געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

12 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אידיש געלט · דורך: קרן עזר · וואך: תרומה , תשע"א · בעל-בית נומער: 35 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/געלט-איז-טייער-מען-דארף-דאס-גוט-היטן-א/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

אויסצוגן פון דרשה פון הר”ר מנחם הארטמאן הי”ו ביי א “קרן עזר” צוזאמקום.

לשנות את הידוע…

קודם וויל איך באדאנקען “קרן עזר” וואס זיי האבן געטוען דעם געוואלדיגן שריט, און האבן געטוען א זאך וואס ווי מען זאגט אין ענגליש ס’איז שוין PAST DUE, ס’איז א זאך וואס וואלט שוין לאנג געדארפט ווען זיין, – ס’קען זיין אז “קרן עזר” וועט זיין אסאך וויינגער ביזי, אויב מענטשן וועלן אנהויבן זייער לעבן מיט א געוויסע מהלך החיים, מען וועט האבן א געוויסע ציל צו וואו מען וויל אנקומען, אזוי וועט מען נישט אריינפאלן אין דעם לאָך וואס אסאך אנדערע זענען אריינגעפאלען…
…און אוודאי וויל איך באדאנקען אלע באטייליגטע וואס זענען געקומען, ווייל דאס אליינס, אז מען זעצט זיך אראפ, און מען נעמט צוויי טייערע שעות פון לעבן, און מען גיט דאס אוועק זיך אביסל צו באקענען מיט ווי אזוי זיך צו באגיין מיט געלט ענינים
דאס איז אליינס א סימן אז דער עולם איז גרייט צו טוען למעשה, און דאס איז א סימן אז דער עולם זעט איין אז די וועג פון ביז יעצט איז נישט קיין עסק….
איך ווייס נישט וויפיל חידושים ס’וועט זיין, אבער אזוי ווי דער מסילת ישרים זאגט, אז ס’איז אויך וויכטיג “לשנות את הידוע”, איבערצו’חזר’ן דאס אלטע…

אמונה – הכנות מזון

מען שטעלט זיך אויף און מען זאגט דרשות און עצות פאר פרנסה, איז די ערשטע זאך וואס מען דארף געדענקען, אז “אונז פרובירן מיר נישט איבערצונעמען דעם רבוש”ע”, – ס’איז דא א ווארט אין “דברי ישראל” וואס ער זאגט, אויפ’ן פסוק “ויאמרו איש אל אחיו מן הוא”, וואס רש”י זאגט  דערויף אז דאס איז געווען “הכנות מזון”. שטעלט זיך די קשיא, וואס הייסט אז ס’איז געווען “הכנות מזון”, מן איז דאך דאס עסן אליין?,  ענפערט דער “דברי ישראל” אז ווען מען וועט אנקוקן די אותיות פון “מן הוא”, איז עס די זעלבע אותיות ווי “אמונה”! און דער פשט איז, אז די ערשטע הכנה צו פרנסה איז: “אמונה”. א מענטש דארף גלייבן און וויסן אז אלעס קומט פון רבוש”ע, נאר וואס דען, דער רבוש”ע פארלאנגט פון אונז אז מיר זאלן פרובירן צו טוען אונזער חלק, און דאס איז וואס מיר פרובירן היינט ארויסצוברענגען – וואס איז אונזער חלק? וואס דארפן מיר טוען, אז מיר זאלן קענען זאגן פאר’ן רבוש”ע, “מיר האבן געטוען אונזער חלק”, עשה אתה מה שעליך, דו טוה דיין חלק.

וואס איז מיין ציל?

איך וויל נאר ארויסברענגען איין “דיסקלאוזשער” ווי מען רופט דאס, אז “איך בין נישט בטוח אז יעדער וואס וועט ארויסגיין דא, וועט זיין “א געהאלפענער”, נאר אזוי ווי מיר האבן פריער דערמאנט, יעדער מענטש דארף וויסען וואס איז זיין ציל, ווען א מענטש וויל פארן קיין בארא פארק, און א צווייטער וויל פאָרן קיין מאנרא, ווייסט דער צווייטער, אז אויב פאָרט ער מיט מיט דעם מענטש וואס פאָרט קיין בארא פארק, האט ער אסאך א קלענערער טשענס אז ער וועט אנקומען קיין מאנרא. ווייל ער דארף פאָרן גאנץ א אנדערע מהלך.
ווען א מענטש ווייסט, וואו ציל איך? וואו גיי איך? קען ער מעסטן יעדן טריט אין לעבן: גיי איך נענטער צי מיין ציל, אדער פאָר איך ווייטער אוועק פון מיין ציל?
און מיין תפקיד היינט דא איז אביסל ארויסצוברענגען “וואס איז אונזער ציל”.

וויאזוי עס דארף זיין באמת, “ווען וועלט איז וועלט”…

דאס מיינט ווען וועלט וואלט ווען געווען וואלט, וואס וואלטן מיר געוואלט טאן, און מיר וועלן פרובירן אביסל צו העלפן לויט די היינטיגע וועלט, וואס מיר קענען טוען.
אבער די ערשטע זאך דארף א מענטש וויסן: “מאין באת” – פון וואו קומען מיר?
מיר לעבן היינט אין א וועלט וואס איז ליידער א “וועלט פון ספענדינג”. אין אמעריקע איז דא עפעס א שטודיע, אז רוב אמעריקענאר מענטשן, נישט נאר וואס מען סעיווט נישט קיין געלט, נאר מען לעבט אויף 101 פראצענט פון די אינקאם. אין אנדערע ווערטער, אז יעדער עוורידזש אמעריקענער פאמיליע האט חובות! נישט נאר אז ער לייגט נישט אוועק קיין געלט, נאר ער לעבט נאך אויף חובות אויך.
אמאליגע צייטן האט יעדער איינער געוואוסט פונקטליך וואו ער שטיין איין: ס’איז געווען די עשירים, ס’איז געווען די וועלט’ס-עשירים; ס’איז געווען די ממש “בלוטיגע ארימעלייט”, און ס’איז געווען די בינונים. און מען האט נישט געהאט קיין גרויסע ברירה: איינער וואס האט נישט געהאט די צוויי קאפיקעס וואס ער האט געדארפט צו קויפן ברויט, וויין און וואס ער האט געדארפט אויף שבת, האט געהאט א פראבלעם! ס’איז נישט געווען קיין אנדערע אויסוועג: אדער איז ער געגאנגען קלייבן מטבעות, אדער האט ער געהונגערט! ס’איז כמעט נישט געווען קיין שום אויסוועג ווי א מענטש זאל זיך אזוי אריינפלאנטערן ווי ביי אונז היינט.
היינט איז א וועלט, וואס יעדער איינער וויל זיין פונקטליך די זעלבע ווי דער צווייטער, נישט קיין חילוק צי ער האט געלט, אדער ער האט נישט קיין געלט. ווייל דער אייבערשטער האט געהאלפן, און איך ווייס נישט צי ס’איז אזא ברכה, אפשר איז עס גאר א קללה, אז ס’איז דא פארשידענע אנדערע “אונטערוועגן”, וויאזוי מען קען האבן צוטריט צו געלט, און די צוטריט מאכט א דמיון ביים מענטש, אז “ער האט באמת געלט”!. און מען דרייט און מען דרייט, און מען דרייט, די לעצטע סטאפ פון דעם דרייען ענדיגט זיך ביי “קרן עזר”. און ביי אסאך מענטשן נאך ערגער ווייל זיי לאזן זיך נישט אראפ אפילו אנצוקומען און נעמען הילף פון א צווייטן”, אבער די בעסטע ברירה ווי מען זאגט, אויב איינער גייט אריין אין דעם “סיסטעם”, איז, אז ער קומט אן צו “קרן עזר”. וואס מיר פרובירן צו טוען דא היינט, איז, אביסל מעורר צו זיין דעם עולם, אוועקצוגיין פון דעם מהלך.

המשך קומט

January 31, 2011 at 6:53 AM#2
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

מען קען טרייען אויסצולערנען מענטשן ווי אזוי צו הענדלען געלט. אבער לאמיר פרעגן די לייענער איין שאלה. ווי אזוי קען געלט האבן די ריכטיגע value אויב זייער אסאך באקומען יעדן חודש צווישן 3און4טויזענט פון אן אינטער-טירל וואס הייסט אנקעל-סעם?
מיין מיינונג איז, ווילאנג דאס איז דא, אינזערע קינדער וואקסן אויף מיטדעם, וועט געלט נישט קענען האבן די ריכטיגע וועליו אין די דאזיגע מענטשן’ס אויגן.
אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם האלט.
קען געלט האבן די ריכטיגע וועליו ווילאנג אנקעל-זעם שיקט אריין חודש’ליך 3-4 טויזנט דאלער?

January 31, 2011 at 9:23 AM#3
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

איך בין מסכים מיט מנחם.
אלס א שווערער ארבעטער פאר יעדן דאלער, דארף מיך קיינער נישט אויסלערנען די וועליו פון געלט, דאס איז נאר פאר די וואס האבן זייטיגע הכנסות. ווען איך אדער מיין בני בית גייען איינקויפן דארף אונז קיינער נישט דערמאנען אכטונג צו געבן אןיף געלט. איך דארף נאר זיין ביזי מסביר צו זיין מיינע קליינע קינדערלעך פארוואס אונז קען מיר נישט קויפן די אלע טיייערע טשאקלאד און אייסקריעם וואס דער שכן טוב האט. והמבין יבין.
BTW וואס מנחם שרייבט צווישן 3-4 טויזענט דאלער איז אונטערגעשאצט. א גרויסע פעמיליע איז עס עטליעסט פינף טויזענט. צא וחשוב. 0

January 31, 2011 at 11:39 AM#4
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

איך האב שוין אסאך געהערט פון דעם דעה וואס מנחם האט ערווענט. איך האב עס געהערט אויף יונה כהן’ס שיעור אויף קול מבשר ווי ער האט פארגעשטעלט א רעקארדינג פון א מעסעדזש וואס א אינגערמאן האט אים געלאזט מיט דעם דעה.

איך בין דירעקט מחולק דערויף!

וואס איז א חילוק ויאזוי מען מאכט געלט? אוודאי ווי מער געלט מען האט ספענד מען מער. אבער די זעלבע זאך וועט פאסירן ווען איינער מאכט א פעטן וועידזש ביי זיין ארבעט פון פינף טויזנט דאלער א חודש, דורך נישט אזוי שווער ארבעטן. פערצופאל האבן די מענטשן מזל אז די געלט קומט פון שטאט. אלא מאי? האט די געלט עפעס א אנדערע שוויות ווי זיי וואלטן דאס באקומען פון זייער ארבעט?

January 31, 2011 at 3:31 PM#5
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

איך האב נאר געוואלט צולייגן אז ניינציג אדער מער פראצענט פון די געלט וואס אנקל סעם גיט, איז נישט דירעקטע געלט וואס מען קען אויסגעבן (אויסער פאר די גראסערי), ממילא די הוצאות וואס א מענטש האט דארף ער סייווי אויסגעבן פון שווער פארדינטע געלט, און איך מיין אז די אלע וואס לעבן אויף אנקל סעם’ס חשבון, מוטשענען זיך אויך אויף יעדן דאללער וואס זיי געבן אויס, ממילא זעה איך נישט אז זיי זאלן לייכטער אויסגעבן געלט צוליב דעם.

עס איז נאר דא א אנדערע נקודה, אז דער קבצן וועט אייביג האבן א גרעסערע נסיון אויסצוגעבן געלט ווי דער גביר, ווייל אויב וועט ער קארגן וועלן דאך מענטשן מיינען אז ער איז חלילה א קבצן… דוק ותמצא.

January 31, 2011 at 3:54 PM#6
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

רבותי! וועקט אייך אויף! צו קענט איר ליינען צווישן די שורות די צער און עגמת נפש וואס ר’ עזרא און זיין ב”ב גייען דורך ווען מען גייט איינקויפן אין גראסערי אדער סיי ווי?
דער אויסגערעכנטער שווערער איירבייטער קומט אהיים מיט אן אויסגעמאגערטן גראסארי ארדער, בשעת דער פעיפער און שטיפער וואס זויפט קאפי ביז חצות און הייבט אן זיין טאג 2ע נאכמיטאג לעבט און לאכט, עולם הפוך ראיתי.
מורי ורבותי לערנט אייך אויס וואס מ’ווייסט שוין שטילערהייט אין גאנץ אמעריקע, די מידל קלעס איז וואס אף. אין אידיש. די מיטעלע קלאס פארדינער האבן די ווייניגסטע געלט.
סא נעקסט טיים ווען איר זעהט אין גראסערי אן איד/אידענע ביים רעדזשיסטער וואס נעמט נישט ארויס דעם “קארטל” ביים באצאלן, זאלט איר זייער רחמנות האבן אויף יענעם.
ויש להאריך טובא בענין זה. ואין העת תחת ידי. ודי בהערה זו.

January 31, 2011 at 4:07 PM#7
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

יא. מיר האבן זייער רחמנות, אבער נאכאמאל, דאס מיינט נאכנישט אז דער וואס מוטשעט זיך נישט אזוי אין גראסערי – ווייל אנקל סעם העלפט אים ארויס מיט זיין ארדער – פילט זיך אסאך בעסער אויסצוגעבן געלט אין דריי גוד סטאר (אין מיינע אויגן ווען איך טרעף זיי אין דריי גוד סטאר, אדער אין האדרווער סטאר, האבן זיי ביידע פונקט אזויפיל געלט, נישט ממש אבער די געלט איז נישט ביי איינעם ווערט מער ווי ביים צווייטן) קען זיין אז איך בין נישט גערעכט, אבער אזוי שפיר איך (גראדע קויף איך אויך אין גראסערי אן קיין קארטל, אנטשולדיגט יא מיט א קארטל נאר א אנדערע סארט ווי דער פון וועלכער מנחם רעדט).

און יא, איך ארבעט אויך פאר מיין געלט, און איך האב אויך נישט קיין איבריגע פעני (איך האב נאך דערווייל נישט קיין געלט צו באצאלן די רענט פאר יאנואר, איך וועל אי”ה באצאלן, אבער איך וויל נאר מנחם זאל מיר נישט חושד זיין אז איך האב צופיל פון די גרינע ווייל עס איז אינגאנצן נישט אזוי…)

January 31, 2011 at 4:20 PM#8
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

ר’ לייב ר’ לייב, עס איז קלאר ווי דער טאג אז די וואס האבן נישט די ”זייטיגע” הכנסות ווייסן אכטונג צו געבן אויפן דאלער.
און איך רעדט טאקע ווען מ’קויפט איין אין אנדערע פלעצער, נישט אין גראסערי.

February 1, 2011 at 9:21 AM#9
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

טיפ צו היטן אייער געלט.

אין מיין אנגייענדיגע ארבעט צו העלפן אידן אכטונג געבן אויפן דאלער, ספעציעל פאר דיע וואס באקומען נישט די 5 טויזענט ‘זייטיגע’ הכנסה חודשליך, וויל איך דא איבערגעבן נאך א טיפ איבער דעם.
געוויסע גראסערי לייט וואס טראכטן נישט אזוי פון די נתת ונתת באמונה שאלה זענען אביסל לייכזיניג ווען עס קומט אכטונג צו געבן אז די פרייז אויפן שעלף זאל זיין די זעלבע אין קאמפיוטער. עס קען אפילו שטיין א גרויסע ”סעיל” סיין, אבער אין קאמפיוטער איז עס נישט אריינגעלייגט.
שולדיג זענען צוויי אירע, דער קונה, ווייל ער קוקט נישט איבער די רעסיט, דער צווייטער איז אנקעל-סעם וואס האט געמאכט דעם קונה זיך נישט קימערן וויפיל אן אייטעם אין גראסערי קאסט.
איר קענט אייך שפארן א שיינע פאר טאלער דורך איבערקוקען אייער רעסיט ביי יעדן גראסערי ארדער.
וד’ יערה עלינו רוח טהרה ממרום.
ווי איר זעהט האב איך געשריבן זייער מיט א לשון נקי. אבער יותר ממה שכתבתי יש כאן, ודי בזה.

February 1, 2011 at 11:56 AM#10
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

צו Moshe

ווען עמיצער מאכט שוין $5-6-7-8000 א חודש האט ער שווער געארבעט בעפאר! ווייסט ער צו היטן זיין געלט. פאר אנקעל סעם דארף מען נישט צו שווער ארבעטן

February 1, 2011 at 3:12 PM#11
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

יא מנחם איז גערעכט. מ’דארף אייביג איבערקוקען די רעסיטס. אנפארטשונעטלי, טוען עס צו ווייניג מענטשן, צוליב דעם ועדיין השטן מרקד בינינו.

February 2, 2011 at 12:31 PM#12
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – א

טיפ צו היטן אייער געלט.

אין מיין אנגייענדיגע ארבעט צו העלפן אידן אכטונג געבן אויפן דאלער, ספעציעל פאר דיע וואס באקומען נישט די 5 טויזענט ‘זייטיגע’ הכנסה חודשליך, וויל איך דא איבערגעבן נאך א טיפ איבער דעם.
געוויסע גראסערי לייט וואס טראכטן נישט אזוי פון די נתת ונתת באמונה שאלה זענען אביסל לייכזיניג ווען עס קומט אכטונג צו געבן אז די פרייז אויפן שעלף זאל זיין די זעלבע אין קאמפיוטער. עס קען אפילו שטיין א גרויסע ”סעיל” סיין, אבער אין קאמפיוטער איז עס נישט אריינגעלייגט.
שולדיג זענען צוויי אירע, דער קונה, ווייל ער קוקט נישט איבער די רעסיט, דער צווייטער איז אנקעל-סעם וואס האט געמאכט דעם קונה זיך נישט קימערן וויפיל אן אייטעם אין גראסערי קאסט.
איר קענט אייך שפארן א שיינע פאר טאלער דורך איבערקוקען אייער רעסיט ביי יעדן גראסערי ארדער.
וד’ יערה עלינו רוח טהרה ממרום.
ווי איר זעהט האב איך געשריבן זייער מיט א לשון נקי. אבער יותר ממה שכתבתי יש כאן, ודי בזה.