דער ערשטער שעה, דער יסוד פון טאג

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: תרומה , תשע"א · בעל-בית נומער: 35 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/דער-ערשטער-שעה-דער-יסוד-פון-טאג/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דער ערשטער שעה, דער יסוד פון טאג

זענט איר אמאל אויפגעשטאנען אינדערפרי צו די קול פון פייגלעך וואס זינגען אינדרויסן? איר שטייט אויף, לערענט א בלאט גמרא, דאווענט שחרית מיט א רואיגקייט, און עסט א פיינער פרישטאג מיט א געשמאקע גלעזל קאווע. איר גייט דערנאך צו דער ארבעט און טוט אויף אלעס וואס איז אויף אייער ליסטע. איר האט פונקט גוטע שמועסן מיט אייער מיט-ארבעטער און צו דעם אלעם איבערראשן זיי אייך מיט א טעלער פון פריש געבאקענע קוכן נאר ווייל זיי האבן אזוי הנאה פון אייער ארבעט. א גוטער טאג, נישט אזוי?
אפשר איז דאס בכלל נישט אייך. אפשר האט איר בכלל נישט א סדר. אפשר זענט איר אויפגעשטאנען און באמערקט אז אייער זייגער האלט נאך ביי 12:00 ביינאכט ווייל דער באטעריע איז געגאנגען שלאפן און אייך מיטגעצויגן אין א טיפער שלאף. איר האט פונקט גענוג צייט מיטנעמען עטליכע צוברעקלטע קוכן. איר האט צען מינוט ביז ווען איר דארפט זיין ביי דער ארבעט און נאך א האלבע שעה פון פארן. אבער, ווען איר צינדט אן דער קאר באמערקט איז אז דער גאז טאנק איז ממש ליידיג. נאכן שטיין אין די רייע אין דער סטאנציע, כאפט איר זיך אז איר האט געגעבן אייער לעצטע פאר דאלער פאר א משולח אין שוהל. ווען איר קומט ענדליך אן צו דער ארבעט אן אן אטעם, שטייט דער בעל הבית ביים טיר (פונקט היינט האט ער געמוזט קומען באצייטענס?!) און ער האלט אייך פאר וועגן אייער פארשפעטיגונג. א טעלער פון פריש-געבאקענע קוכן וואלט יעצט שיין געווען, איז באשטעלט איר א טאץ פון שאקאלאד קוכן אבער ווען עס קומט אן זעהט איר אז מען האט אייך געשיקט ניס קוכן און איר זענט העכסט אלערגיק צו יעדער סארט ניס. הערט זיך נישט צו גוט, ריכטיג?
די מעגליכקייט צו האבן אזא מין טאג איבער דער טאג וואס ווערט אויבן ציטירט איז פיל גרעסער. ווייסט איר אז די אלע שוועריגקייטן אדער הצלחות אין דער ארבעט האבן גארנישט צו טוהן מיט אייער קאר, זייגער, ארבעט, אדער מזל? זעהט פארוואס:
•     אייער צוגאנג ביים אויפשטיין שטעלט דער טאן פארן טאג
דאס איז א שווערער לימוד אבער דער ערשטער שעה אינעם טאג איז אזוי וויכטיג צו אייער עקספעריענס און אזוי וויכטיג צו די מאס וויפיל איר קענט אויפטוהן ווייל עס שטעלט פאר אייער צוגאנג פאר דעם גאנצן טאג. אויב האט איר א ספק אין דעם, פרעגט זיך פארוואס עס זעהט אויס צו אייך אז ווען איר “שטייט אויף אויף דער לינקער זייט,” איז אייער גאנצער טאג צופארן. און פארוואס איז עס אז ווען איר שטייט אויף צו די לידער פון די פייגלעך, שפירט איר ווי איר ווילט זינגען דעם גאנצן טאג?
•     אייער צוגאנג עפעקטירט אייערע געדאנקען
ווען איר שטייט אויף אינדערפרי, זענען אייערע געדאנקען אטאמאטיש מער פריי און נישט איינגעצוימט. דאס איז דער סיבה פארוואס מען עצה’ט אלעמאל איינעם וואס האט א פראבלעם אז ער זאל דאס “איבערשלאפן.” ווען מען ערוועקט זיך, זענען די מחשבות פיל קלארער.
אבער דאס איז נאר אויב איר טוט דאס ריכטיג. מערסטנס מענטשן טוהן עס אבער נישט. זיי שטייען אויף און זיי ווילן באמת נישט, ספעציעל אויב זיי זענען נישט פון די “צופרי פויגלעך.”
עס  גאר וויכטיג צו טראכטן פאזיטיווע געדאנקען גלייך ביים אויפשטיין. דאן איז דער בעסטער צייט צו טראכטן און דאס וועט פעסטשטעלן דעם גאנג פון אייער גאנצער טאג. איר קענט דאס באמת טוהן אין יעדן צייט פון טאג, אבער עס איז נישט דא נאך אזא גרינגע און עפעקטיווע צייט דערפאר ווי אינדערפרי.
פרובירט צו טוהן ווי פאלגנד “מארגן אינדערפרי”
ווילט איר פארמערן אייערע שאנסן צו האבן א געלונגענער טאג? געבט זיך עטליכע רוהיגע מינוטן צו אויסשטעלן אייער טאג אין אייער מח. איידער איר הייבט אן דעם טאג, ארגאנאזירט אייערע געדאנקען פאר די טאג. טראכט פון וואס איר ווילט אויפטוהן. נאך בעסער, מאכט א ליסטע פון די זאכן א נאכט פריער, און דערנאך טראכט זיי איבער דעם נעקסטן אינדערפרי. דורך אנהייבן דעם טאג מיטן רעכטן פיס, וועט איר בעזרת ה’ זעהן פיל הצלחה דורכאויס.
דער אידישער לעבנס-שטייגער איז גאר אויסגערעכנט, א איד ווייסט אז די ערשטע ווערטער וואס ער זאגט ארויס פון זיין מויל ביים אויפשטיין איז “מודה אני.” ער דאנקט דעם אייבערשטער און הייבט אן דעם טאג אויף א פאזיטיווער אופן. און אויב ער האט א סדר אינדערפרי פון תורה ותפילה, ווערט ער אנגעפילט מיט א טיפער סיפוק און הנאה און דער גאנצער טאג האט א צווייטער פנים. אשרינו מה טוב חלקינו!

January 31, 2011 at 7:09 AM#2
דער ערשטער שעה, דער יסוד פון טאג

עס קען אפשר זיין אינטערסאנט פאר די ליינער צו וויסן.
פאר עס איז ארויסגעקומען די אלע עלעקטראנישע קעלענדערס האט מען געווענטליך געוויסט אז די מסודר’דיגע ביזנעסלייט, מענעדזערס, און זיי ווער האבן געלעבט אויף א daily organizer.
מ’קען נאך אפשר היינט טרעפן איינצעלנע וואס האבן דאס.
די טעק. וועלט האט דאס אוועקגענומען פון די יונגווארג.
אבער זייט נישט באזארג, איר קענט שאס היינט אויך טוען מיט אלע עלעטראנישע קעךענדעז, עס וועט אייך ארויסהעלפן.
מ’האט דארט אריינגעשריבן אנפאנג טאג אדער וואך אויף יעדע האלבע שעה וואס מ’גייט טוען

January 31, 2011 at 10:38 AM#3
דער ערשטער שעה, דער יסוד פון טאג

אודאי אזוי. מיין מנענדזשער קומט נאך יעדן טאג מיט דעם דיקן DAILY ORGANIZER. ער האט אלס ליב צו ווייזן פאר די יונגווארג ווי אזוי ער צייכנט זיך אן וואס איז שוין ארלעדיגט און וואס מען דארף צולייגן, א.א.וו.

January 31, 2011 at 11:56 AM#4
דער ערשטער שעה, דער יסוד פון טאג

יוא.. ביסטו גערעכט! ממש סאיז נישט צום גלייבן ווי שטארק דו ביסט גערעכט! אויב גייט נאר עפעס קרים אנפאנג טאג, דאן איז פארטיג! דער גאנצער טאג גייט כאדאראם… מען באשולדיגט יעדעם מיט אלע פראבלעמען אין די ביזנעס, יעדער ארבייטער באקומט א מי שפרע פאר יעדע קלייניגקייט.
אבער ניין מיר וועלן זיך נישט לאזן! די וואך גייט עס קנאקן! סא פרישע וואך, ס’מאנטאג אינדערפרי, נארוואס גע’ענדיגט ליינען דעם “בעל הבית בלעטל”, זיך אנגעשפעפט פרישע עגנערזשי, און געגאנגן, מען גייט ארבייטן און אויפטוהן…!
זייט געזונט! און האטס אסאך הצלחה!
שכוח פארן עס ארויסברענגן אזוי קלאר!

January 31, 2011 at 12:00 PM#5
דער ערשטער שעה, דער יסוד פון טאג

יואלי! דו ביזט אייביג געוואלדיג! אבער דאס מאל איז עס א געוואלדיגע שטארקע פאונט! אלעס ווענט זיך אינעם אנהויב טאג, יאפ, אזוי ווי דו זאגסט אין די ערשטע שעה פונעם טאג, אידן! לאזט אייך נישט אפילו אויב די קאווע איז היינט נישט אזוי גוט געלונגן, לאזט נישט אז דער גאנצער טאג זאל מיטגיין מיט איין אומגעלונגענע קאווע, ס’פשוט א שאד צו פארפאטשקענען א גאנצע טאג פאר איין קלייניגקייט וואס איז געגאנגם קרום!