נייעס: CES שאו

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: יתרו , תשע"א · בעל-בית נומער: 33 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/נייעס-ces-שאו/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס: CES שאו

CES הויכפונקטן

די CES שאו איז שוין אדורך, אזוי ווי מיר האבן פארשפראכן, וועלן מיר שרייבן א שטיקל סך הכל .

  • די שאו גופא האט געהאט א פול גרעסערע באטייליגונג ווי פאראויס געראכטן, אין די לעצטע צוויי יאר זענען די מאסן באזוכער שטארק געפאלן, מען האט עס צוגעשריבן די שוואכע אקאנאמיע, און מען האט זיך נישט גערישט אויף מער די יאר. אבער למעשה איז די צאל אטיילנעמער געווען נאנט צו די פון 08′, קיינער האט דערויף נישט קיין קלארע הסבר, וויבאלד די אקאנאמיע האט זיך נישט ערענסט געבעסערט אין די צייט.
  • אזוי ווי רוב יארן, האבן אנאליסטן אנגעוויזן אויפן פאקט אז עס זענען נישט געווען קיין שום גוואלדאוונע מעלדונגען און פארשטעלונגען, קיין שום ספעציפישע פראדוקט איז נישט געווען וואס מען קען אנרופען א דורכברוך אדער גאונ’ישע אויסטרעף. מיט דעם אלעם איז געווען עטליכע אינטערעסאנטע מעלדונגען און פארשטעלונגען וואס האבן דאמינירט די ביזנעס און טעכנאלאגיע העדליינס און יענע טעג.
  • אויב וועט מען פרובירן צו אנווייזען אויף איין געוויסע פראדוקט וואס איז די מערסטע ארויסגעשטאנען היי יאר, איז עס בלי ספק די גוגל אנדרואיד אפערעטינג סיסטעם. עס זענען געוויזן געווארן צענדליגע טעלעפאנען, טאבלעטס און אנדערע עלאקטראניקס פון פארשידענע פירמעס וואס לויפן אויף אנדרואיד, אזש ווי מען איז געגאנגען האט מען זיך מיט דעם אנגעקלאפט, אזוי אויך, ווייניגסטענס צוויי פון די וויכטיגסטע פראדוקטן וואס האבן פארנימען די העדליינס זענען געווען אנדרואיד באזירט.
  • אין איינע פון די צייטונגען איז געווען באשריבן וואס זיי האבן גערופן “די פאר’חסיד’ישט ווערן פון די CES שאו” דער שרייבער ברענגט ארויס אז ער איז געווען ערשטוינט פון די הויכע צאל חסיד’שע אינגעלייט וואס האבן זיך דארט ארומגעדרייט.
  • עס איז געווען זייער בולט, אז די מארקעט פאר פשוטע סעלפאונס איז מער ווייניגער א פארגאנגענהייט. אנדערש ווי פריערדיגע יארן, איז שוין כמעט נישט געווען צו זען קייין איינפאכע סעלפאונ’ס. אנאליסטן שאצן אז ביז צוויי יאר וועט עס מער נישט זיין צו באקומען.
  • פון די אנדערע זייט, איז דער מאכטפולער -אבער דאך פשוט’ער- “דעסקטאפ קאמפיוטער” אויך געווארן א קנאפער יחסן. מער ווייניגער האט זיך אלעס געדרייט ארום “מאביל”, טאבלעטס, סמארט פאונס, און דינע לעפטאפס און נעט בוקס. ווי עס שיינט וועט עס שוין בלייבן ווי עס איז, א ביזנעס געצייג, און גאנץ בקרוב וועלן שוין זיין מענטשן וואס וועלן מער נישט פארמאגן קיין קאמפיוטער אין שטוב.

אצינד וועלן מיר און קורצן אראפברענגן א טייל פון די מערסטע אינטערעסאנטע פראדוקטן פון די שאו.

Motorola Xoom

איז אויסגעקליבן געווארן דורך אסאך אנאליסטן אלץ די בעסטע פראדוקט פון די שאו.
די Xoom איז א טאבלעט, ענליך צו עפל’ס אייפעד, באזירט אויף גוגל’ס נייע אנדרואיד אפערעטינג סיסטעם ווערסיע 3.0, באוויסט מיט די קאוד נאמען “האני קאמב”, וואס וועט זיין ספיציעל פאר טאבלעטס. עס איז די ערשטע פראדוקט אין די  מארקעט צו נוצן די ווערסיע. די פאקט פאר זיך איז שוין א גרויסע נייעס.
עס איז פיל מיט די פארגעשריטענסטע פיטשערס וואס איז נאך נישט געווען  ביז היינט, אנדערע טאבלעטן, אריינגערעכנט עפל’ס אייפעד, ווערן בלאס אקעגן דעם. אט איז א טייל, א דאפעלטע פראסעסאר וואס לויפט אויף 1 GHZ יעדע באזונדער, צוויי קאמערעס, מיט פלעש און זום, איינס קען רעקארדירן היי דעפינישן ווידעאו, רעזולוציע פון די סקרין איז 1,280×800, סופארט אדאבי פלעש, וועט ארבעטן אויף די היי ספיד 4G ווערייזאן נעטווארק .

בלעקבערי פלעיבוק

די טאבלעט פון בלעקבערי איז שוין נישט קיין נייעס, אבער ביי די שאו האבן זיי געברענגט עטליכע שטיק וואס באזוכער האבן געקענט אויספרובירן, רעפארטערס זענען געווען זייער צופרידן דערפון, א טייל טענה’ן אז עס שענער און בעסער פון אנדרואיד.
עס וועט זיין צו באקומען אין געשעפטן אין די ערשטע העלפט פון די יאר.

רעזאר סוויסשבלעיד

א לעפטאפ ווי יעדע קנעפל פון די קיבאורד איז א פיצינקע סקרין, געאייגענט פאר געימס, עס טוישט זיך לויטן געברויך, מען ברויך שוין נישט געדענקען קיבאורד שארטקאטס.

מאטאראלע עיטריקס פאון

א אנדרואיד פאון מיט א דאפעלטע  צענטראלע פראסעסאר פון ענ-ווידיע, ווי אויך א גראפיק פראסעסאר, פיר אינטשעס סקרין, וועט ארבעטן אויף די קומענדיגע 4G  נעטווארק פון AT&T.

יוניפיי פון Real Networks

ריל נעטווארקס איז אויפגעשטאנען תחיית המתים מיט א נייע סערוויס וואס וועט סינקען אלע ערליי פיילס און דאטא צווישן קאמפיוטערס און סמארטפאונס, כאטש עס איז נישט די ערשטע מיט די איינפאל, איז עס אבער זייער גוט אויסגעארבעט און דעזיינט.

סאני 3D קעמאקארדער

סאני ברענגט 3D ווידעאו פאר די מאסן, ביז יעצט איז 3D געווען אוועליבעל נאר אין גאר טייערע מאדעלן, סאני פלאנט צו פארקויפן די מאדעל פאר בלויז 1500. עס ניצט איינפאך צוויי באזינדערע לענסעס אויפצוכאפן באזונדערע בילדער פאר יעדע  אויג.

ווינדאוס 7 טאבלעט מיט קיבארד פון דעלל

אנדערש ווי רוב טאבלעטס, לויפט די דעלל טאבלעט אויף ווינדאוס, עס קען געניצט ווערן אלץ טאבלעט מיט די טאטש סקרין, אדער אלץ לעפטאפ/נעטבוק מיט די קיבארד וואס גליטשט זיך ארויס.

LG OPTIMUS BLACK

די סקרין פון די פאון נוצט א נייע טעכנאלאגיע וואס רופט זיך NOVA וואס איז די ליכטיגסטע און שארפסטע סקרין און ציט זייער ווייניג עלעקטריק, לויט LG איז עס די דינסטע סמארט פאון אין די וועלט.

מייקראסאפט טאטש מויז

א מייזל פון מייקראספט וואס איז אויך א טאטש פעד, עס האט נישט קיין סקראלל רעדל, ווייל מען סקראלט דורך טאטש. וועט זיין צו באקומען און יוני פאר 79$.
עס דארף צו זיין א שטיקל ענטפער צו עפל’ס אייבוק טאטש פעדס.

רעמאוט טשארדזשינג

ענערזשייזער האט פרעזענטירט א מאשינקע וואס וועט רעטדזשארדזשען פאונס אן איינשטעקן א דראט, עס איז א נייע טעכנאלאגיע וואס טוט עס ווייער-לעסס. פארשטייט זיך אז ווי לאנג עס דארף זיין אזוי נאנט איז עס נאך נישט קיין גרויסע אויפטו, ווען עס וועט ווערן אויסגעבעסערט צו ארבעטן פון ווייט, וועט עס ערמעגליכן פאונס און מאשינקעס וואס וועלן קיינמאל נישט בלייבן אן קיין קראפט.

מייקראסאפט סורפעיס 2

מייקראסאפט סורפעיס איז א סקרין וואס דינט אלץ טיש, און קען “זען” ווען מען לייגט עפעס ארויף דערויף, נישט נאר “פילן” ווי א טאטש סקרין. עס דערקענט ווען מען לייגט ארויף א געגנשטאנד, ווי א פרוכט, אדער א טעלפאון, און רעאגירט לויט דעם.
יעצט האבן זיי געוויזן א נייע ווערסיע, אנדערש פון די ערשטע ווערסיע איז עס בלויז פיר אינטשעס דיק, און די סקרין אליין “זעט”, אן קיין קאמערעס. און עס דארף שוין נישט זיין קיין טיש, מען קען עס אויפהענגן אויף די וואנט.
די 40 אינטשיגע סקרין האט מייקראסאפט פראדוצירט צוזאמען מיט סעמסאנג, די פרייז איז געפאלן צו בלויז 12,000 דאלער, ווייניגער ווי העלפט. עס איז אבער נאך אלץ געצילט צו ביזנעסער און נישט קיין פריוואטע קאנסומערס.

קאנאן קאמערע פאר אונטער $100

די ערשטע מאל וואס קאנאן פארקויפט א קאמערע פאר אונטער $100, די A800  וועט זיך פארקויפן פאר $89, עס איז 10 מעגא פיקסל מיט א 3.3 זום.

January 17, 2011 at 1:18 PM#2
נייעס: CES שאו

צו וואס נוצט מען דעם ‘מייקראסאופט סורפעיס’?

January 17, 2011 at 5:14 PM#3
נייעס: CES שאו

the surface is used in hotels, shows, etc. to show information about the business, and letting users interact.
actually its not fully utilized, its still a concept that Microsoft put out there, they wait to see what businesses will come up with.

January 18, 2011 at 2:25 PM#4
נייעס: CES שאו

די סקרין קיבארד איז א געזונטע איידיע.

January 20, 2011 at 6:08 PM#5
נייעס: CES שאו

זייער שיינע ארטיקל יוחנן, דיינע אנאליזן זענען זייער צום פוינט (ווי אייביג)

עטליכע הערות
איך מיין אז מיט די היינטיגע באטאריס איז נאריש צו האבן א טעלעפאן מיט א דאפעלטע פראסעסאר, עס וועט עס אויפעסן נאך פאר די טאג הייבט זיך אן, על הראשונים אנו מצטערים, קוק ווי לאנג די היינטיגע סמארט פאונס האלטן אן ריטזשארדזשען, קוים א טאג.

די בלעקבערי פלעיבוק איז זייער ענליך צו פאלם WEBOS

רעמאוט טשארדזשינג קוקט אויס צו זיין א גוטע ענפער פאר די שוואכע בעטעריס, וטואס ווערט נישט בעסער. אבער עס וועט נאר העלפן פאר די היים און אפיס, נישט אויפן וועג.
עס איז שוין א אלטע טעכנאלאגיע, איך האב שוין געהערט מיט עטליכע יאר צוריק אז מען נוצט עס צו רעטשארזדזשען א פעיסמעיקר, אזוי דארפן זיך נישט ארויסשטעקן קיין דראטן פונעם קערפער. אבער יענץ ניצט מן הסתם נאר א משהו עלעקטריק.