דאס אלעס וואס מיר האבן געשריבן ביז יעצט איז נוגע פאר’ן פאסאזשיר, ער זאל פארשטיין אז נישט אייביג איז אזוי גרינג פאר’ן דרייווער מקיים צו זיין די מצוה פון הכנסת אורחים, און ער זאל האבן איינזעהניש און זיך רעכענען מיט יענעמ’ס געפילן.
וואס איז נוגע דעם דרייווער:
ווי אינטערסאנט עס איז, איך האב נאך קיינמאל נישט בייגעוואוינט א פאל וואס א גוי זאל זיך אפשטעלן פאר א פרעמדע גוי און אים צופירן צו זיין לאקאציע. לא ראינו אינו ראי’, אבער איך גלייב זייער שטארק אז אזא באגריף איז נישט צופיל בנמצא ביי די אומות העולם, לפחות נישט פראצענטואל אזויווי להבדיל ביי אונז אידן. אנדערש ווי צדקה און אנדערע אופנים פון חסד וואס מען געפונט ביי זיי אויך.
דאס זאגט אונז אסאך. געבן א היטש פאר א צווייטן איז א שטארקע מדריגה פון גמילת חסד וואס איז בלתי לה’ לבדו. עס קומט נישט צופיל פון די “מענטשליכע” געפילן פון רחמנות, עס קומט אבער יא פון די “אידישע” תורה’דיגע געפילן פון טון א חסד של אמת שאינו מצפה לתשלום גמול, פשוט מהנה צו זיין דעם בורא כל העולמים.
ווען א דרייווער באשליסט ביי זיך מיט א החלטה אז “דער יעצטיגער טריפ איז מוקדש פאר גמילת חסד” זענען די אלע תירוצים אויטמאטיש פארשוואונדן. עס איז בכלל נישט קיין עול. העכסטנס צינד מען אן א טעיפ, צו אנדערע וועגן וויאזוי צו מאכן באקוועם דעם וועג. אבער דאס כאפן א פארקינג און לייטס איז בכלל נישט רעלעוואנט ביי אזא טריפ, דער רבוש”ע וועט אייך שוין פארזיכערן מיט פארקינג… און אז נישט איז אויך נישט עק וועלט.
איך האב זיך לעצטנס דערוואוסט פון א פאל וואס א דרייווער פון די בארימטע חסד ארגאניזאציע טראגט טעגליך א קליין קינד פון זיין חדר צו א געזונטהייט פלאץ, דאס קינד קען נאך ניטאמאל געהעריג רעדן, די טאטע און מאמע האבן נישט קיין אהנונג ווער דער דרייווער איז, אזוי אז דער דרייווער האט נאך קיינמאל נישט באקומען דער מינימאלער “יישר כח”… און מען רעדט שוין פון אפאר חדשים אין א ציה.
אזא זאך איז מחייב יעדן מענטש מיט א אויטא! דער חסד דרייווער פארט נישט “סייווי” אהין, ער באקומט נישט קיין “גרויסע יישר כח” ווען ער לייגט אראפ דאס קינד, וואס יא? ער האט מהנה געווען דעם בורא כל עולמים! און מען רעדט פון צענדליגע וואלונטירן וואס טוען דאס אויף א מאסיווע פארנעם טאג טעגליך, אן קיין שום זייטיגע חשבונות, קיין געלט, קיין כבוד, גארנישט!
ווען די שורות ווערן געליינט וועט לכאורה זיין די גראד אין ניו יארק ביי איינצעלנע ציפערן נאנט צו 0. ווען איר נעמט אויף איינעם אין אזא וועטער האט איר אייך געראטעוועט פיל מער ווי די חסד וואס איר האט געטון פאר יענעם. עס איז דאס מינימאלסטע וואס א בעל בית טרוד על המחיה ועל הכלכלה קען דעליווערן פאר’ן נפש הרוחני.
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך? – ג
11 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/01/איך-קען-אפשר-מיטפארן-מיט-אייך-ג/ קאפיע אין ארכיוו
i think that when a driver should know what someone who is looking for a hitch is going thru he will take the man who is looking for a hitch in his car
גראדע האב איך שוין געכאפט א היטש מיט א גוי, און איך ווייס פון נאך אסאך וואס מען האט זיך שוין צו זיי אפגעשטעלט.
א גוי וועט דאס טון פיל ווייניגער ווי א איד, פונקט אזוי ווי יעדע אנדערע צדקה זאך וואס דער גוי וועט געווענליך טון פיל פיל אויף א קלענערן פארנעם ווי דער איד, איך זעה נישט אז עס זאל זיין אנדערש ווי אנדערע ענינים פון צדקה.
אבער ביים גוי ווען ער טוט דאס, איז דאס צוליב זיין רחמנות געפיל, אדער ווייל ער האט ממילא נישט וואס צו טון, און ער קען באשטיין צו האבן קאמפאני אויף אפאר מינוט וכדו’, א איד טוט עס אבער פיל מאל בלויז ווייל דער אייבערשטער האט אונז געהייסן טון חסד מיט א צווייטן איד. וואס דער מושג איז נישטא ביים גוי, און אין פסוק שטייט “חסד לאומים חטאת” (עס איז דא פיל פשטים אויף דעם, אבער לאמיר דא לערנען כפשוטו, אז די חסדים וואס א גוי טוט איז אליינס א זינד, פארוואס דאס איז אזוי, איז אויך דא פיל פשטים ואכמ”ל).
איך וויל דערמאנען דעם עולם, אז די אינטערנעט איז נישט קיין מקוה, “יעדער” קען עס ליינען, מארבע כנפות העולם. און סתם אינטעררייסן א גוי וואס טוט א טובה, און זאגן אז עס איז א עבירה, איז נישט קיין ענין, און נישט קיין מענטשהייט, וד”ל
אינטער רייסן א גוי הייסט נישט התגרות באומות אז ער רעגט ער מעג ער זיך רעגן. לייב מעג מען יא אינטער רייסן?
זיכער דארף מען געבן היטשעס און אויפנעמן א איד, אזוי טוע איך לאורך ימים ושנים טובים.
אבער היטש כאפער, איר דארף אויך פארשטיין א צווייטן. אמאל שטייט איר אויף א נישט גוטע פלאץ וואס אפשטעלן דארטקען זיין א סכנה פאר אנדערע. אמאל שטייט איר אינמיטן א בארג ווען עס שנייט וואס אפשטעלן דארט קען מיינען דארט בלייבן פארן טאג. סא, ניצט אביסל מחשבה ווען איר ווילט יענעמס טובה.
בן בית
התגרות באומות? איך ווייס נישט וואס דאס איז.
אזויפיל קען איך דיר יא זאגן, עס מאכט אידן אויסקוקען ווי שלעכטע מענטשן, וואס מען טאר קיין טובה נישט טון, ווייל זיי קוקען סיי ווי אן דעם גוי ווי א בהמה. און אויב א גוי וועט באקומען דעם איינדרוק נאכן ליינען די ווערטער, וועל איך נישט האבן קיין טענות צו אים, ווייל איך אויף זיין פלאץ וואלט נישט בעסער געווען.
די פאקט איז, אז עס איז דא גוטע גויים, דורכאויס די גלות האט אלץ פאסירט אזעלכע זאכן, און חז”ל האבן עס אנערקענט און פאראייביגט זייער נאמען לטובה, און אזוי אויך היינט, א גוי וואס איז ארענטליך, דארף מען באהאנדלען אלץ א מענטש, יציר כפיו של הקב”ה. אזוי איז נימוס און אזוי פארלאנגט די תורה. און אזוי טוען אלע אידן.
ענטפער נישט מער, פשטלעך וועסטו זאגן אויף א פאסיגערע מקום. נישט חלילה ווייל מיר זענען אום מענשן אדער האבן עפעס צו באהאלטן, נאר עס קען ווערן נישט גוט אפגעטייטשט דורך מענטשן וועם די באגריפן זענען פרעמד.
לגבי ידידנו ר’ מתתי’, די ארטיקלען זענען זייער שיין, די וואכעדיגע ארטיקל איז אויך ספעציעל שיין, אבער דיין שרייבן אז גויים געבן נישט קיין היטשעס איז פשוט א געוואלדיגע אומוויסנשאפט פון דיין זייט, קען זיין אין די שטאט איז עס נישט בנמצא, אבער עס איז זייער א נארמאלע ערשיינונג, עס הייסט היטשהייקינג, עס איז א נארמאלע איינגעפירטע זאך.
די חילוק איז נאר, טוט מען עס ווען עס איז שווער, אדער נאר ווען עס איז איינגענעם. ווען מען טוט עס ווען מען איילט זיך נישט, און מען קען באשטיין צו מהנה זיין א צווייטן, צו אלץ רחמנות, דאס טוט א גוי אויך, אויב דו איילסט דיך, עס איז דיר שווער, און די ביזט דיך מתגבר, דאן זעט מען צו מען מיינט דעם באשעפער.
בן בית זאל נישט ברוגז זיין, אבער גראדע האלט איך אז אלעזר מענדל האט א שטארקע נקודה, איך האב גראדע געטראכט דערפון, נאר איך האב געקלערט אז א קאמענט אין א אידישע אויסגאבע, דארף האבן עקסטערע נסים אז א נישט איד זאל עס ליינען, בכל אופן איז אייביג בעסער אבאכט צו געבן וואס מען שרייבט. און איך האב מיך שוין איינמאל אפגערעדט אז ווען מען שרייבט עפעס דא, קען מען שוין נישט צוריקציען פארפאלן, ווען איך זאל קענען וואלט איך אויסגעמעקט די לעצטע צוויי שורות. און דער אמת איז, אז פשוט פשט פון דעם חסד לאומים חטאת רעדט פון די גוים אויף וועלכע ר’ שמעון בר יוחאי האט געזאגט אז כל מה דעבדין לגרמהו הוא דעבדי, כדי צו קענען איינמאנען שטייער וכדו’, אבער פון גוים וואס גיבן היטשעס פאר אידישע קינדער (און אפי’ פאר נישט אידישע קינדער) וואס זיי האבן גארנישט דערפון רעדט נישט דער פסוק, און מען דארף דאס יא מחשיב זיין (און קיינער זאל נישט אונטערשטיין צו שרייבן אנדערש).
סארי אמעריקען ספיטש רייט! די חומש און גמרא ראשונים און אחרונים האבן אסאך מער גוים געליינט ווי בעל הבית קאמענטס אסאך אסאך אסאך מער, די גמ’ האט זיך בכלל נישט צירוקגעהאלטן פון שרייבן שלעכטס אויף גוים וועגן זיי קענען זיך רעגן, די צענזור איז נישט געווען קיין אידן, אויב יא נישט ערליכע.
חילול השם הייסט ווען מ’טוט אן עבירה אדער מ’פירט זיך אום אורנטלעך אויפן גאס אדער מ’מאכט זיך באקוועם אין גלות וכו’
אנטשולדיגט צו מען מעג צו מען מעג נישט איז איין זאך, און צו מען דארף צו מען דארף נישט איז א צווייטע זאך. עס איז זיכער אז אויב עס פעלט נישט אויס דארף מען נישט, בפרט ווען עס איז אינגאנצן נישט מוכרח אז וואס מען שרייבט איז ריכטיג, איך קען דאך נאר שרייבן מיין מיינונג און מיין מיינונג איז נישט תורת לאקשן, אנדערש ווי די תורה גמ’ ראשונים און אחרונים, וואס אלעס וואס זיי שרייבן איז תורת אמת, און אויב איך קלער א געדאנק וואס פארן נישט איד קען עס אויסזען ווילד / ראסיסטיש / עגאאיסטיש וכדו’ איז אייביג השתיקה יפה ווען עס קען אנקומען צו אזעלכע וואס דארפן עס נישט זען / הערן.
לייב יפה אמרת,
און בכלל, סתם טעהנן איך מעג טון וואס איך וויל, ווייל איך האב מיר מיינע רעכטן אונטער די קאנסטיטוציע, איז נישט ריכטיג, אוודאי מעגסטו רעדן וואס די ווילסט, אבער אין גלות דארף מען נישט רעדן, אפילו מען מעג.
ר’ אלחנן וואסערמאן שרייבט א גאנצע ארטיקל איבער די שרייבערס וואס קריטיקירן די מלוכות, אוודאי האבן זיי געמעגט על פי חק, אבער שנאת ישראל וועסטו גורם זיין, איי ווי האט ער רעכט מיר פיינט צו האבן ווייל איך זאג וואס איך וויל, אמער, איך בין דאך בארעכטיגט צו רעדן, ער רעד דאך אויך וואס ער וויל, א גוטע קושיא…. אלא מאי?