א וויי-געשריי
וואס דארף געהערט ווערן: וחי אחיך עמך!
צו די אויערן פון איינעם פון די חשוב’ע קרן עזר עסקנים איז אין די איצטיגע טעג אנגעקומען א גאר ווייטאגליכע ערשיינונג, וואס דארף אונז, ליידער, ברענגען צו אויפהייבן אן ערנסטן וויי-געשריי למען פרנסתן של ישראל, א טעמע וואס בארירט יעדן איינעם פון אונז אן אויסנאם.
אין אונזער שטאט (די ספעציפישע רעדע איז איצט פון וויליאמסבורג, אבער דער צד השוה איז אומעטום) איז פארהאן ב”ה אן אויסוואל פון אידישע געשעפטן. יעדע זאך וואס א מענטש קען געברויכן איז דא עטליכע קלייטן וועלכע שטעלן דאס צו; זאל עס זיין גראסעריס, קליידונג, זילבערווארג, עלעקטעראניקס, הארדוועיר און האוסוועיר, און דאס זעלבע פארשידענע סארט סערוויסעס. אונזערע היימישע אידישע איינוואוינער דא אין שטאט גייען ארויס יעדן טאג צו ברענגען פרנסה אין שטוב און שפייזן זייערע קינדער-געבענטשטע משפחות כ”י, וואס זענען אנגעוואנדן אינעם טאטן וואס ברענגט אהיים זיין שווער אויסגעהארעוועטע איינקופנט.
זעלבסט פארשטענדליך, אז חוץ מזה וואס מיר זענען מצוה אויף דער מצוה פון וחי אחיך עמך, חוץ דעם מאראלישן פליכט פון איין ברודער צו שטיצן דעם צווייטן, חוץ וואס דער איד איז פיל ערליכער און ארנטליכער אין באהאנדלען זיינע קונדן מיט אמת און יושר, אויסער דעם אלעם, איז פון זיך פארשטענדליך, אז ווען איינער שטיצט דעם צווייטן איז יעדער מרויח. עס איז א באקאנטע זאך אין די גוי’אישע וועלט אויך להבדיל. אזוי האלט זיך דאס געלט ביי אונז אין שטאט, און איינער קויפט ביים צווייטן און די השפעה האלט זיך צווישן אונזערע גרעניצן בעז”ה.
ליידער, ליידער אבער איז עס א גרויסער ווייטאג, אז וויפיל מ’האט שוין גערעדט, וויפיל מ’האט שוין געשריבן, הערט מען נאך אלץ ווי אידישע קינדער לויפן ארום איינקויפן ביי די גוי’אישע געשעפטן ווערנדיג פארבלענדט פון די אנגעבאטענע ביליגע פרייזן און מאכינאציעס, בעת ווען דא אין שטאט געפינען זיך היימישע אידן וועלכע לעכצן ארויס אויף אביסל פרנסה.
און איצט לאמיר רעדן מער ספעציפיש.
ביי אונז אין שטאט איז ב”ה פארהאן א שפע פון היימישע דריי-קלינערס, טייערע אידן אחינו ובשרינו, וועלכע האבן קלינינג געשעפטן, ווי מ’קען אריינגעבן אלע סארט קליידונג צו וואשן און פוצן און געבן זיך אפ מיט די קאסטומערס ערליך און ארנטליך. אויך איז פארהאן צוויי גוי’אישע קלינינג געשעפטן. איז פאר וועלכע סיבה אויף דער וועלט זאלן אונזערע היימישע ברידער שטיין אן א שטאך ארבעט, בעת ווען ביי די גויים — וועלכע האבן פיינט דעם איד מיט’ן גאנצן הארץ — לעבט זיך און ס’טוט זיך א געטועכץ מיט היימישע אידן, יונג און אלט, וועלכע קומען אריינגעבן און אפנעמען סחורה און מ’באצאלט “טאפ דאלער”?!
וויאזוי זאל א מענטש זיך נישט שעמען אריינצוגיין אין א גוי’איש געשעפט בעת ווען אויף דער אנדערער עק גאס שטייט זיין אידישער ברודער און קוקט ארויס אויף א קאסטומער צו קענען אהיימברענגען יענעם טאג עפעס געלט צו קענען שפייזן זיין פאמיליע?
ליידער, צוליב דעם פארנאכלעסיגקייט אין דעם הינזיכט האבן שוין עטליכע אידישע קלינינג-פירמעס געמוזט אפשפארן אין די פארגאנגעהייט, און עטליכע מוטשען זיך יעצט שטארק — וואס מיט איין פאל זענען מיר פערזענליך באקאנט — נישט אונטערצוברעכן צוליב ווייניג ביזנעס, בעת ווען די גויאישע קלינערס בליען ווי אויף הייוון.
דאס ברענגט אונז ארויסצוברענגען א גרויסן וויי-געשריי: וחי אחיך עמך! לאמיר נישט געבן צו לייזן דעם גוי (וועמען מ’האט גראדע געהערט לעצטנס זיך אויסדרוקן מיט שטארק אטיסעמיטישע לאזונגען) בעת ווען אונזערע ברודער מוטשען זיך אויף פרנסה פאר דעם קליינליכן אינטערשיד פון עטליכע קאפיקעס.
לאמיר קויפן ביי אונזערע ברידער, לאמיר שטיצן אונזערע ברידער, און אזוי ארום וועט דער אויבערשטער משמיע זיין שפע ברכה והצלחה לנו ולכל ישראל!
א וויי-געשריי
47 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/01/א-וויי-געשריי/ קאפיע אין ארכיוו
אמת אמת. אבער אזוי ווי יעדע זאך איז דא צוויי זייטן צו די מטבע.
מאכט זיך אמאל אז דער קאנסומער האט געהאט בעסערע עקפיריענס ביי דעם גוי, קען זיין ער באקומט דארט א דיסקאונט וואס דער איד אפפערט נישט.
בכלל מעגן זיך די היימישע אויסלערנען ווי אזוי צוצוציען קאסטאמערס. מעגליך דורך דעם אימעיל בלעטל.
אבער, גארנישט איז אויף דעם נישט קיין תירוץ, צו לאזן דעם אייגענעם אידישן ברודער פאלן און אנשטאט געבן צו לייזן דעם גוי, ווי זיי שרייבן ‘פאר אן אינטערשיד פון עטליכע קאפיקעס’. אמאל איז עס א דאלער, אמאל צוויי דאלער.
אבער, זאגט נאר טייערער מנחם, פאר צדקה, ווען דער קליניניג אייגנטומער וואלט געקלאפט ביי אייך אויף דער טיר און געזאגט: איך האב נישט צו שפייזן מיין משפחה, ביטע גיט מיר א נדבה, וואלט איר אים נישט געגעבן מינימום א צוואנציגער?
איז דאס נישט פיל ביליגער און בדרך כבוד’דיגער צו געבן דעם איד צו לייזן דורכ’ן שטיצן זיין געשעפט?
דארף דער גוי קויפן מצות? דארף ער צאלן שכר לימוד פאר א אכט-צען קינדערלעך? דארף ער אויסשטאפירן מיט שיכעלעך א גאנץ הויז-געזונד? דארף ער אריינברענגען וועכנטליך א שבת אין שטוב? דארף ער אריינברענגען א סוכות ביי זיך אין שטוב??
א וואונדער ער קען זיך ערלויבן צו בעטן א דאלאר-צוויי ביליגער?
מיר האט אמאל געזאגט א היימישער געשעפטס-מאן, וועלכער איז אויך א וואלונטיר אין ‘עושה חסד’ צו טראגן מאלצייטן צו באדערפטיגטע פאמיליעס, אז, ער פלעגט זען אזעלכע משפחות וואס זענען תמיד געגאנגען צום גוי איינקויפן וואס האבן געדארפט צוקומען צו די הילף.
‘נו’ פרעגט ער מיט ווייטאג, אויב פארשטייט יענער אז מ’קען נישט אליינס, אויב פארשטייט יענער צו ערווארטן הילף פון טייערע ברידער און שוועסטער, פארוואס נישט קויפן ביים אידישן ברודער וועלכער איז פונקט אזוי באדערפטיגט צו מאכן פרנסה, און אויב וועסטו קויפן ביים גוי וועט יענער מוזן צושפארן און אליינס ווערן א נצרך ל”ע??
טינק אבאוט איט.
ישר כח קרן עזר פאר’ן ברענגען צום אויפמערקזאמקייט. כ’בין זיכער אז ס’וועט שטארק עושה רושם זיין.
אבער מנחם זאגט אויך א פוינט אז די אידישע סטארקיפערס זאלן זיך אויסלערנען צוציען קאסטומערס און מאכן פראמאושענס.
דער היימישער עולם פארשטייט נישט דאס וויכטיגקייט פון כסדר אדווערטייזן און מארקעטן. מ’הערט אז ס’קאסט געלט און מ’ווייכט תיכף אפ דערפון. ס’טייטש? כ’האב עפעס איבריגע געלט אויסצוגעבן?
אבער, דער אמת איז פונקט פארקערט: וויפיל דו וועסט אויסגעבן, אלץ מער וועסטו איינלייזן.
ולא עת הארך פה. איך בין נישט אזוי באגאבט עס אויסצושמועסן, אבער איך וואלט פארגעשלאגן פאר די חשוב’ע בעל הבית ארויסגעבער צו ווידמען א ווינקל וועגן אדווערטייזינג און מארקעטינג פאר’ן היימישן עולם. נישט קיין ביג-בוזשעט זאכן, נישט קיין גרויסע ביל-באורדס, נאר איינפאך די אלף-בית וויאזוי צו מאכן אדווערטייזינג דא ביים היימישן עולם.
ישר כח.
אמת ס’איז נישט קיין תירוץ, אבער יעדער דארף טוען דרך הטבע’דיגע השתדלות.
אהרן יאסל, איך האב באמת הנאה אז די האסט גוט ארויסגעברענג די פאוינט. אלעס וואס די שרייבסט פארוואס איך דארף רחמנות האבן אויפן איד איז 0001 פארצענט גערעכט און איך ווארט צו זעהן ווי דער אידישער געשעפטסמאן וועט דאס אויספירן כלפי מיר, דער קאסטאמער.
איך דארף אויך קויפן מצות, איך דארף אויך צאלן שכר לימוד, איך דארף אויך האבן אויף שבת צןמאכן.
וחי אחיך עימך איז א two way street…. איך מיין אז איך האב עס גענוג גוט ארויסגעברענגט.
והמין יבין.
אנטשולדיגט מיר ידידי הרב מנחם.
אבער ניין, דו האסט עס נישט גענוג גוט ארויסגעברענגט. אפשר פארשטיי איך נישט דיין פוינט, איז טאקע וויכטיג דו זאלסט מער ארויסברענגען דער עולם זאל פארשטיין. מעגליך ווי דו וואוינסט איז אנדערש.
אוודאי איז דא אמאל א יוצא מן הכלל וואס שינדט די הויט פונעם ציבור, דארף מען אים אויפמערקזאם מאכן דערויף, אבער דאס וואס דער איד בעט א קאפיטשקע טייערער, איז ווייל דאס לעבן קאסט אים זעכציג-זיבציג פראצענט מער ווי דער גוי, טא איז ער עס נישט ווערט??
און נאך אלעם, לאמיר נישט פארגעסן: מיר האבן א תורה און הלכות.
דוכט זיך מיר אז נאר אויב איז דער איד מער ווי א זעקסטל טייערערער איז מען ערלויבט צו גיין צום גוי.
לכבוד אהרן יאסל
פון דיין תגובה זעהט מען נאכאמאל אז דו קוקסט נאר אויפן זייט פונעם מוכר, וועגן דעם פרוביר איך מסביר צו זיין די צווייטע זייט פון מטבע אז דער מוכר דארף אויך באטראכטן זיין אידישן קאסטאמער מיטן בליק פון וחי אחיך עימך און וויסן אז יענער האט אויך די אלע אידישע עקפענסעס וואס ער האט.
בכלל אז מען רעדט שוין דארף מען ציוויסן טוען פאר די אידישע מוכרים אז לא תונו איש את עמיתו און די פראגע וואס מען גייט פרעגן אין הימל נתת ונתת באמונה גייט אויך אן פונעם אידישן מוכר צום אידישן קונה. ואין העת להאריך פה.
Menochem is not right,
When you spend $20 at the cleaners the communities economy is loosing $20,
And when you will spend $23 at a community guy “you” will loose $3 But the Communities economy will gain $20 Which goes in the end for Mosdes hatorah ETC.
S
to r’ shmye.
let’s talk Economics 101
the jewish seller and me are in community 1. the goy is in community 2.
when i pay the the seller 20. $20.00 moved around in the same community, it stays in my community and my pocket has now $20.00 less.
when i pay the goy $16.00. $16 moved out from my community and is now in community 2. community one stood with $4 and i have in my pocket now $4 which i can reinvest in commuity 1 wherever i want.
now, who says that the seller should have the opportunity to invest my $4 where he thinks right, maybe i can do that better?.
2) who says that the $16 will not come back to my community. the goy can come back tomorrow and buy pizza or other things he like that I sell.
again, this was economics. but a”p torah i have to buy from the yid. the yid is not allowed to rip me off because of this requirement
.
מנחם, ווער האט דא גערעדט פון אפריפן חלילה.
מ’רעדט פון דעם אז דער אידישער קלינער בעט 2-3 דאלער טייערער פונעם גוי, צי מעג מען פאר דעם לאזן דעם איד פאלן צוליב דעם.
זה הוא. דו ביזט מחולק מיט דעם?
ווען מ’רעדט פון א ריפער, איינער וואס שינדט די הויט און פירט זיך נישט ארנטליך, איז עס א צווייטע מעשה.
Menochem,
I don’t believe that in all jewish stores together we find the much Goyim as in one Sunday the yidden are found at Macy’s, so don’t count that it comes back.
BTW when it comes to cleaners I’m not sure the Haloche request to do services at yidden only , in the torah we find it at sales Selling & buying, Of course we should do so but maybe not of haloche point.
I would send the question to the Haloches Q&A section of Balboos.
לכאורה האט סערוויסעס דעם זעלבן דין ווי קויפן, אבער איך וואלט געווען צופרידן ווען א דעת תורה וואלט גע’פסק’נט דעם שאלה.
איבער דעם וואס מנחם טענה’ט אז די אידישע געשעפטן רייסן אויס די קונדן, “עס איז נישט ריכטיג”, און נאכאמאל “עס איז נישט ריכטיג” און א דריטע מאל “עס איז נישט ריכטיג”, איך גלייב אז יעדער בר דעת וועט מסכים זיין מיט מיר.
מן הסתם האט מנחם געהאט שלעכטע ערפארונג מיט איינס אדער צוויי געשעפטס לייט, וואס אזוי ווי איבעראל איז צווישן אונז אידן ליידער אויך דא אזעלכע וואס גיבן זייער נישט גוטע סערוויס, און די עצה דערויף איז “אז דו ביזט נישט צופרידן ביי איינעם גיי צו א צווייטן”, עס איז געווענליך דא מער ווי איינס און מער ווי צוויי אידישע געשעפטן פאר יעדע זאך.
דער אמת איז אז צומאל בעטן טאקע אידן טייערער (אמאל אביסל און אמאל אסאך) ווי דעם גוי, און דאס איז נישט ח”ו ווייל ער וויל דיר אויסרייסן, נאר אפט מאל איז עס צוליב די קוואליטעט פון די סחורה, און אפטמאל צוליב די סערוויס (יא ביי אידן קען מען רוב מאל באקומען פיל בעסערע סערוויס ווי ביים גוי), און אפי’ ער האט נאר די איין סבה, אז ער דארף צאלן שכר לימוד פאר אכט קינדער וכו’, האט ער רעכט צו בעטן אפאר דאללער מער (און ער מוז נישט מאכן קיין סעיל), ער טוט עס ווייל ער מוז האבן די געלט, ער האט נישט קיין ברירה, אנדערש וועט ער ענדיגן דעם חודש אין דעפיציט, און די תורה זאגט אז אפי’ דער איד בעט טייערער דארפסטו ביי אים קויפן (און די תורה איז אויך נישט מחייב צו קויפן ביי איינעם וואס רייסט אויס אנדערע, עס איז דא דעם שיעור וואס די אנדערע האבן שוין געשריבן, ביז וויפיל מען דארף צאלן טייערער פאר א איד).
איך ווייס נישט פארוואס מנחם שרייבט מיט אזא האס, איך האב ב”ה זייער גוטע ערפארונג מיט אידן, און איך בין בכלל נישט אנטציקט פון די גוטסקייט און פון די ביליגקייט פון די גוים (וואס זייער אסאך מאל איז עס שוואכע סחורה אויסער אלעם), ווי אויך קען איך מעיד זיין, אפשר טאר מען נישט מקטרג זיין, אבער ליידער דאס איז א מציאות וואס מען מוז שרייבן “אסאך אידן גייען צום גוי, ווען מען קען באקומען ביים איד פארן זעלבן פרייז”, צוליב נארישע איירעדענישן אדער אומבאקוועמליכקייט, אדער סתם אזוי אן קיין תירוץ, און מען זאל מיר מוחל זיין, “אבער די גוי’אישע געשעפטן מאכן נישט קיין אדווערטייזינג און קיין מארקעטינג ביים היימישן ציבור”, און דער איד אויסער וואס ער האט א גרויסן טאוול אויפן גאס, אז יעדער וואס איז נאר אמאל אריבער דעם גאס, ווייסט פון דעם געשעפט, און אויסער דעם וואס זיין עד לויפט יעדע וואך אין די לינק / תורה טיימ’ס / שאפער’ס ראוט / קאנעקשאן’ס, אדער איינער פון די אנדערע שמות הנרדפים, אויסער דעם אלעם מאכט ער אויך סעיל’ס און ער מאכט אויך מארקעטינג, און מען גייט ליידער נאך אלץ צום גוי, מען פארט אויף מאנהעטן זוכן א געשעפט וואס די שוועגערין’ס צווייטע קאזין האט דארט געקויפט עפעס א מציאה, ווען מען האט עטליכע טירן אוועק א געשעפט וואס פארקויפט די זעלבע זאך, אדער גייט מען זוכן א גוי’אישן בוי מייסטער, פלאמבער, עלעקטרישאן, וואס דער שכן האט געהערט פון זיין חבר אין כולל, אז ער איז מורא’דיג גוט אדער ביליג, ווען מען האט א קרוב משפחה אדער א מתפלל אין ביהמ”ד, וואס טוט די זעלבע ארבעט.
ביטע נעמען אין באטראכט, אז עמך ישראל צריכין פרנסה, און דוד המלך האט שוין געזאגט לכו והתפרנסו זה מזה, לאמיר אננעמען זיין עצה, וועלן מיר די בעסטע אנקומען.
i used to buy a vitamin here in williamsburg which the store keeper was asking $55.00, and i found the same item by the GOY for “”"”$35.00″”"”" thats why i allways buy some stuff by the goy,
לייב, סופער זשאב און אייזן ארויסגעברענגט.
ווארשיינליך האט מנחם געהאט א שלעכטע עקספיריענס ביי איינעם. און אויף דעם איז אלץ דא די עצה פון פרובירן ביי א צווייטן, און דאס מיינט נאכנישט אז אלע אידן זענען רויבער (ח”ו)
און מענני וואס פארציילט א מעשה, קודם איך בין נאך נישט זיכער אז דאס איז אקוראט די זעלבע, ווייל ביי די גויים טוט זיך א שווינדל-פראדוקציע אויף תולה ארץ, מ’מאכט נאך און מ’קאפירט פון די גרויסע ברענדס, ס’זאל אויסקוקן אקוראט די זעלבע, און נאר צוליב דעם קענען זיי געבן די פרייזן.
און צווייטנס, מיר רעדן דא פון א קלינערס, וואס די גאנצע זשאב לויפט פון 12-15 דאלער ביילייפיג, און דער גאנצער נפק”מ איז בלויז עטליכע דאלער, און לגבי דעם איז נישט דא קיין שום היתר, קיין שום אויסרייד, צו גיין צום גוי.
when you talk about people going to Macy’s i don’t know if its right e”p toreh but when it comes to save money i will give you an example when you buy clothing for children, if you buy it here in Williamsburg you will pay for a shirt,pants,vest, about $90.00 , but if you go to Macy’s you will not find the same thing but similar to it you will only pay $25.00 and thats why you see people in Macy’s the important thing by every family is right now, to save money
מיר קומען אלץ צוריק צו אל”ף.
עס איז דא א תורה, און די תורה איז מחייב צו שטיצן דעם איד, און עס איז דא הלכות ווען מען דארף און ווען מען איז נישט מחויב צו קויפן ביים איד.
אויב די רעדע איז פון $55 אדער $35 מעג מען, אבער עס איז נישט קיין ראי’ אז א צווייטע מאל מעג מען אויך (און פארשטייט זיך אז אויב דער אייבערשטער האט דיר געבענטשט און די צוואנציג דאללער דרוקט דיר נישט אין קעשענע, מעג מען נאכאלץ קויפן ביים איד).
אסאך מאל קען מען פרעגן דעם געשעפטסמאן פארוואס ביי אים קאסט עס אזויפיל טייערער, עס קען זיין אז ער וועט דיר דאס אויך געבן פאר ביליגער, אדער קען זיין אז ער וועט דיר פארציילן זאכן וואס דו ווייסט נישט… אדער קען זיין אז דער גוי באקומט עס דורך נישט כשר’ע וועגן, און עס קען זיין נאך אסאך זאכן, און עס קען אויך זיין, אז דער גוי מאכט נישט קיין סאך ריוח דערויף, און דער איד וואס מן הסתם איז זיין פרנסה פון די סארט זאכן איז אנגעוויזן שטארק אויף די פאר דאללער און ער קען זיך נישט ערלויבן צו פארקויפן ביליגער, אזוי צו אזוי, נישט יעדער געשעפטסמאן איז אייניג, און מען דארף אכטונג געבן פאר מען דרוקט צו א געשעפטסמאן צום וואנט איבער די פרייז פון א פראדוקט אז עס זאל נישט אריינגיין אין דעם כלל פון דעם אנדערן לא תונו (אונאת דברים), אדער עס זאל אים נישט צוברענגען צו כעס רח”ל.
און אגב, מיר דאכט זיך אז אין א רעסטוראנט קאסט א פלאש טרינקען דאפלט ווי אין גראסערי, און אזוי אויך א סלייס פיצא, וכדו’, אלזא פארוואס קויפן דאס מענטשן, זעט אויס אז ווען עס איז באקוועמער אזוי קוקט מען נישט אזוי שטארק נאך די פרייזן, איז אויב פאר באקוועמליכקייט איז מען גרייט צו צאלן מער, דאן מעג מען אמאל צאלן אביסל מער מהנה צו זיין א איד.
We “better class” people always want the brands and then complain that it’s to expensive and then run to Macy’s for a good deal,
Should the local stores carry the cheaper companies and give the Macy’s prices and “הכל על מקומו יבא בשלום”
עס קען נישט ארבעטן, ווייל אין מעסי’ס קויפן גוים רוב פון זייער סחורה, די אידישע קאסטומער’ס קויפן נאר א קליינע פראצענט דערפון, און צווישן די סאך סחורה וואס זיי האבן קען מען טרעפן א גוטע זאך, דער אידישער געשעפט קען נישט איינקויפן די אלע שמאטע’ס, ווייל עטליכע קאסטומער’ס וועלן זיך פרייען צו עפעס א מציאה וואס זיי וועלן דארט טרעפן, און די איבריגע וועט בלייבן ליגן עד שיבא אליהו.
דער אידישער געשעפטסמאן קען נאר קויפן דאס וואס ער קען פארקויפן פאר אונז היימישע אידן, און דער מארקעט פאר מציאות איז נישט גענוג גרויס, עכ”פ פרעצענטואל קען ער נישט צושטעלן גענוג א גרויסער אויסוואל אז עס זאל באפרידיגן די מציאות זוכער, ווייל ווי געזאגט דער קאסטומער נעמט נאר איין זאך, און דער געשעפטסמאן בלייבט שטעקן מיט די איבעריגע (אפשר קען ער עס נאכדעם פארקויפן פאר מעסי’ס…. אדער קען ער מאכן מיט זיי א דיעל…).
אסאך חומר דא צו ליינען, די קאממענטס איז נאך מער ווי די ארטיקל
א גוטן. איך האב גענדיגט מיין טאג ארבעט און איך בין דא צוריק. ווי עס זעהט אויס איז דער עולם אינגאנצן פארפארן פונעם פוינט.
יעדער טרייט צו רעדן און פארענטפערן דעם געשעפטסמאן פארוואס ער מעג בעטן מער געלט. מיין פוינט איז בעיקר לאז אפ דעם געשעפטסמאן, קוק א מינוט אויפן קאנסומער. איך מיט דואלס דרויסענדיגע דארפן די זעלבע רחמנות האבן אויפן קאסטאמער ווי אויפן געשעפטסמאן. סא ווי קומט אריין כל מיני הסברים אז יענער האט הוצאות מיט מצות מיט שיך מיט שבת מאכן ווען דער צד שכנגד האט די זעלבע. מיין פוינט איז ביידע האבן רעכט צו בלייבן אין טאש מיט די מערסטע געלט. אויב איך קען בלייבן מיט גילט אין טאש ווייל איך געב דאס נישט פאר א צווייטן וואס וויל האבן די .
איי וועט איר זאגן די תורה הייסט שטיצן א איד, פרעג איך. די זעלבע תורה איז מצוה דעם געשעפטס. על כל פנים מען דארף באטראכטן דעם קאסטאמער מיט די זעלבע רחמנות אין אויב איינער פיעלט אז ער קען בלייבן מיט מער געלט אין טאש זאל ער זיך נישט לאזן בא’גנב’ענען
.מאן מיך צו שטיצן. סא ווער האט אים מתיר געווען צוצונעמן געלט פון מיר שלא ביושר.
געלט אין טאש, דארף איך האבן די רעכט דערצו.
איך שרייב פון android עס זעהט אויס ווי די שורות ווערן צוריקט. די ראדאקציע ווערט געבעטן צו טוען דערינען
איך פרעזענליך וואקל מיך פומעם איד צום גוי און פונעם גוי צום יוד, און יצטער האב איך גאלנדעט ביים גוי, אט איז פ”וו: איך בין אריין צום גוי קלינען א קינדער מאנטל, פרעג איך עהם וויפיל דאס וועט קאסטן, זאגט ער מיר $7.00, טראכט איך צו מיר נו אזא ביליגע זאך וויפיל טייערער קען עס שוין זיין ביים איד, גיי איך קעגן איבער צום איד, ער קוקט מיר אהן און פרעגט וויאזוי די מצב פרנסה ביי מיין שווער, און ווען איך ענפער עהם ב”ה פיין, געט ער מיר א פרייז: $15.50. מיט גאנצע הסברים פ”וו ס’איז שווער צי קלינען, וויפיל איך האב פרובירט האט ער זיך גע’עקשנ’ט, ביז איך האב עס געמוזט דארט לאזן, און באצאלן די העפטיגע פרייז, אבער דאס איז עס, איצט זאל ער וויינען, אז ער האט נישט רחמנות אויפן קאסטומער, שוין איך עהם נישט. דאס איז די פרייז וואס ער דארף צאלן פארן זיין וועג פין טוהן ביזנעס….
אויב איז די מעשה וואס אברהם הערש פארציילט אמת, האט דער ליידער ליידער זיך נישט מתגבר געווען אויף זיינע נסיונות און עובר געווען אויף לא תונו איש את עמיתו. אין הימל וועט נישט העלפן קיין תירוצים, כיהאב געדארף חתונה מאכן די קינדער אדער כא’געדארפטמנדב זיין א בילדינג פאר א תלמוד תורה. מען טאר נישט בא’גנב’ענען א צווייטן איד. אפילו ער הייסט קאסטאמער, נישט געשעפטסמאן.
הערטס אויס געשעפטסלייט, אויב וועט איר זיך אויפפירן ארענטליך און מיטפיעלן מיט א צווייטן איד וואס דארף קויפן מצות מיט שיך פאר זיין קינדער געבענטשטע משפחה, וועלן מיר אויך טוען די זעלבע. וההיפך להיפך.
I totally agree with Menachem, the storekeeper’s blood isn’t more red then mine. And to all those who argue that the difference is just a few bucks between the goy and the yid, let me ask you this question, at what point is it just a few dollars, and when exactly does it become a rip of? Where is the mark, and who sets the limit?
And I’ll give you an example, how a himeshie storekeeper is abusing the “uneducated heimeshe consumer” there is a photo store in Williamsburg that develops pictures, they also offer for $5 to save the photos on a disc. Nothing wrong with that, but here is the chutzpa, if your photos does not fit on a CD and you have to save it on a DVD this already costs you $10. To charge additional $5 for a DVD is just outrages and is abusing the heimeshe consumer. (who does not have computer access)
Another reason why people shop at Macys besides the price and not by the heimishe, is the return policy Macys and other dept stores offer, while most heimesha storekeepers would never ever give you back cash and even a credit to get is difficult, Macys gives you all the time you need.
Just thinking out loud
!
איך וואלט געוואלט בעטן יעדן זיך צו האלטן צום אידישן שפראך.
בעל הבית איז א ריין אידישע אויסגאבע, און ס’ווערט בלויז שווער צו ליינען די שמועסן מיט’ן אפהאקן מיט ענגליש.
אדאנק.
אה קעי, אידיש זאל זיין אידיש.
ענדליך איז שוין דא איינער וואס עגריעט מיט מיר.
סא ישאע ב האט אויפגעברענגט נאך א גוטע פוינט, ריטורנס.
ווי וועט איר טרעפן ריטורנס ביי ”היימישע” ?
און דאס איז שוין נאך דעם וואס ער טשארזדשט מער.
ריטורנס איז פארט פון יעדע ביזנעס עקפענס און אונז היימישע דארפן נישט ווערן געפארסט צו ,דערלייגן, קויפן ביי היימישע, צאלן מער, נישטא ריטורנס אתמהה???
איך האב געליינט די ארטיקל און געזען ווי זיי שרייבן אז “לעצטענס האבן זיך היימישע קלינערס צוגעשפארט” איך טראכט צו מיר, נו מילא, אדער יא אדער נישט, די פוינט איז סיי ווי אמת.
ביינאכט האבעך איבערגעזאגט פאר די בני בית וואס איך האב געליינט, איך קויף דאך נישט איין, עס איז דאך זייער דעפארטמענט, זאגן זיי אז א היימישע קלינערס האט זיך טאקע לעצטענס פארמאכט, אזוי ווי עס איז שוין פארמאכט גלייב איך אז מען מעג זאגן א נאמען, S&W, עס איז שוין אין ביזנעס פאר לאנגע יארן אויף א פראמינענטע פלאץ אויף לי עוועניו.
נאר וואס דען, עס איז מוז נישט זיין אז דאס איז געווען די סיבה, עס קען זיין פיל סיבות פארוואס מען גייט ארויס פון ביזנעס. אבער איך זע אז קרן עזר רעדט נישט סתם אין די וועלט אריין, וועל מיר זיי טראסטן.
לעצם הענין, איך מיין אז די גרויסע קענען געבן ביליגער ווייל זיי קלינען אליין, די וואס געבן עס ארויס פאר אנדערע קאמפעניס, און מאכן נאר עפעס א מארק-אפ, קענען נישט צופיל אראפלאזן.
פון מיין שטאנדפונקט, ווען עס קומט ערב פסח און מען דארף קלינען צענדליגע זאכן, פאלט מיר אן א קדחת, און איך גיי צום גוי, עס גייט גרינג אריין אין די הויכע נומערן, עס איז א טייערע זאך און עס איז פארשטענדליך אז מען זוכט צו שפארן.
מיין בני בית וואשט טאקע טלית קטנ’ס און טלתים מיט די צען פינגער, צו שפארן די “עטליכע קאפיקעס” איך בין פון די אידן וואס יעדע דאלער מאכט ביי זיי אויס, מיין איך אז די זאכן וואס איך מוז קלינען האב איך א רעכט צו גיין צום גוי, איינער וואס קלינט די העמעדער יעדע וואך, (עס איז דא אזאנע, הלוואי אויף אלע אידן געזאגט) זאל מוחל זיין גיין צום איד.
זאל מיר יעדער מוחל זיין אויפן פארקריכן פונעם סובזשעקט פאר איין מינוט, איך האב נישט קיין אנדערע וועג צו פרעגן מענדל א שאלה, ווען וועט שוין זיין דא א תיבה אישית?
מענדל דו שרייבסט דו האסט אנדרואיד, וועלכע מאדעל? איך וויל יעצט קויפן אזא פאון, איך בין נאך מסופק, שכוח למפרע.
איך האב די ”עיטש טי סי עיווא פאר דזשי, (אנטשולדיגט איך טריי צו שרייבן אידיש, כפי בקשת ידידי אהרן יאסל שיחיו) עס איז איינס אין די וועלט. איך ניץ ”עני סאפט קיבאערד” פאר אידיש, סא עס איז זייער געשמאק. כהיום יום יום איז דאס די בעסטע אנדרויד סמארטפאון אויפן מארקעט, ווען מען מאכט די סל הכל פון אלע פיעטשארס, צוזאמן מיט פאר דשזי. אין א חודש צווי וועט זיין די ”טארדערבאלט” פון ווערייזאן וואס לויט די באריכטן איז עס די זעלבע ווי דער עיווא נאר. געטוישט פאר ווערייזאן ”עס די עמ עי” אין אויך פאר זייער ”’על טי אי” טעקנאלאזדשי.
דער אמת איז אז פון א ביזנעס סטעדפאוינט לוינט נישט פאר קרן עזר צו פארלאנגען פון אנדערע צו קויפן דוקא פון א צווייטן איד ווען עס איז טייערער.
טראכט אריין. די ווייטאגלעכע פאקט איז אז פאר א קינדער געבענטשטעמשפחה ווען עס קומט פאר א גרויסע יו”ט אדער אנפאנג א נייע סיעזאןקען מען זיך שפארן צווישן איינס אין פינף טויזענט דאלער ווען מען גייט ארויס שאפן אין די גרויסע דעפט. סטארס. סא אויב וועט ווען צענדליגע אידן זיך נישט שפארן די גרויסע געלטער ועלן זיי
1 מער נישט קענען שטיצן קרן עזר.
2 חס ושלום ליידער מוזן אנקומען צו קרן עזר.
בעסיקלי די פוינט איז. אויב קען זיך א איד שפארן צו בלייבן מיט אפאר דעלער אין טאש, וועט יעדער הנאה האבן.
צו מיין נייעם ידיד מנחם ה’ ירום הודו.
קודם כל דאנקע שיין פאר’ן זיך צושטעלן צו מיין פארלאנג און שרייבן אידיש. גראדע, די נעמען פון די פאון קענסטו יא שרייבן ענגליש, ווייל מ’צעברעכט זיך אויך אויף דעם די ציין.
בסך הכל דארף מען נוצן דעם שכל הישר און קאמאן סענס, פונקט ווי מ’דארף נוצן שכל הישר און קאמאן סענס ווען מ’דארף קויפן ביי א איד און ווען ביי א גוי.
בסך הכל, איז מען שוין דא ארויסגעקומען מיט א שטארקע שטעלונג, און איך ווייס נישט פארוואס דו האלסט דיך ביי דיינס מיט אזא פעסטקייט.
צום ערשטן, קענסטו נישט מאכן קיין כלל “ביים איד”. דו קוקסט שוין באלד אויס ווי די אנטיסעמיטן וועלכע האבן באטיטלט ‘אלע אידן’ אלס בלוט-זויגער און שטייער-צאפער, צוליב וואס איין איד איז געווען איינגעשטעלט אין דער שטייער-אמט און ווייל איין איד האט געבעטן טייערער ווי זיין קאמפעטישן.
און דו מיינסט אז אלע גויים זענען יא כשר וישר, איידעלע און פיינע מענטשן, וואס ווייסן נישט וויאזוי יענעם צו בארויבן מיט א דאלער? צי מיינסטו אז ס’איז נישט פארהאן קיין גויאישע געשעפטן וואו מ’שינדט די הויט און אף על פי כן קויפט מען דארט.
ווער רעדט דא פון אן אומארנטליכן איד? ווער רעדט דא פון א יוצא מן הכלל וואס שינדט די הויט? ביי אזא איינעם דארף מען עקסטער זען.
מ’רעדט דא בסך הכל פון אונזערע אידישע ברידער וואס ווילן מאכן פרנסה און האבן געשעפטן און מ’גייט צום גוי פאר אן אינטערשיד פון עטליכע קאפיקעס.
פארדעם זאל מען חלילה באקיאטירן אלע אונזערע אידישע ברידער, וועלכע קענען מיט זייער בעסטע ווילן נישט האבן מעיסיס פרייזן, און זיך ערלויבן מעיסיס רעטורן-פאליסיס, ווייל ס’וועט זיי צוגרינד לייגן אין דעי וואן?
כ’מיין, קאם אן, אביסל קאמאן סענס, און מ’מעג אמאל נאכלאזן פון א מיינונג.
ווי עטליכע האבן עס שוין אויפגעברענגט, האסטו – ווי עס שיינט – געהאט א שלעכטע עקספיריענס ביי איינעם פון אונזער פאלק, און דערפאר גיסטו אויס דעם גאנצן כעס על הכלל כולו יצא, און דערמיט אפקילן אידן פון מקיים זיין א בפירוש’ע מצות עשה פון די תורה וחי אחיך עמך, ווייל ס’דא איין איד – א סטאר-קיפער – וועלכער האט ביי דיר נישט מקיים געווען דעם וחי?
איז דאס לאגיש? כ’מיין סאררי פאר’ן פארשארפטן טאן, אבער איך זע שוין נישט וואס דו ווילסט יעצט. מ’האט שוין אלע זייטן אויסגעשמועסט און יעדער איז שוין איינשטימיג אז יש ויש, און מ’דארף אלץ קוקן כפי הזמן והמצב, און דו האלסט נאך פעסט ביי דיינס, און קריטיקירסט נאך די הייליגע ארגאניזאציע פאר’ן מעורר זיין איבער אזא וויכטיגע נושא, וואס מאכט ליידער חרוב פרנסות ישראל.
that’s it!
יש ויש! האף מיר צו בלייבן ידידים לאורך ימים ושנים טובים
לויט ווי אזוי עס זעהט אויס פרובירט ידידי החשוב אהרן יאסל אריינצוווארפן הייליגע ווערטער צווישן די שורות. וו.צ.ב. הייליגע ארג. ברודער. איד. אלעס פיין און וואויל אבער ביטע נישט פארגעסן אז איך בין אויך אויף די זעלבע מדרגה. איד. הייליג. ברודער. א. א. וו.
אזוי אויך פאר די תועלת פון די דיסקושען ביטע נישט פארשארפן דעם טאן. פרובירט מיט אלע כחות זיך צו האלטן רואיג.
לאמיר נאר מאכן קאפי/פעיסט פון מיין אלטע תגובה.
הערטס אויס געשעפטסלייט, אויב וועט איר זיך אויפפירן ארענטליך און מיטפיעלן מיט א צווייטן איד וואס דארף קויפן מצות מיט שיך פאר זיין קינדער-געבענטשטע משפחה, וועלן מיר אויך טוען די זעלבע. וההיפך להיפך.
אה מנחם, איצט רעדסטו ווי א איד!
איך קאנגראטוליר דיר פאר’ן קומען צום ריכטיגן אויספיר:
סאו, אויב בין איך ערלויבט, לאמיר מאכן דעם סך הכל, און וועל מיר זען צו יעדער טוט דערצו מיטשטימען.
אין זשענעראל, איז “קרן עזר” הונדערט פראצענט גערעכט, מ’דארף און ס’איז יושר’דיג צו קויפן ביים איד און שטיצן דעם איד, ובפרט וואו מ’ווייסט אז ביזנעס איז שוואך און יענער איז אנגעוויזן דערויף, וואס דעמאלט איז עס חוץ פונעם וחי אויך והחזקת – בדרך כבוד.
און נאך א זאך וואס יעדער פארשטייט, איז אז דער איד קען, בשום אופן, נישט געבן די פרייזן פונעם גוי – מ’רעדט דא פון די דעפארטמענט סטארס – איינפאך ווייל ס’איז פשוט נישט מעגליך. ער קויפט נישט אזעלכע מולטי-פאנטאסטישע קוואנטומס סחורה אא”וו, ממילא וועט ער אלץ זיין א ביסל טייערער.
און, ווי מ’האט דא אויפגעברענגט שוין, טוען די שפעזן צו די דעפארטמענט סטארס – אפטמאל – קאסטן אזויפיל אדער נאך מער ווי מ’וואלט עס ווען געקויפט אראונד די קארנער ביים איד מיט די גרעסטע באקוועמליכקייט, אן דארפן נישטערן אין ריזיגע פיילס פון שמאטעס און שמוציגע ‘וואלענטין’ קליידונג, און זיך אנשטויסן מיט אלע סארט געמיינע מענטשן, און דערנאך אהיימקומען גענצליך אויסגעשעפט.
(דאס איז שוין אויסער דער ים מיט ראיות אסורות מיט וואס מ’זעט זיך דארט אן רח”ל, ספעציעל ביי די רעזשיסטערס ביי די אלע שמוציגע מאגאזינס, וואס אפילו א פרוי טאר דאס אויך נישט זען און זיך פאר’טרפ’ן די אויגן און נשמה, אבער דאס איז נישט אונזער טעמע יעצט)
אין קעיס פון א איד וואס פירט זיך ליידער נישט ווי מ’ברויך, ער פארשטייט נישט – ווי ידידי ר’ מנחם רופט עס – אז ‘וחי’ איז א טו וועי סטריט, און מ’דארף זיך רעכענען אויך מיט’ן קאסטומער, און מ’קען נישט יענעם אויסקוועטשן, דארף מען אים אויפמערקזאם מאכן דערויף, און אויב בעט ער מער ווי א זעקסטל מער, אדער ער איז איינפאך נישט מקיים דעם ולא תונו איש את עמיתו, דעמאלט איז – פילייכט – נישט דא קיין שום אבליגעישאן צו קויפן ביי אים.
איך מיין אז יעדער אגריט דערמיט, ווער נישט איז מכובד צו קומען זאגן זיין מיינונג.
נאך איין ווארט וויל צולייגן צום שלוס. ווען איר גייט נעקסטיים צום גוי איינקויפן און איר זעהט דארט א איד, ליגט אויף אייך די מצוה, הוה דן את כל אדם לכף זכות.
איינע פון די זאכן וואס איר קענט טראכטן כדי דן צו זיין לכף זכות איז, אז אסאך מאל איז דא ”אנגעשרענגטע נערווען” וואס גייען שאפינג אלס א ”פעין רעליווער” אדער אלס א ”בארואיגינגס פיל” און נישט ווייל ער/זי וויל נישט ח”ו שטיצן דעם ברידער.
מסכים. גערעכט. און איך נוץ אויך אמאל דעם רעליווער אין אנגעשטרענגטע צייטן.
איך פארשטיי נישט פארוואס דא איז דא אזא פלאקערדיגע ויכוח בעפאר איינער ברענגט ארויס די קלארע הלכה: איז מען מחויב צו קויפן ביים יוד? ווען? ביז וויפיל? נאכדעם וואס די הלכה’דיגע יסודות וועלן זיין קלאר אראפגעשטעלט, קען מען זיך נעמען דינגען צו במקום וואס עפ”י הלכה איז מותר צו קויפן ביים גוי, אויב עס לוינט נאך אלץ פאר די עקאנאמי צו קויפן ביי איד וכדו’.
אגב וויל איך נאר צולייגן פין אייגענע ערפארונג: את חטאי אני מזכיר, ביי מיר האט מען אמאל אריינגעגעבן צום גוי’אישן קלינערס א טייערע קינדער אוטפיט וואס מען האט געניצט פאר א שמחה, און אזוי ווי עס האט זיך נישט געמאכט קיין שמחה אין די קומענדיגע חדשים איז דאס ארויס פין קאפ. ווען מען האט זיך דערמאנט עס צו גיין אפנעמען איז געווען דוכט זיך בערך א יאר דערנאך, און דער גוי האט גע’טענה’ט אז ער האלט נישט קיין חפצים אזוי לאנג, און האט אנגעוויזן שווארץ אויף ווייס אויפ’ן צעטל וואס הענגט דארט אז ער נעמט נישט קיין אחריות אויף קיין חפצים וואס בלייבן מער ווי דרייסיג טעג. און פארשטייט זיך אז ביי דעם איז עס געבליבן.
איבריג צו זאגן אז ביי א היימישן קלינערס וואלט אזא זאך נישט פאסירט.
איך געדענק אז איז שוין געווען עטליכע שאלות דערוועגן אין די מדור פון אליבא דהילכתא, איר קענט זען דא
http://www.balboos.com/content/series/%D7%90%D7%9C%D7%99%D7%91%D7%90-%D7%93%D7%94%D7%99%D7%9C%D7%9B%D7%AA%D7%90/
אינמיטן די בלאט, זע איך דריי שאלות. אבער ווען מען קליקט קומט עס נישט ארויף, מען וואלט געדארפט בעטן די בעלי בתים פון בעל בית זאלן ערמעגליכן עקסעס דערצו.
א גוטן טאג איך האב יעצט איבערגעקוקט דעם גאנצן שארפן ויכוח, איך האב נישט געטראכט אז מען וועט נאך אנהייבן א פרישן ויכוח נאכדעם וואס איך האב שוין לאנג געמאכט דעם סך הכל (איר קענט עס ליינען אויבן איך וויל זיך נישט מטריח זיין עס איבערצושרייבן נאכאמאל, און עס איז נישט וויכטיג).
און נאך א נקודה וואס איך האב שוין אויך אויבן געשריבן וואס מען האט ארויסגעלאזט פונם סך הכל:
ווען איר האט נישט מצליח געווען ביי איין איד פרובירט א צווייטן, פאר איר גייט אוועק צום גוי, עפ”ר קען מען ביי אידן אויך טרעפן די סערוויסעס וואס ביי גוים, און וועגן די קלינערס וואס האלט נישט זאכן מער ווי דרייסיג טעג, האב איך געוואלט זאגן אז עס איז דא ביי אידן די זעלבע זאך (אפשר אביסל מער ווי דרייסיג טעג), און איך מיין אז קיינער קען נישט ערווארטן פון א געשפטסמאן זאל זיין א סטארעדזש פאר אלע איבערגעלאזטע זאכן וואס מען נעמט קיינמאל נישט אפ.
its a little confusing, let me get out 1 point, its a true story that i heard from somene who has a cleaners,
I, the owner of a cleaning store watch how many jews go in and out from the goishe store, i saw someone that recently had a baby, and i was the asken to deliver her food, is my question, why doesnt this women ask food help from the goishe cleaners? if you get help from yiden, please give business to the ppl who allways help you.
but from the other hand, sometimes ppl r ashamed to complain to a yid and for a goy they r okay to rip nim off if somethings go wrong, its a little chilul hashem, you have all the rights to complain to a yid if something goes wrong.
ר’ חיים פרנס, פארוואס’זשע שרייבט איר נישט אויף מאמע-לשון?
עס מאכט אומבאקוועם און מ’האט שוין געבעטן עטליכע מאל מ’זאל שרייבן נאר אידיש.
ישר כח
אהרן יאסל ביטע זיי נישט אזוי ברוגז, קודם כל איז מן הסתם דא אזעלכע וואס זיי קענען פשוט טעכניש טייפן קיין אידיש אויף זייער קאמפיוטער (כאטשיג עס איז שווער אזוי צו זאגן, אבער יש ליישב בדוחק).
סיי וויאזוי איז זיכער אז פאר אסאך מענטשן איז זייער שווער צו טייפן אידיש ווייל זיי זענען נישט צוגעוואוינט, רוב קאמפיוטער ארבעט ביים דורכשניטליכן בעל הבית איז אויף ענגליש, ממילא אויב איינער האט עפעס וואס צו זאגן וואס איז דריי פיר שורות לאנג, וועט דאס שוין זיין צו שווער פאר אים צו שרייבן אויף אידיש, אבער אויף ענגליש שרייבט ער עס אפ איינס צוויי.
איז דען בעסער אז יענער זאל באשליסן אז ער האט נישט יעצט די צען מינוט צו שרייבן די פאר שורות אויף אידיש, ממילא ענדערש שרייבט ער נישט?
אבער רבותי איך שטעל מיר צו צו אהרן יאסל’ס ביטע, “ביטע שרייבט אידיש”, עס איז מער אידישליך, עס איז בעסער פאר א בייז אויג ווען מען רעדט פון אידן און נישט אידן (מען האט דאס שוין באהאנדלט אויף א אנדערע פלאץ אין די קאמענטס), און אויך איז עס מן הסתם לייכטער צו ליינען פאר רוב ליינער, דאס איז אלץ אויסער דעם וואס עס צומישט דעם ליינער צו ליינען איינמאל אויף ענגליש און אמאל אויף אידיש אזוי ווי אסאך האבן שוין געשריבן.
ווער עס האט נישט קיין געדולד צו קיין לאנגע קאמענט’ס דארף נישט ליינען ווייטער איך שרייב נאר א מעשה’לע: איך האב עס געליינט איין וואך אין מבאר רבותינו, אז דער הייליגער מחנה חיים איז אמאל געווען ביי אן אסיפת הרבנים, און דארט איז געווען זעלסטפארשטענדליך נאך אסאך גדולים וצדיקים, אינמיטן די אסיפה האט זיך דער מחנה חיים צוהאמפערט מיט אן אנדערן גדול (זיי האבן זיך מתוכח געווען אויף א געוויסע נושא וואס דער געוויסער גדול האט נישט געהאלטן ווי ער, דארט וואו איך האב עס געליינט איז נישט געשטאנען ווער דער גדול איז געווען), אינמיטן דעם ויכוח האט זיך דער מחנה חיים אנגערופן, “דרך ארץ פאר מיר, איך בין א גדול בישראל”, האט זיך דער אנדערער רב אנגערופן “אפשר דרך ארץ פאר מיר, איך בין אויך א גדול בישראל”, האט זיך דער מחנה חיים אנגערופן, “דרך ארץ פאר מיר ווייל איך נישט מיין נאמען אונטערשרייבן אויף גוי’איש און איר קענט יא, דארפט איר דרך ארץ האבן פאר מיר”, דאן האט יענער רב זיך אונטערגעגעבן.
עכ”פ די גוי’אישע שפראך איז נישט קיין לכתחילה, קוים א בדיעבד, און אויב מען קען זיך באגיין אן דעם איז אודאי אז מען זאל אזוי טון.
אנטשולדיגט פארן שרייבן אזעלכע לאנגע קאמענט’ס, אביסל איז דער בעל הבית אויך שולדיג אז עס איז נישטא קיין לימיט וויפיל מען קען שרייבן (אבער איך מיין אז עס איז גוט אזוי, פאר וועמען דער קאמענט איז צו לאנג דארף עס נישט ליינען).
אנטשולדיגט ר’ לייב.
עס איז זייער פארשטענדליך ר’ אהרן יאסל’ס ביטע צו שרייבן אויף מאמע לשון צוליב באקוועמליכקייט, עס איז אבער נישט פארשטענדליך צוצוברענגען א מעשה פונעם מחנה חיים אהער.
לאמיר עס מאכן בקיצור. דער מחנה חיים איז געווען אין אונגארן ווי ס.איז געווען א חרם איבער די.
דרשות אויף די גויאישע שפראך.
שולעס און מ’האט אןיך נישט געלאזט האלטן
היינט דא אין גלות אמעריקע איז אינגאנצן אנדערשט. נישט ח”ו אז מ’מעג אפנויגן א זיז כל שהוא פון אמאל, אבער די ענין פון ניצן די ענגלישע שפראך איז אינגאנצן נישט קיין פראבלעם. רוב אידן שומרי תורו”מ רעדן אינדערהיים און אין ביהמ”ד, אין חדר, אין ישיבה, די שפראך. עס איז שוין שוין געווארן די נארמאלע באנוצטע שפראך ביים אידנטאם במילא איז עס נישט דומה צו דיין מעשה.
אינז דארף מיר זיך ווייטער האלטן צום אידישם שפראך ווי ווייט מעגליך. ווי דו זעסט טייפ איך אין
דעם אידישן שפראך אפילו עס קומט מיר אן אביסל שווער.
זיי געזונט.
אנטשולדיגט מנחם איז דינג זיך מיט דיר, איך ווייס נאר נישט אויב דא איז די פאסיגסטע פלאץ אריינצוגיין אין ויכוחים איבער נושאים וואס באלאנגען נישט צו דעם אפטיילונג (אין אונזער פאל, דער נושא פון נוצן די גוי’אישע שפראך), אויב די חשוב’ע ליינער’ס / קאמענטער’ס האלטן אז יא, וועט מען דאן רעדן.
גראדע איז די נושא פון ענגליש א אינטערעסאנטע, עס איז דא צדדים לכאן ולכאן, איך אליין בין נישט זיכער, אבער איך מיין אז דא איז נישט דאס פלאץ, די פינגער טוט מיר וויי ווען איך דארף דא אראפסקראללען, עס איז שוין דא 45 תגובות דא. מען דארף ווען מאכען א נארמאלע פארום דא.