפ’ן וועג ווי עס הערשט א רואיגקייט און שטילקייט, וועלן מיר האבן די “לוקסוס” פון קענען רעדן אומגעשטערט, און אן דעם וואס אפאר קינדערישע אויערן זאלן זיך צושפיצן אונטערן טיר..
זעלבסטפארשטענדליך אז ביים היטש סענטער האבן מיר זיך נישט אפגעשטעלט, און געפארן גראד קיין ב”פ, זיצענדיג דארט ביי די שמחה קומט צו צו מיר א איד א נאנטער גראדע, און זאגט מיר מיט קענטליכע ביטערניש, איך פרוביר דיך “אמת’דיג” צו דן זיין לכף זכות, אבער איך פארשטיי נאך אלס נישט דיין קאלטקייט ווען דו זעסט ווי איך שטיי שוין דארט א האלבע שעה אין די היצן, און דו מאכסט זיך נאך כאילו דו זעסט מיך נישט…. איך בין געווען ממש אן לשון, איך האב אים אזויפיל געענטפערט, דו האסט נישט געזען מיין ב”ב זיצן אין קאר? וואס דאס איז בעצם אויך גענוג א סיבה נישט בלויז ווען מ’האלט א טאג פאר א שידוך טוהן.
ווען איך האב א טאג צוויי דערויף א שידוך געטוהן, איז דער איד צוגעקומען וואונטשן מזל טוב, און געזאגט אז ער מיינט אז האט שוין געטראפן די ריכטיגע לימוד זכות..
די אונטערשטע שורה איז, “הוי דן את כל האדם לכף זכות”.
-המשך יבא אי”ה-
דער פראנט זיץ איז גאנץ א באקוועמער זיץ (אויסער די כבוד פון זיך שפירן משנה למלך צום דרייווער…) און געווענליך ווען עס איז ליידיג זעץ איך מיך דארט (אויסער אויב דער דרייווער ווייזט מיר אן זיך צו זעצן אין בעק).
איך האב קיינמאל נישט געקלערט אז זיך זעצן אין פארנט קען שטערן דעם דרייווער, געווענליך פרוביר איך דאס בעסטע וואס איך קען ווען איך נעם א היטש, נישט צו שטערן דעם דרייווער, און אפגערעדט אז אויב א דרייווער ווייזט מיר אריינצוגיין אין בעק גיי איך אן קיין ווארט, אבער אז קיינער האט מיר נאכנישט געזאגט אז עס שטערט דרייווער’ס האב איך נישט געוואוסט.
איך בין נישט קיין דרייווער, אבער דוכט זיך מיר אז דער ‘ויצעקו’ איבער דעם דרייוערס אנגעשטרענקטקייט איז אביסל איבערגעטריבן… עס איז אפשר אמת ביי נייע דרייווערס, אבער עלטערע ערפארענע דרייוערס קוקן אויס צו זיין זייער ‘רילעקסט’ בשעת’ן דרייוון.
דו האסט א פוינט, מיר האט זיך געדאכט די זעלבע זאך ביים ליינען, אז ווי עס קוקט אויס איז מתתי’ א נייע דרייווער.
עס נעמט נישט אוועק פון די פאקט אבער אז א חלק פון דרייווערס זענען גאנץ ניי, אדער דרייווען נישט געניג צו האבן שטארקע עקספיריענס.
ערפארנע דרייווערס קאנציטרירן די זעלבע מיט ווייניגער ארויסווייזן מיין איך, אויב קען מען זיך צוגעוויינען צו די ברעקס רעדל און אלע פיזישע זאכן וואס מען טוט ביים דרייווען קען מען זיך אבער נישט צוגעווינען אפי’ נאך 1000 יאר עקספעריענס צו חשבונות וואס מען מאכט ביים דרייווען מען קען זיצן אנגעלאנט און שמיסן אבער די קאפ מיז פעסט ארבעטן (מאנכע מאל מאכט זיך וואס מ’קאנצענטרירט זיך טאקע נישט אזוי גיט, פרעג הצלה…)
א איד האט מיר פארציילט, איין זונטאג ווען ער האט זיך געגרייט אהיימפארן פון קאנטרי, און אפאר אידן האבן אים געבעטן מיטצופארן, און ער האט אלעמען אפגעזאגט, קענענדיג אים אלץ א ארענטליכער פיינער מענטש איז עס געווען א חידוש פאר אלע, און סאיז געווען קענטליך די אנטוישונג און באליידיגונג פון די אויסגעשפילטע מענטשן וואס האבן נישט געקענט היטשן מיט אים. זאגט מיר דער איד אז שבת האט ער זיך פארדארבן דעם מאגן, און במחילת כבודו וואלט געווען זייער אומאנגענעם פאר אים און נאכמער פאר די מיטרייזענדע מיטצומאכן צוויי שעה אין א קאר מיט א מענטש אין אזא אנגעשטרענגטן מצב..
מ’קען קיינמאל נישט וויסן די מצבים פון א דרייווער, און אים אייביג פאראורטיילן צום גוטן.
פון די אנדערע זייט פעלט פאקטיש ביי אסאך דרייווערס די ביסל איינזעעניש און זיך רעכענען מיט ווארטענדע מענטשן, ספעציעל ווען מענטשן ווארטן פאר “לאקעל היטשעס”, צו אין די בערג אויף די 42 צו 52, נעבן עקזיט, אדער אין שטאט אויף 14 עוו, בעדפארד צו מארסי עוועניו וכדו’, צו מאנסי אויף מעיפל אדער 306.
Anonymous, ווען עקסידענטן וואלטן נאר פאסירט ביי נייע דרייווער וואלסטו געווען גערעכט, במציאות פאסירט עס ביי יעדעם, דאס מיינט אז ווי ערפארן מען זאל זיין פארלאנגט זיך שטארקע קאנצעטרירונג.
איך וואלט עס צוגעגליכן צו א עלקטעריק זעג, אוודאי איז א ערפארענע שניידער וואס שנייד יעצט האלץ מער רואיגער, ער האט נישט אזוי מורא זיך צוצושניידן. אבער ער מוז האבן די זעלבע מאס קאנצעטרירונג ווי א פרישע שניידער.
איך וואלט עס צוגעשטעלט צו א פיס גייער.. איך וואק שוין אסאך יארן קע”ה (כ’זאג נישט אויס וויפיל) ווען איך וואק אויפן גאדער דארף איך שטארק קאנסענטרירן, קארס זענען (כמעט) אייביג אויפן גאדער
די חוליק איז נאר אז ווען מיין חבר רופט מיך פון די אנדערע זאט גאס פארשטייט ער אז איך קען נישט יעצט אריבערקומען ווייל א קאר קומט אבער ווען איך דרייוו פארשטייט ער נישט אז איך קען נישט יצט טוישן לעין אין סטאפן שיף נאנט צו עם ווייל איך האלט יעצט קאפ אויף א טרעילער פון די אנדערע זייט…