דער שניי ווייסער בליק

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: משפטים , תשע"א · בעל-בית נומער: 34 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/דער-שניי-ווייסער-בליק/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דער שניי ווייסער בליק

די לעצטע פאר וואכן, איז ניו יארק געשאנקן געווארן מיט עטליכע שנייען. מענטשן האבן דאס אודאי געניצט אלס א גוטער תירוץ אין ביזנעס און פילע האבן דאס אנגעקוקט אלס א פראבלעם. אבער, דער שניי קען אונז פיל אויסלערנען וועגן באשאפן א פאזיטיווער צוגאנג צום לעבן.
ווען מען באקוקט ווי דער שניי פאלט, באמערקט מען אז דאס איז איינע פון די שענסטע נפלאות הבורא אין דער וועלט. עס דערמאנט אונז פון די שיינקייט פון דער וועלט ארום אונז ווייל עס באדעקט אלע שמוץ און עס זעהט אויס צו אונז ווי עס איז קיינמאל דארט געווען בכלל. דאס איז אזוי וואונדערליך אז אויב מיר נעמען די צייט דאס צו באטראכטן, קענען מיר זיך דערפון אויסלערנען ווי אזוי מיר קענען זיך אליין טרענירן צו באדעקן אונזערע פארגאנגענע טעותים און באשאפן א פרישער אנהייב.
טראכט פון אן איינצעלנער שנייעלע וואס פאלט אליין צום ערד. אודאי האט דאס נישט קיין שום ווערד און עס זעהט זיך בכלל נישט אן. אבער, ווען איר זאמלט צוזאם אפילו 60 שנייעלעך, וואס דאס איז אויך גארנישט אין צוגלייך צו א שטורעם וואס קען איבערדרייען דער גאנצער שטאט, קענט איר שוין צודעקן דער שמוץ פון איין קליינער געגנט.
דער זעלבער איז שייך מיט אונזערע מחשבות. אויב מיר וואלטן גענומען נאר 60 סעקונדעס א טאג צו טראכטן פאזיטיווע געדאנקען אין אונזער מח אונז צו דערמאנען פון די שיינקייט און מעגליכקייטן אין אונזער לעבן, וואלט דאס אליין שוין באשאפן א פאזיטיווער געפיל אין אונזערע לעבנס. איין מינוט אין איין טאג קען אפשר עפעקטירן איין טאג, אבער דאס וואלט נישט געלאזט אן איינדרוק אויף אייער לעבן.
אבער, לאמיר קוקן ווייטער און זעהן וואס געשעהט אויב נעמט איר איין מינוט פון יעדער טאג צו טראכטן פאזיטיווע געדאנקען. דאס מיינט 21,900 סעקונדעס אין איין יאר! דאס קען טאקע מאכן אן אייביגער חילוק. פון דעם פארשטייט איר אז אויב איר ווילט טאקע לאזן א פאזיטיווער איינדרוק אויף אייער לעבן, מוזסט איר נעמען מער צייט צו טראכן אזעלכע סארט געדאנקען. איז ווי אזוי הייבט מען אן?
טרעפט די צייט דערפאר יעדן טאג. עס קען זיין ווען איר פארט צו דער ארבעט אינדערפרי אדער אויפן וועג צו קויפן מיטאג.
טראכט פאזיטיווע געדאנקען וואס איר האט אלס אויפגעטיען אין אייער לעבן און ביי די ארבעט
האט הנאה פון די זאכן און געלעגנהייטן וואס איר קענט טיען
זייט פאזיטיוו מיט זיך אליין זעהט איין אייערע מעלות
דאס זענען נאר קלייניקייטן וואס וועלן מאכן אייביגע טוישונגען אין אייער וועג פון טראכטן. אייער לעבן קען געטוישט ווערן ווי א פרישער שיכט פון הערליך ריינע שניי. ווי מער איר טוט עס, אלס מער וועט איר באדעקן פארגאנגענע “פראבלעמען” און אנהייבן זעהן אייער לעבן און ארבעט מיט א פרישער, ווייסער בליק.