נייעס

45 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: תרומה , תשע"א · בעל-בית נומער: 35 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/נייעס-11/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

מען קען שוין אריבערברענגן אייגענע טעלעפאן נומער צו גוגל וואויס

גוגל וואויס איז א פארגעשריטענע פרייע וואויס-מעיל סערוויס פון גוגל. עס צילט צו זיין די איינציגסטע טעלעפאן נומער וואס איר געט ארויס פאר מענטשן, און גוגל וואויס וועט טרענספערן די קאל צו אייער סעלפאון און/אדער אנדערע טעלעפאן ליינס. עס האט נאך אסאך פארגעשריטענע פיטשערס און מעלות.
די חסרון דערפון איז אבער געווען, אז איר האט נישט געקענעט טרענספערן אייער ביז יעצטיגע טעלפאן נומער צו גוגל וואויס, גוגל גיבט טאקע א פרייע טעלפאן נומער צו ניצן מיט די סערוויס. אבער קיינער זיכט נישט צו טוישן א נומער וואס מען ניצט שוין יארן לאנג און פונדאסניי איינמעלדן אלע באקאנטע פון די נייע טעלפאן נומער.
פארגאנגענע וואך האט גוגל צוגעלייגט די לאנג ערווארטעטע מעגליכקייט, פון טרענספערן אייער ביז יעצטיגע נומער צו גוגל וואויס. פאר די איינמאליגע אפצאל פון צוואנציג דאלאר.
נעמט אין אכט עטליכע פונקטן פאר איר טוט למעשה:
דערווייל קען מען נאר טרענספערן סעלפאון נומערן און נישט נומערן פון א “לענד ליין” (טראדיציאנאלע נישט-ווייערלעס טעלפאן ליין).
אויב איר האט א סעלפאון קאנטראקט (נישט פרי-פעיד) פלען, און איר טרענספערט די נומער אוועק פון אייער יעצטיגע קעריער, וועט זיך די אקאונט אויפלעזן און איר וועט מעגליך דארפען צאלן א קנס פארן אפלאזן די קאנטראקט.
איר וועט דארפן עפענען א צווייטע סעלפאון פלען מיט א נייע נומער ווי אהין צו טרענספערן די קאלס פון גוגל וואויס.
ווען איר טרענספערט א נומער צו גוגל וועט איר פארלירן די ביז יעצטיגע גוגל נומער.
עס איז דערווייל נישט אוועליבעל פאר נייע גוגל אקאונטס, נאר פאר עקזיסטירענדע.
פאר מער אינפארמאציע דערוועגן זעט דא
http://goo.gl/OTUQS

ווירטואלע פארברעכן, “עכטע” רעוואלווערס

אין די טעג נאך די “וויקי ליקס” סומעטאכע האבן קאמפיוטער העקערס -שטיצער פון וויקיליקס- אטאקירט די וועב זייטלעך פון “פעיפאל” און “מעסטער קארד” און נאך פירמעס, אלץ נקמה פארן אפשפארן די אקאונטס פון וויקי ליקס, די אטאקעס האבן נישט גורם געווען קיין פערמענאנטע שאדן, נאר אז די וועב זייטלעך זאלן נישט זיין און באניץ פאר א קורצע צייט.
פארשטייט זיך אז זייענדיג העקערס האבן זיי אנגענומען פארשידענע מיטלען צו פארדעקן זייערע פינגער אפדרוקן , אז די רעגירונג זאל נישט קומען אויף זייערע שפירן.
די וואך, אין די פריע פארטאגס שטונדען האט די FBI אדורכגעפירט איבער פערציג הויז רעוויזיעס  און קאנספיקירט מעגליכע באווייזן אויף די פארברעכן.
איינער פון די אינגע העקערס האט זיך ביטערליך אפגערעדט אויף א אנליין פארום, אז מען האט אויפגעבראכן די טיר זעקסע פארטאגס, און ער דערזעט פאר זיך צוויי “עכטע” רעוואלווערס געצילט אויף זיין ריכטונג… ער שרייבט, זיי האבן קאנפיסקירט אלע מעגליכע באווייזען צום פארברעכן, קאמפיוטערס טעלעפאנען סי דיס און פלעש דרייווס, און זיך אויפגעפירט אן קיין רעספעקט צו מיין פאמיליע. ער האט אויך ארויפגעלייגט א בילד פון די איינגעבראכענע טיר אויפן פארום.
עס דארף דינען ווי א דערמאנונג אז זאכן וואס מען טוט אנליין קען האבן “עכטע” נאכפאלגן. און מען זאל זיך נישט איינרעדן פאר איין מינוט אז מען איז אנאנים.

מייקראסאפט’ס פארדינסטן העכער ווי ערווארטעט

די וואך האט מייקראסאפט פארעפענטליכט זייערע פארדינסטן פון די לעצטע קווארטער פון 10′, מיט 19.95 ביליאן דאלער און פארדינסטן איז עס איבערגעשטיגן די פאראויסגעשאצטע 19.2 ביליאן דאלער.
מייקראסאפט שרייבט צו די רווחים צו אפיס 2010 וואס פארקויפט זיך זייער גוט, און האט געהאט זייער א גוטע אפקלאנג אין די גאס, ענליך צו ווינדאוס 7. ווינדאוס 7 גופא האט זיך פארשטייטערט לעומת די פארגאנגענע יאר מיט בלויז א צווייפראצענטיגע וואוקס, וואס איז געווען ערווארטעט.
מייקראסאפט האט אויך געזען א שיינע בלי אין זייער ענטערטעינמענט אפטיילונג, די נייע “קינעקט” געים קאנטראלער, וואס איז א רעוואלציאנערישע וועג ווי אזוי צו קאנטראלירן דעם קאמפיוטער דורך דעם קערפער, האט זיך ארויסגעשטעלט פאר א געוואלדיגע הצלחה.
מייקראסאפט האט זיך לעצטענס זייער שיין צוריקגעכאפט נאך די דורכפעלער מיט ווינדאוס וויסטא, אפיס 2007, און MSN סיערטש. סיי ווינדאוס 7 און סיי אפיס 2010 האבן זיך ארויגעשטעלט צו זיין אויסגעצייכענטע פראדוקטן, בינג וואקסט אויך באדייטענד, און איז די ערשטע ערענסטע קאמפעטישן פאר גוגל. און אפילו ווינדאוס פאון 7 ווערט באטראכט אלץ א שטארקע פראדוקט, הגם עס איז ווייניגער קלאר צו עס וועט לסוף ווערן א ערענסטע שפילער אין די מאביל מארקעט.
מייקראסאפט האט אויפגעוויזן אז זי איז ווייט נאך נישט קיין פארגאנגענהייט, און אז סוף כל סוף לערנט זי זיך פון אירע פעלערס..

January 31, 2011 at 6:55 AM#2
נייעס

אאאפס מנחם, נקסטיים כאפ נישט אויס די ראדאקציע….

February 1, 2011 at 9:33 PM#3
נייעס

אקעי רבותי, די צווייטע העלפט וואך איז דא, דער עולם האט שוין מער ווייניגער געלאזט הערן זייער מיינונג אויף די אקטועלע טעמעס, עמיר לאזן די ראדאקציע זיך אביסל אויסריען , יעצט וועל איך אנהייבן צו פיטערן דעם עולם מיט טעק. נייעס.

February 1, 2011 at 9:37 PM#4
נייעס

דער שפיל האלט שוין לאנג אינדערמיט, GOOGLE מיט APPLE זיכן ווער ס’קען בעסער פארכאפן דעם אויבענאן, מארגן וועט גוגעל ארויסקומען מיט א גאר ברייטן איבערזיכט אויף אלעס ארום ANDROID 3.0 אדער ווי מרופט דאס HONEYCOMB און אפעל טרייט שוין צו פארכאפן דעם אויבענאן,
בליקט דא
http://www.informationweek.com/news/showArticle.jhtml?articleID=229200204

February 1, 2011 at 9:45 PM#5
נייעס

יעדער טרייט אויסצוטרעפן וואס צו ערווארטן פון GOOGLE מארגן ביים גרויסן פרעס קאנפערענס, איר קענט אליין פרובירן אדער קענט איר ליינען וואס אנדערע האבן צו זאגן,
בליקט דא
http://androidandme.com/2011/02/news/rumor-google-to-unveil-browser-based-android-market-with-google-music-cloud-services-on-wednesday/

February 1, 2011 at 9:57 PM#8
נייעס

את אשר יגורנו בא, דער וו.וו.וו. לויפט אויס פון אדרעסן, אין סעפ. פון היי יאר וועט שוין נישט מער זיין צו באקומען אדרעסן פונעם אלטן סיסטעם IPv4 וואס האט נאר געהאט 4.3 ביליאן שטיק.
אבער זייט נישט אזוי באזארגט וישועה קרובה לבא די נייע סיסטעם וועט שוין זיין דעמאלטס גרייט IPv6 מיט אירע פרישע, האלט אייך דעם אטעם, 340 undecillion אדרעסן, אין נאמבערס איז עס,
340,282,366,920,938,463,463,374,607,431,768,211,456
בליקט דא
http://online.wsj.com/article/SB10001424052748704254304576116401267588510.html

February 1, 2011 at 9:59 PM#9
נייעס

שוין ווייטער דארפון די ריזיגע קאמפעניס ווייזן וואסערע בעיביס זיי זענען, GOOGLE באשולדיגט MICROSOFT און גנבענען פון זייער SEARCH רעזולטאטן,
בליקט דא
http://www.bloomberg.com/news/2011-02-01/google-says-bing-copying-search-results-microsoft-cites-customer-data.html

February 1, 2011 at 10:08 PM#10
נייעס

עדליך זעהט שוין דער עולם איין אז מ’קען מיט די טשייניזע קיין ביזנעס נישט מאכן, זיי זענען נאר דא אונז אויסצונאגן ביזן ביין און נעמען אלעס פאר זיך,
די ארטיקן איז אביסל קאמפליצירט, מ’דארף זיין אביסל באקאנט אין די ביזנעס וועלט דאס צו פארשטיין, איר קענט פרובירן.
אויב די ראדאקציע וויל, זאלן זיי שרייבן איבער דעם באריכות קומענדיגן וואך
בליקט דא
http://online.wsj.com/article/SB10001424052748703439504576116152871912040.html

February 2, 2011 at 11:55 AM#12
נייעס

SPRINT אפפערט שוין 4G ROAMING דאס הייסט מ’קען האבן די סערוויס אויך אין אויסלאנד. געוואלדיג.
איי וועט איר פרעגן וואס האט עס מיט מיר, די תירוץ פאר ווער ס’פארשטייט איז, אז אויב איז דא מער INCOME SOURCES קענען זיי דא צולייגן מער MARKETS צו קאווערן מיט 4G
בליקט דא
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2379003,00.asp

February 2, 2011 at 1:00 PM#13
נייעס

דער עולם שלאפט דא אריין, אדער איז נישט דא קיין טויזענטער ליינער, רבותי וועקט אייך אויף, לאזט הערן אייער מיינונג איבער וועלטליכע ביזנעס געשעהנישן,
AMERICAN AIRLINES VS. EXPEDIA AND ORBITZ וואס האלט דער עולם איבער דעם,
איר זענט דאך ביזנעסלייט, לאמיר הערן, איז עס א געלונגענע אקציע פון AA אראפצונעמן זייערע פארקויפינגען פון די צוויי וועלטס גרעסטע אירליין טיקעט פארקויפערס אדער נישט, וועלן עס אנדערע נאכטוען אדער נישט. אפשר זאל די ראדאקציע שרייבן איבער דעם
בליקט דא
http://www.bnet.com/blog/airline-business/american-vs-orbitz-how-the-fight-could-change-travel-sales/3100
און דא
http://www.travelweekly.com/Travel-News/Online-Travel/Expedia-removes-AA-fares/
אדער דא
http://thebankwatch.com/2011/01/02/expedia-takes-a-hard-line-with-aa-why-this-is-critical-for-the-next-phase-of-ecommerce/

February 2, 2011 at 1:04 PM#14
נייעס

גראדע ווער איך נתפעל פון וויפיל קאמענטס עס איז דא אין די וועבסייט די וואך. דער עולם שלאפט נישט. נישט אויף יעדע זאך איז דא וואס צו זאגן. נייעס איז א טעמע וואס מען ליינט און מען האט הנאה, ארטיקלעך אויף הייסע טעמעס זענען עפעס אנדערש, דארט איז שוין דא מער וואס צו זאגן.

מנחם, איך וואלט פארגעשלאגן זאלסט עס שרייבן אויף א פראפעסיאנאלע אופן, און זאל עס אריינגיין אין בעה”ב (אויב דו טוסט עס נאכנישט, מען קען נישט וויסן זינט מען קען דא שרייבן מיט וועלכע נאמען מען וויל)

מעגליך קען מען גרינדן אזא סארט קאלום ווי המספיק האט אויף זייער קאווער: בעת מיר גייען צום דרוק. אזאלכע קורצע שנעלע נייעסלעך, וואס זענען היפש אינטערסאנט. מנחם, נעם זיך צו די עבודה

February 2, 2011 at 5:45 PM#18
נייעס

ניחמתני אנאנימאס ניחמתני.
איבער די פארשלאג צו שרייבן פראפעשענאל ארטיקלען, וועל איךאייך זאגן, פון פאך אויס וואלט איך דאס געקענט טאן, אבער איך האב א פול טיים זדשאב במילא קען איך נישט. מיינע קאמענטס דא שרייב איך נאר בין הפרקים, אויך נאר דורך מיין evo ווייל דער קאמיוטער אין זדשאב קען איך דאך נישט ניצן פאר דעם.

February 2, 2011 at 6:55 PM#19
נייעס

גראדע גלייך איך אויף דיינע נייעסלעך, א שיינעם דאנק.
אזוי גייט עס, מענטשן כאפן נישט אז מען דארף זיך באדאנקן.
קען זיין אז פאר א חלק עולם איז שווער צו ליינען לאנגע זאכן אין ענגליש.

February 2, 2011 at 9:35 PM#20
נייעס

HONEYCOMB EVENT
הימל און ערד ארום דעם גרויסארטיגן עיווענט, נא, עס איז שוין דורך, נו מנחם, וואס האלטסטו אויף, זאג שוין וואס דארט איז געווען, און וואס איז ניי מיט HONEYCOMB
זייער פשוט, איך קען נישט שרייבן לאנגע ארטיקלן דא, לאמיר אלעס בארירן אויפן שפיץ גאפל, דאס איבריגע זאל די ראדאקציע שרייבן נעקסטע וואך באריכות,
די נייע ווערסיע פון ענדראויד איז ספעשל דיזיינט פאר TABLETS עס קען גרינגער לינקן פון איין עפפ צום צוייטן, עס איז אינטערגרעטיוו מיט GOOGLE EBOOKS. אזוי אויך קען מען גלייך מאכן ווידיאו קאלס צו קאנטאקס, סיי פון גימעיל און סיי פון אנדערע עפפס.

די ANDROID MARKET האט באקומען א גאר נייער צורה, תוכו וברו.
ביז היינט, האט איר נאר געקענט קויפן אין דאונלאודען אויפן טעלעפאון, היינט קענט איר קויפן דירעקט פונעם מאקעט און ס’ווערט גלייך געשוקט צום טעלעפאון.
אזוי אויך קען מען ריוויוען אויפן מארקעט אלע עפפס APPS און בעסער זעהן אלע FEATURES
די גאנצע דרויסענדיגע SEARCH אפשענס איז געטוישט אויף צו קענען פילטערן בעסער, און גרינגער טרעפן וואס איר זוכט,
בליקט דא,
http://market.android.com/

אויך האבן זיי צוגעלייגט IN-APP פעימענט אפשענס, וואס איך האב נישט קיין נערוון מסביר צו זיין וואס ס’איז, דוק ותשכח, בעיקר וועלן די דעוועלאופערס מאכן מער געלט, וועט עס צוצוען מער און בעסערע פון זיי.
בליקט דא,
http://android-developers.blogspot.com/2011/02/new-merchandising-and-billing-features.html

February 2, 2011 at 9:44 PM#21
נייעס

SWIFTKEY קיבארד,
א נייע קיבארד דיזיין ספעשאל פאר ANDROID 3.0 TABLETS איז היינט ארויסגקומען, עס זעהט אויס זייער בא’טעם’ט, וועט מאכן טייפן אויף טעבט זייער גרינג, ספעציעל מיט די פארבעסערטע פרעדיקשאן קונצן,
בליקט דא
http://www.swiftkey.net/blog/?p=338

February 2, 2011 at 10:01 PM#22
נייעס

וואס ווייטער מיט ANDROID
יעצט קומט נאך צוויי געשעהנישן, איינס SPRINT גרייט זיך צו אנדעקן עפעס מעכטיג FEBRUARY 7TH וואס איז א סיקרעט וואס, איר קענט טראכטן וואס איר ווילט אדער ליינען וואס אנדערע זאגן,
בליקט דא,
http://www.computerworld.com/s/article/9203958/An_iPhone_for_Sprint_Unlikely_but_maybe_a_WebOS_device_from_HP
אדער דא
http://www.mobilemag.com/2011/01/13/sprint-to-unveil-cdma-ipad-with-wimax-on-february-7/

צוויי, דאס איז דער THUNDERBOLT פון VERIZON. בעיקר איז עס אינטערעסאנט מער וועגן די סאפטווער ווי די הארדווער,
ווי שוין געשריבן וועט די הארדווער זיין בעסיקלי די זעלבע ווי די SPRINT HTC EVO 4G נאר וואפארא פלענס זיי וועלן אפפערן איז שוין אינטערעסאנט, הערט צו,
ווערייזאן זאגט שוין לאנג אז זיי ווילן אריבערגיין צו TIERED PRICING אזוי ווי AT&T סא בקרוב וועט שוין נישט זיין קיין אנלימיטעט דעטע פלענס פון ווערייזאן, נישט פאר 3G און אודאי נישט פאר 4G,
איז אבער דא שמועות אז זיי וועלן יעצט ביים לאונטשן די THUNDERBOLT פאר א קורצע צייט יא אפפערן UNLIMITED LTE 4G PLANS
יעדער פארשטייט פארוואס זיי זאלן עס טוען, כדי צו קענען ריכטיג קאמפיעטן מיט SPRINT וואס האלט נאך אן, און זאגט צו ווייטער אנצוהאלטן, UNLIMITED 4G PLANS.
בליקט דא,
http://www.droid-life.com/2011/02/02/verizon-4g-lte-data-plans-to-launch-at-29-99/

February 3, 2011 at 2:59 AM#23
נייעס

האבן זיי גערעד עפעס צו האניקאמב וועט זיין אוועליבעל אויף פאונס אויך? אדער האבן זיי נאר גערעד פון טעבלעטס?
איך האב געזוכט דערוועגן און נישט געטראפן

February 3, 2011 at 7:58 AM#24
נייעס

האניקאמב איז דירעקט נישט געמאכט פאר פאונס, נאר פאר טאבלעטס,עס איז איבערגעבויט אנדרויד פון סקרעטש פאר טעבלעטס. עס זענען געווען קודם רומערס אז ס’וועט זיין אויך פאר פאונס אבער צום סוף שטעלט זיך ארויס אז נישט.
פאר פאונס וועט בקרוב זיין עוועילעבל android 2.3 אדער זדשינזדשערברעד ווי זיי רופן דאס.

בליקט דא
http://androinica.com/2011/02/01/honeycomb-isnt-a-phone-os-and-maybe-it-never-should-be/

February 3, 2011 at 1:22 PM#26
נייעס

לדעתי איז דאס א גרויסע טעות פון גוגל, זיי צושטיקלען און צומישן די אנדרואיד מארקעט געפערליך.
וואס וועט זיין מיט די פאונס? ס’וועט אלץ בלייבן ביי 2?
זיי דארפען ווען טון ווי עפל, געב ארויס א “אנדרואיד פאר טעבלעטס” ווערסיע, און האלט די ווערסיע נומבערס צוזאמען.
למשל
אנדרואיד פאון 2.5
אנדרואיד טעבלעטס 2.5

February 3, 2011 at 1:41 PM#27
נייעס

ניין, אנדרויד איז אינגאנצן אנדערש. ווייל וויבאלד ס’איז אן אפען סארס סאפטווער, קענסט עז למעשה ארומטוישן צו ווי אזוי די ווילסט. דאס איז טאקע געווען די טעות פון דיע וואס האבן געמיינט אז ס’וועט זיין פאר פאונס, ווייל האבן באמערק עפעס אין די sdk וואס קען אויסזעהן ווי אפשענס פאר פאונס. סא א זאך וואס די קענסט ארומטוישן קענסט דאך יא מארגדן מאכן פאר פאונס. עס וועט קומען איימער און ראאטן א געוויסע פאון צו ראנען האניקאמב, אזוי ווי איינער האט געראאטעט א nook color צו דאונלאדען עפפס פונעם מארקעט, צו מיינט דאס אז ס’איז געמאכט פאר דעם? אויסדרוקליך ניין

February 3, 2011 at 2:10 PM#28
נייעס

ר’ אנאליזירער.
אנדרויד מארקעט איז די נישט די מארקעט פון אנדרויד, עס איז א ספעשאל סטאר ווי מ’קויפט אפליקעישאנס וואס מ’רופט עפפס אין די טעק. אינדוסטרי.

February 3, 2011 at 3:30 PM#29
נייעס

דוב? וויאזוי זאגט מען ווען מען וויל זאגן די מארקעט פון אנדרואיד?

מנחם

דאס איז בכלל נישט קיין גוטע ביזנעס סטראטעגיע אז וויבאלד ס’איז אפען סארס וכו.
גוגל דארף צושטעלן פון זייער זייט א קלארע סטאנדארט. אז נישט וועט עס אויסקוקען ווי לינוקס, וואס איז צופארן און צושפליטערט אזוי אז א דורכשניטליכע מענטש (עווערידזש יוזער) שטייט ווייט דערפון.

February 3, 2011 at 3:51 PM#30
נייעס

הרב אנאליזירער
דא איז די עצה, ווען די באקומסט דיין פאון ראאט עס נישט, די ראאטערס זענען געווענדליך די גאר גרויסע טעק. חכמים, אדער חכמים בעיניהם וואס ווערן טאקע אויסגעשפיעלט.
עס איז כמעט נישט דא קיין וועג געהעריג צו אנראאטן א פאון,
איך בין אבער צומישט וואס פונקליך שטערט דיך ווי אזוי ס’איז יעצט, פריער האט איר געשריבן וועגן די נומבערס יעצט שרייבט איר וועגן סטאנדארט און צושפליטערט, אויב קענט קלאר ארויסברענגען וואס אייך שטערט קען זיין איך קען אייך ארויסהעלפן.

February 3, 2011 at 9:39 PM#33
נייעס

מ’דארף רעדן קלאר, א שטורעם האט אויסגעבראכן איבער די סעילס פון SAMSUNG GALAXY TAB ווען איינער האט נישט קלאר פארשטאנען אז די ענטפער איז געווען QUITE SMOOTH און נישט QUITE SMALL
בליקט דא
http://phandroid.com/2011/02/03/samsung-fires-back-galaxy-tab-return-rate-actually-below-2-percent/

February 3, 2011 at 9:50 PM#34
נייעס

אויב האט איר VERIZON UNLIMITED DATA קען דאס זיין וויכטיג פאר אייך,
אפילו איר צאלט פאר אנלימיטעט דאטא, אבער אויב ניצט איר צו סאך, דהיינו איר גייט אריין אין די 5 פראצענט העכסטע באנוצער, קענען זיי אייך צוימען וויפיל צו לאזן ניצן אויפאמאל,
דאס איז זייער אן אינטערעסאנטע מאוו פון א קאמפעני, אבער עס שפיגעלט אפ וואס VERIZON שרייט שוין לאנג, איך קען נישט לאזן א קליינע פראצענט מענטשן אויסניצן אזוי סאך בענדוויט אומבאצאלט. בעיקר קוועטשט זיי די IPHONE וואס זיי גייען יעצט האבן וואס ניצט באמת זייער אסאך דאטא.
עס ווינדערט מיך צו ס’וועט נישט זיין קיין לאו-סוטס איבער דעם,
בליקט דא
http://www.bgr.com/2011/02/03/verizon-wireless-to-begin-throttling-data-speeds-of-heaviest-users-optimizing-content-starts-today/

February 3, 2011 at 10:08 PM#35
נייעס

פון דעם ארטיקל
http://www.computerworld.com/s/article/9207965/Verizon_warns_it_will_throttle_back_speeds_for_data_hogs
זעהט אויס אז THROTTLE (צוימען באנוץ פון די בענדוויט) איז נאר פאר נייע אויפסיינערס, סא איר קענט אייך שוין בארואיגן,
למעשה ווייזט עס אז ווערייזאן איז אנגעצויגן אויף וואס ס’גייט זיין, אט&ט (AT&T) האט געהאט ערענסטע דורכפעלער אנפאנג מיט די דאטא אויף די אייפאון, הגם ווערייזאן האט אלס גע’טענה’ט אז זייער נעטווארק איז גענוג שטארק, זעהט אויס ווען ס’קומט למעשה איז אנדערשט,
האועווער, דער עולם האט שוין אויפגעהויבן א ויצעקו אויף דעם, ס’קומט חודש אדר ביי VERIZON………
בליקט דא
http://www.computerworld.com/s/article/9208059/Verizon_data_hog_throttling_move_irks_users?source=toc

February 3, 2011 at 11:08 PM#36
נייעס

מנחם, איך ענזדשוי זייער דיינע נייעסלעך, יישר כח. אפשר שרייבסטו אביסל נייעס אויך פון עפל און אייפאון?
יישר כח למפרע

February 3, 2011 at 11:13 PM#37
נייעס

מנחם דו ביסט אנבעליוועבל. איך גלייך טעכנאלאגיע סארט באשרייבונגען. (אפשר – איך טראכט נאר, לוינט זיך צו פארקוירצערן די לינקס דורך די אלע פארקרוצערן לינקס וועבסייטס, אזוי ווערט די קאמענטס צופארן)

February 3, 2011 at 11:15 PM#38
נייעס

יא ר’ דוב, אויב זאל איך שרייבן פון אייפאון קען איך נאר שרייבן פארוואס עס לוינט זיך נישט צו קויפן אן אייפאון, און פארוואס ס’איז נישטא גארנישט צו זיין עקסייטעט צו די ווערייזאן אייפאון 4, און וואס זענען די חסרונות פון עפל אז זיי האלטן און איין פארלירן מארקעט שעיר צו אנדרויד. און פארוואס עפל האט שוין יא געקענט באשטיין צו גיין מיט ווערייזאן ווען דריי יאר צוריק האט ער נישט געוואלט. קען זיין ווען כ’וועל האבן אביסל צייט.
עוד חזון למועד

February 3, 2011 at 11:19 PM#39
נייעס

צו kj . אויב לערנסטו מיך אויס ווי אזוי צו מאכן א קורצע לינקדורך tiny url, וועל איך לכאורה עס קענען טועכן. גראדע לאמיך טשעקן אויב זיי האבן אן אדרויד עפפ פאר עס, אויב יא וועט עס ראקן.

February 3, 2011 at 11:24 PM#40
נייעס

וואו וואו, יאפס ס’דא אן עפפ פאר עס, דיס איז עקסיידינג, איך האב עס שוין דאונלאדעד, לאמיך עס אנהייבן ניצן.

February 3, 2011 at 11:26 PM#41
נייעס

http://tinyurl.com/4pzp2bj
דעס איז די url פון די דאזיגע פעיזדש. וואו וואו. שעכאעך מר. Kj

February 3, 2011 at 11:38 PM#42
נייעס

ענדליך ווערט שוין די פיינענשל לענדינג וועלט מער פריינדליך ווען עס קומט צו קאנסומער וועבסייטס. מ’קען שוין וויסן אסאך בעסער אויב די לאון וואס איר ווערט געאפפערט איז טאקע די בעסטע אפפער וואס איז דא פאר אייך אדער נישט
בליקט דא
http://tinyurl.com/4e8ppsx

February 4, 2011 at 10:18 AM#43
נייעס

ר’ אנאליזירער
זעהט אויס אז אויך אנדערע זענען געווארן צומישט איבער די אנדרויד ווערסיעס, דא האט איר אלעס שיין מסודר
http://tinyurl.com/6lc944g

February 4, 2011 at 10:25 AM#44
נייעס

רבותי, ס’איז אדר אויף די וועלט, זייט מקיים די גמרא אין סוף תענית, כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה כך משנכנס אדר מרבין בשמחה,
זייט פרייליך, מאכט אייך פרייליך, מאכט אייך ווי איר זענט פרייליך, והעיקר להיות בשמחה תמיד,

February 4, 2011 at 11:56 AM#45
נייעס

זייער וויכטיגע נייעס אויב איר נעמט יעצט א מארטגעטש אדער אויב איר ווייסט פון איינעם וואס נעמט א מארטגעטש לאזט אים דאס וויסן,
אנגעהויבן FEB1 אויב האט איר אפלייט פאר א מארטגעטש מעגן זיי נאכאמאל און נאכאמאל טשעקן דיין קרעדיט צו זעהן אויב די נעמסט נישט נאך לאונס ערגעץ אנדערש, און אויב יא, קענען זיי טוישן די טערמס און רעיטס נאכאמאל און נאכאמאל ביזן CLOSING, און אויב איז שוין זייער נאנט צום קלאזינג איז שוין אסאך ערגער די פראבלעמן,
אזוי אויך וועלן זיי איבערטשעקן די ספענדינג ביהעוויער פון אפ טא 120 פארדעם, צו זעהן אויב איר זענט נישט געדרוקט פון אדערע זייטן,
זייט געווארנט, די מצב איז גאר ערענסט,
ליינט דורך בעיון דא,
http://tinyurl.com/6lfxr4v