דעת בעל בית

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: תרומה , תשע"א · בעל-בית נומער: 35 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/דעת-בעל-בית-16/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

קאלעקטן א חוב

וועגן די שאלה פון י.פ. וומ”ס (דעת בעל בית משפטים תשע”א) ווי אזוי מען געט זיך א עצה ווען איינער (גוי) צאלט נישט.
עס איז דא אזא זאך ווי א קאלעקשאן עידזשענסי, איך ווייס נישט פונקליך וויאזוי עס ארבעט, לויט ווי איך פארשטיי קויפן זיי אפ דיין חוב פאר א קליינע סכום, און זיי פרובירן עס איינצומאנען, און די געלט גייט פאר זיי.
אבער אזוי בלייבסטו חאטש מיט עפעס, די פראגע איז צו זיי פארלאנגען פאפירען און ראיות אז יענער איז שולדיג, פרוביר זיך צו פארבינדן מיט אזא קאמפעני.
אויב איינער האט מער עקספיריענס זאל ער זיך מוחל זיין שרייבן.

מנחם מענדל מברוקלין

שאלות איבער בעקאפ

אמע”כ די רעדאקציע פון בעל בית
קודם פותחין בכבוד אכסניא וויל איך מיך באדאנקען פאר די בעל בית פאר די שלל אינפארמאציע וואס מען באקומט בחנם יעדע וואך.
דערנאך וואלט איך געוואלט פרעגן וועגן די נושא פון בעקאפס עטליכע פראגן
איז טאקע אזוי וויכטיג צו האבן א בעקאפ ?
וואספארא סארט בעקאפ דארף מען האבן אנליין אדער לאקאל ?
מייקראסאפט האט א פראגראם צו בעקאפן וויל איך ווויסן צו איר וואלט עס רעקאמאנדירט ? (די פראגראם געפינט זיךביי קאנטראל פענעל)
וואס איז די ריקאווערי חלק אויפן הארד דרייוו פונעם קאמפיוטער איז דאס א געהעריגע בעקאפ?
מ. פ.

ליינער קאמענטירן: איז קאמישאן געניג?

נאך רעאקציעס צו די ארטיקל פון ר’ חיים דוד דעסער (אידיש געלט יתרו תשע”א) איבער די נושא פון צאלן א באשטימטע געהאלט פאר א סעילסמאן, חוץ קאמישאן:
אלס איינער וואס ארבעט אין א גרויסע ביזנעס מיט אסאך סעלסלייט און איך טוע די קאמישאנס, קען איך אייך זאגן אלס ביידע זייטן זענען גערעכט. דער באלעבאס פארשטייט נישט פארוואס ער דארף עס געבן געהאלט און דער סעילסמאן פארשטייט נישט פארוואס דער באלעבאס וויל נישט געבן.
דער סעילסמאן דארף פארשטיין אז די ערשטע זאך דארף ער זיך סעילסען. די דארפס קאנווינסן דיין באס אז די קענסט אים ברענגן ביזנעס. דער באלעבאס וויל נישט ארבעטן אויף טרייעל ענד ערראר.
עס קאסט אפ גענוג די קאמישאן, פארוואס מאכן נאך עקפענסעס פון הייערען ארבעטערס און עגמת נפש פון אפזאגן ארבעטערס?
איי וועסטו פרעגן פון ווי דארף איך לעבן? די ענטפער איז, אזוי ווי יעדע אינוועסטמענט, מען דארף אינוועסטן, אמאל דארף מען בארגן צו אינוועסטן, און די פראפיט קומט שפעטער.
מנחם
אז א סעילסמאן ווערט נישט באצאלט קיין געהאלט איז נישט די פוינט אז ער וועט האלטן די אויגן אפען פאר א אנדערע פלאץ, די ווארט איז, אז צו סעיל’ס דארף מען אדורך גיין זייער אסאך עקספיריענס ביז מען ווערט סוקסעספול, נישט קיין חילוק צו ער טויגט יא, אדער נישט, און אז ער הייבט אן אן געהאלט.
קודם כל דארף ער זיין ביזי מיט בארגן געלט כדי צו קענען סערווייווען פאר די ערשטע האלבע יאר אויב נישט מער, ווייל ער האט אויך קינדער און ער צאלט אויך רענט, און צווייטענס, נישט נאר אז עס גייט אים נישט מאטיוועטען צו ברעגען סעילס נאר עס שוואכט אים אפ, ווייל איעדע ארבעטער אין א פלאץ דארף פילן אז די ביזנעס מוז אים האבן , און אז ער באקומט נישט קיין געהאלט פילט ער אז איז בכלל נישט וויכטיג און די ביזנעס, ווייל די ביזנעס האלט אים נישט ביים צאלן נאר עס גייט זיי נישט אן אז זיי האבן נאך א סעילסמאן עס קאסט דאך סיי ווי גארנישט פאר זיי, און אז מען געט געהאלט פילט ער אז די ביזנעס האלט ביים אינוועסטן געלט און אים ווייל זיי האלטן אז ער גייט זיין סוקסעספול און מיט די צייט וועט זיך דאפלען די אינוועסמענט פון די ביזנעס ווייל ער וועט אריינברענגען מער סעילס מיט זיין עקספיריענס.
און דאס אז אויב ער טויגט נישט איז א שאד אויף די געלט, דארף מען זיך מער אינטערעסירן אויף א סעילסמאן פאר מען נעמט אים אריין, די זעלבע וואס די האסט דיך נאכגעפרעגט אויף דיין מענעדשער, ווייל פאקטיש אן א סעילסמאן איז נישטא קיין ביזנעס
י.א.ב
עס איז שטארקע נקודות סיי דער זייט פונם בעל הבית וואס האלט נישט ביים אינוועסטן דרייסיג אלפים אדער וויפיל, אין א מעגליכער דורכפאל, און סיי דער סעילסמאן וואס טענה’ט אז מען דארף האבן צייט אריינצוקומען אין די ליין, און די ערשטע שטיק צייט ביז מען שאפט זיך א שטיקל קאסטומער באזע, און ביז מען קען זיך שוין גענוג גוט אויס מיט די פראדוקטן, און בפרט איינער וואס האט נאך נישט קיין סאך עקספיריענס מיט סעיל’ס, דארף זיך נאך אביסל צורייבן מיט דעם וועג וויאזוי ער באהאנדלט קאסטומער’ס אדער פאטענציעלע קאסטומער’ס, און דורך די צייט האט ער נישט קיין אינקאם, ממילא הייבט ער אן מיט די לינקע פיס, ווייל עס דריקט אים די טאש, און ער האט נישט קיין קאפ צו זיין ביזנעס, אויסער דעם אפי’ ווען מען הייבט שוין יא אן מאכן געלט דויערט אסאך מאל א היפשע צייט ביז מען מאכט שוין גענוג אז מען זאל קענען באצאלן חובות וואס מען האט זיך אנגעמאכט אין דעם ערשטן יאר.
בקיצור עס איז א שאד זיך צו טענה’ן ווייל ביידע טענות זענען ריכטיג, און גערעכט. ווי מיין טאטע זאגט אלעמאל, אז דו גייסט ארבעטן ביי אים איז יענער גערעכט, דער סעיל’ס מאן קען זיין הונדערט און איין פראצענט גערעכט אבער אז דער בעל הבית האלט אים נישט ביים צאלן קיין וועידזשעס און ער דארף דעם דזאב און ער נעמט עס אפי’ ער באקומט נאר קאמישן, דאן איז דער בעל הבית גערעכט, נאר ווי פלעגט דער רבי אין חדר זאגן וועסט בלייבן אן עם הארץ מיט א תירוץ, דער בעל הבית פארלירט פילע פאטענציעלע אויסגעצייכנטע סעיל’ס לייט וואס זוכן א בעסערן דיעל, און איינער וואס איז גרייט צו אינוועסטן אין א סעיל’ס מאן קען פיל בעסער מצליח זיין מיט א סעיל’ס מאן.
איך וואלט פארגעשלאגן, אין מיינע אויגן איז דאס די בעסטע לייזונג. אז די ערשטע פאר חדשים זאל מען אויסער די קאמישאן געבן א געהאלט אויך, לאמיר זאגן אז דער מענטש דארף פארדינען $3,000, גיב אים א געהאלט פון צוויי פאר די ערשטע זעקס חדשים אויסער די קאמישאן. און נאך זעקס חדשים אויב טויג ער דאן קען ער שוין מאכן גענוג געלט פון די קאמישאן, און אויב טויג ער נישט דאן זאל ער מוחל זיין זוכן א צווייטע ארבעט… (זעקס חדשים איז נאר א משל, זעלסטפארשטענדליך אז נישט יעדע פראדוקט איז אייניג, עס איז דא זאכן וואס מען דארף נישט געבן מער ווי צוויי דריי חדשים זיך אריינצורייבן, און עס איז דא זאכן וואס מען דארף האבן א יאר צוויי, יעדער דארף זיך אליינס אפשאצן).
לייב

איבער וואקאציע

פאריגע וואך האט איינער געפרעגט וועגן וואקאציע. איך בין שוין געפארן אויף אסאך פלעצער, איין זאך קען איך זאגן, אז א וואקאציע וואס מען נעמט מיט דעם קאמפיוטער און מען האט צוטריט צו אימעיל געהעריג, טוט כמעט גארנישט אויף. זייט אמאל טועם א וואקאציע אין די מרחקים, אויסגעלאשן פון אלסדינג, בלויז א טעלעפאן, מען זעצט זיך אראפ מיט א חברותא ארומגענומען מיט א מייאסטעטישע נאטורליכע גרינע פאנאראמע, מען קומט צוריק ווי א בריאה חדשה. איך האב ממש געשפירט די ווערטער “חדש ימינו כקדם”.
און יא, איך האב שוין פראבירט די אנדערע וועג אויך, פון זיין צוגעקניפט צום קאמפיוטער בשעת די וואקאציע, א שאד די געלט אויף אזא וואקאציע!
שלמה ב.

אינפארמאציע וועגן פארקויפן אנליין

א גוטן,
איך וואלט געוואלט וויסן אויב עס איז דא גוטע סייטס אדער טאטאריעלס ווי מען קען זיך אויסלערנען צו קענען פארקויפן אנליין אויב איינער האט גוטע אינפארמאציע זאל ער ביטע מיטטיילן א גרויסן יישר כח
א. פערל

טרעקן א גע’גנב’טע סעלפאון

איך האב שוין אסאך געהערט פון פראגראמען וועלכע מען קען אינסטאלירן אין די סעלפאון עס צו טרעקן, אין פאל עס ווערט געגנבעט זאל מען וויסן וואו דאס געפינט זיך און דאס קענען צוריקבאקומען.
איך וואלט געוואלט הערן פון עקספיריענס צו אזא זאך טוט טאקע אויף, און צו די פאליציי וועט זיך רעכענען בכלל דערמיט אלץ א באווייז צוריקצונעמען דעם סעלפאון פון יענעם.
ב.וו. בארא פארק


רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.

שטורמישע וויכוח: אין רעאקציע צו ארטיקל פון קרן עזר צו שטיצן אידישע געשעפטן
http://goo.gl/Q2Yfu
וויאזוי צו טוישן די אדרעס פון א קארפארעשאן
http://goo.gl/kxPIZ
January 31, 2011 at 11:44 AM#2
דעת בעל בית

איך וייס אז ר’ אלעזר לאנדא האט געגבען א קורס וויאזוי צו פארקויפען אויף עמעזאן אין עבעי, אין ווי ער זאגט אויף זיין וועבסייט (snapaheadonlineseminar.com) אז ער גרייט זיך צו נאך א סעמינאר וויאזוי צו פארקויפען אויף די אינטענעט

January 31, 2011 at 12:31 PM#3
דעת בעל בית

איך ווייס נישט צי דא איז דאס ריכטיגע פלאץ צו שרייבן מיין פראבלעם, אבער איך פרוביר.

איך באקום מיין אימעיל אין ווינדאוס לייוו מעיל, ווינדאוס 7.

יעדעס מאל וואס כ’קליק אויף די אימעיל פון בעל הבית, געט מיין סקרין זיך א לעש אויס פאר א סעקונדע און ס’צינדט זיך צוריק אן. ס’קען אויך דויערן אפאר סעקונדעס ביז ס’צינדט זיך צוריק אן.

דאס פאסירט נאר ביי אן אימעיל פון בעל הבית, און נישט ביי קיין שום אנדערע אימעיל.

האט נאך איינער דעם זעלבן פראבלעם?

January 31, 2011 at 12:33 PM#4
דעת בעל בית

שוין, מאשקע, נאך אביסל וועסטו עס קענען קויפן אין דיין לאקאלן גראסערי, וועסטו מער נישט האבן דעם פראבלעם….

January 31, 2011 at 6:37 PM#5
דעת בעל בית

מאשקע,
זייער א מאדנע פראבלעם, איך האב עס נישט, אבער איך ניץ נישט ווינדאוס לייוו פאר אימעיל (וואס איז דאס?)
איבער די בעקאפ נושא וואס מ.פ. פרעגט

עס איז א אריכות, איך האב מיר שוין כמה פעמים געוואלט אריינלייגן דערין, עס איז זיכער אז עס איז זייער וויכטיג. אבער איך האב נאך נישט קיין ריכטיגע סולאשען וואס איז אויך אומזינסט.

אויב ווילסטו צאלן, איז דא עטליכע סערוויסעס, ווי MOZY און נאך, עס איז נישט צו טייער, עטליכע דאלער פער חודש, און אויב צאלט מען פון פראויס פער יאר איז עס געווענליך נאך ביליגער.

ריקאווערי חלק פון קאמפיוטער ווייס איך נישט וואס עס איז פונקטליך, אבער איך מיין אז עס איז נישט קיין בעקאפ.

January 31, 2011 at 9:54 PM#6
דעת בעל בית

יישר כח הרב כ”ץ ביטע שרייבט נאך אביסל אינפארמאציע איז עס אנליין אדער לאקאל און וויפיל גיג געבן זיי?
ביטע שרייבט נאך פרטים

January 31, 2011 at 9:57 PM#7
דעת בעל בית

http://www.carbonite.com

דעס דארף צו זיין גאר א גוטע online אפטשען

January 31, 2011 at 10:10 PM#8
דעת בעל בית

Mozy gives you up 5gb per month free.

February 1, 2011 at 10:45 AM#9
דעת בעל בית

איבער ווי אזוי צו פארקויפן אנליין
איר האט נישט ספעציפייט וואס איר מיינט מיט ‘אנליין’ אבער עס פארשטייט זיך אליין אז איר מיינט EBAY אדער AMAZON
איז אזוי
EBAY איז דא כמה וכמה וועגן זיך אויסצולערנען, ווי איך דענק האבן זיי יעדע שטיק צייט אן אפישיעל סעמינאר און אן אנדערע פלאץ אויפן כדור הארץ. אויב איך מאך נישט קיין מיסטעיק איז פאריגען זומער געווען איינס אין NYC.
עניוועי, איך בין א חסיד פון אנליין סעמינארס און/אדער DVD סעמינארס.
טא דא האט אפאר לינקס פון דיע,
http://www.jumpstartebay.com
http://www.startupnation.com/pages/webinars/OS_How-to-Start-an-Ebay-Business.asp
אזוי אויך קענט איר דאס קויפט אויף אמעזאן
The Ultimate Insiders Guide for Buying & Selling on eBay 15CDs 2010 Edition
אדער קענט איר דאס קויפן אויף אמעזאן
VIDEO PROFESSOR: LEARN eBAY COMPLETE 3-CD SET [Pc]

ווען עס קומט צו אמעזאל טרעינינג איז שוין אביסל מער קאמפליקעיטעט.

ווייל באמת טוט אמעזאן אפפערן אסאך מער ווי זדשאסט SELLING, זיי האבן די ORDER FULFILLMENT אפשענס און נאך און נאך סערוויסעס, במילא איז עס אסאך מער.

אמעזאל אליין אפפערט טאטאריעלס, וואס איר דארף אליין פאלאוען און ארבעטן אויף TRIAL AND ERROR.
בליקט דא
http://www.amazonservices.com/content/sell-on-amazon.htm?ld=AZFSSOA
אויף די לינקע זייט וועט איר זעהן צענדליגע טאטאריעלס פאר יעדן סערוויס באזונדער.

איר קענט אויך קויפן איינצעלנע ביכער פון פריוואטע ארויסגעבער איבער דעם ענין
בליקט דא
http://www.amazon.com/Amazon-Top-Seller-Secrets-Successful/dp/0814410340/ref=sr_1_4?ie=UTF8&qid=1296570872&sr=8-4
אדער דא
http://www.amazon.com/Sell-Anything-Amazon-Make-Fortune/dp/0072262605/ref=sr_1_2?ie=UTF8&qid=1296570872&sr=8-2
אדער דא
http://www.amazon.com/Sell-Amazon-Marketplace-Fulfillment-Programs/dp/0977240649/ref=sr_1_1?ie=UTF8&qid=1296570872&sr=8-1

עס איז דא איין קאמפאני וואס אפפערט עפעס ווידיאוס, איר קענט דאס איבערטשעקן,
בליקט דא
http://www.grovo.com/courses/overview/Amazon

February 1, 2011 at 1:40 PM#10
דעת בעל בית

יישר כח, הער מנחם, זייער גוטע אינפארמאציע.