פי די עף טעמפלעט אין ווארד און קוויקבוקס
בנוגע וואס א ליינער האט געפרעגט (דעת בעל בית בשלח תשע”א) ווי אזוי צו ניצן א פי די עף לעדערהעד אין ווארד אלץ טעמפלעט.
ארויפצולייגן א פי די עף אויף ווארד קענט איר טון ווי פאלגאנד:
דריקט קאנטראל פי און ווען עס קומט ארויס די פרינטער אפשענס קלויבט אויס די SEND TO ONE NOTE און די פי די עף וועט זיך עפענען ביי אפיס וואן נאוט דארט מאכט קאפי אויף די פעידזש און פעיסט אויף ווארד
אגב: ביי ווארד אויך דא א אפשען צו סעיוון אלס א טעמפלעט.
זרח
אינטערנעט פילטער אויף אנדרואיד
איך האב געהערט פון א פילטער גערופן Trend Micro
איך האב נישט קיין עקספיריענס דערמיט, אבער איך הער אז דאס איז גוט.
קליימעקס אימעדז
עס קוקט מיר אויס אז טרענד מייקרא איז נאך שוואכער ווי מאביל נעני, עס איז בעיקר א אנטי וויירוס, מיט אביסל פערענטל פיטשערס.
מאביל נעני איז בעיקר פאר דעם, צו בלאקן קינדער פון שלעכטע וועב זייטלעך (פארשטייט זיך לויט די גויאישע השגות) ממילא שטעל איך מיך פאר אז עס איז בעסער, און למעשה האט דער שרייבער פונעם בריוו אויסדריקליך געזאגט אז ער מיינט נישט דאס.
איך האב קיין איינס נישט פרובירט, קען זיין אז איך פארזע עפעס.
א שאד אז JNET אדער אנדערע היימישע פירמעס מאכן נישט עפעס פאר אנדרואיד. ווי עס קוקט אויס וועט עס ווערן שטארק פאפולער.
י. רייך
נאך איבער שיקן א פעקס פון קאמפיוטער
נאך איבער די נושא (דעת בעל בית וארא – בא – בשלח תשע”א) וועגן א סערוויס צו שיקן און באקומען א פעקס פון קאמפיוטער בחנם.
אזוי ווי דא איז לעצטנס געווען א דיסקוסיע איבער קעי 7 פרי פעקס, וואלט איך געוואלט פרעגן: איך האב לעצטנס אויפגעסיינט ביי זיי, און איינער פין מיינע קליענטן באקלאגט זיך אז די פעקסעס גייען נישט דורך, צו ווייסט איינער וואס דאס קען זיין?
נ.ב. עס איז נאר ביי דעם איינעם אינדיווידיועל וואס זיינע פעקסעס גייען נישט דורך, די איבריגע קומען אן געהעריג.
יישר כח
משה א.
פעקס זערא זאגט קלאר אז זיי שיקן א אדווערטייזמענט אויף די קאווער פעידזש.
סא אויב דו קענסט נישט באשטיין אויסצוקוקען “טשיפ” ניץ עס נישט אין ביזנעס.
שמעי’
בנוגע וואס א ליינער האט געפרעגט (דעת בעל בית בא תשע”א) וועגן א סערוויס צו שיקן א פעקס פון קאמפיוטער בחנם.
איך האב אויספראבירט www.myfax.com און עס קוקט אויס ווי עס ארבייט פיין ביזדערווייל, עס איז נישט בחנם,
עס איז פאר 10$ א חודש (כמעט בחנם). מען קען זיך אויסוועלן א עריע קאוד (718 איז שוין נישט אוועיליבל) ווי אויך א 877 אדער 888 עריע קאוד פאר די זעלבע פרייז.
זרח
רעעקאמאנדירט Mint.com
אין א לענגערע דיסקוסיע אנליין, איז אויפגעברענגט געווארן א עצה ווי אזוי צו האלטן חשבון אויף פערזענליכע פינאנץ.
פארוואס נישט ניצן mint.com עס איז מעכטיג און מוראדיג גרינג. ממש א שאד נישט צו ניצן.
(-)
איך נוץ אויך MINT, אבער איך זעה נישט לפענ”ד אז עס זאל זיין פאסיג פאר טאכ-טעגליכע הוצאות. דאס איז גוט צו האלטן חשבון אויפן באנק און קרעדיט קארטלעך, און גיט יעדע ווטאך א באריכט וויפיל דו האסט געספענדט וואו. אבער אז דו ווילסט פונקטליך האלטן חשבון אויף יעדע באזונדערע הכנסה והוצאה, זעה איך נישט וואו MINT קען העלפן. איך נוץ עס בלויז דערפאר אז איך קען זעהן כסדר אלע מיינע באלאנסן אויף איינמאל, אלע באנק אקאונטס, ביזנעס און פריוואט צוגלייך, און אלע קרעדיט קארדס, איך באקום א הודעה אויף יעדע פיינענס טשארדזש, וכדומה. ס’האט זייער שטארקע מעלות, אבער נישט צו האלטן פאר טאג-טעגליכע חשבונות.
שמעלקא
שמעלקא, מינט האט א app פאר i phones און ענדרויד מיט דעם איז עס זייער גרינג
(-)
לפענ”ד איז Yodlee אסאך בעסער עס איז ספעציעל געמאכט צי האלטן חשובונות בנוסף האט עס אלע מעלות פון MINT די אדרעס איז
moneycenter.yodlee.com
שמואל
mint קען מען רואיגערהייט טראסטן, זיי זענען שוין אלט אפאר יאר. און INTUIT האט עס אפגעקויפט, דאס איז די קאמפעני אינטער קוויקבוקס.
אלעזר מענדל
וועט מען ממשיך זיין מיט די ארטיקל איבער מיני ווענס
וועט מען נאך ממשיך זיין? איז עס שוין תם ונשלם?
(-)
ענטפער פון שמעלקא: “תם ולא נשלם” איז דער ריכטיגער אויסדרוק. אי”ה איך האף נאך ממשיך צו זיין, דערווייל זענען די נייע קרייסלער מיניווענס און ניסאן קוועסט נאכנישט עוועילעבל צו קויפן, ווען עס וועט ארויסקומען לאור עולם און מען זעהן און הערן וואס דער עולם זאגט דערצו וועט מען קענען דאס באשרייבן…
מיר האבן אויך באקומען פריוואט עטליכע הערות אויף אונזערע ארטיקלען, נאך נקודות וועלכע מיר האבן נישט ארויסגעברענגט, בעז”ה אז איך וועל האבן צייט וועל איך אלעס באשרייבן אי”ה.
איבער די מעגליכקייט צו פארמאטירן די קאמענטס אויף בעל בית – אנליין
איז דא א וועג צו קענען מאכן BOLD/ITALIC אדער קאליר אין די קאמענטס? עס איז מיר טייל מאל וויכטיג, אויב יא וואס איז די וועג?
בדרך אגב, איך האב זייער הנאה פון בעל הבית ס’איז זייער באלענד. כה לחי!
חיים פ.
ענטפער פון רעדאקציע: עס איז לעת עתה פראבלאמאטיש פון א טעכנישן שטאנדפונקט, צוליב דו “רעכטס צו לינקס” וואס צומישט די HTML טעגס.
אויב וועט זיין א גרעסערע פארלאנג פון ליינער וועלן מיר בלי”נ פרובירן נאכצוקומען די פארלאנג.
פייל שערינג
פייל שערינג קומט זייער צוניץ פאר קאמפעניס וואס האבן עטליכע לאקעישאנס אין ווילן האבן איבעראל די זעלבע זאך ווי די הויפטקווארטיר. די פראבלעמען זענען אז עס איז נישטא א וועג וויאזוי אלעס זאל ווערן אטאמאטיש אפדעיטעד , ווי אויך טאמער זענען די פיילס שווערע פיילס ווי גרעפיקס מוזיק אד”ג דארף מען דאס אפלוידען אין דאס נעמט זייער פיל צייטץ
מיר האבן געטראפן א פרייע פראגרעם וואס רופט זיך GBRIDGE פון www.gbridge.com וואס האט געוואלדיגע פיטשערס פאר שערונג. איינס מען דארף גארנישט אפלוידען אנשטאט קען מען drag & drop`n די פאלדערס וואס מען וויל שערן.
עס האט גארנישט מיט גוגל אבער עס ארבעט אויף Gtalk Tunnels .נאך איינס איז אז עס האט עטליכע Auto Sync options וואס מען אנשטעלן וויאזוי מען וויל.
א. פערל
פילטער אויף בלעקבערי
איך וויל האבן א פילטער אויף מיין בלעקבערי, אבער איך גלייך נישט JNET ווייל עס בלאקט טוויטער און יו טוב, וואס איך דארף האבן.
איז דא עפעס אנדערש?
י. ברייער