מוזיק אלבומ’ס

19 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס קריעטיוויטעט · דורך: ה. פוקס · וואך: תרומה , תשע"א · בעל-בית נומער: 35 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/מוזיק-אלבומס/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
מוזיק אלבומ’ס

מוזיק אלבומ’ס
א באקאנטע היימישע מוזיק פירמע האט זיך פארבינדן מיט אונז פארצושטעלן א פלאן פאר די “בעל בית” ליינער וועלכע זענען ביזנעסלייט און הערן פון מאל צו מאל שיינע מוזיק אינמיטן די ארבייט.
די מוזיק אינדוסטריע ביים היימישן עולם האט געהאט גוטע און שווערע צייטן, יעצט האלט עס אויף א מצב אז פינאנציעל לוינט זיך נישט ארויסצוגעבן א מוזיק אלבוים. מענטשן פארמאגן היינט קאמפיוטערס און אייפאדס, דער עולם קאפירט די סידיס. און פאר יעדע סידי וואס פארקויפט זיך זענען פארהאן צען -אדער מער – מענטשן וואס פארמאגן עס אומלעגאל.
דא איז נישט דאס פלאץ אריינצוגיין אין די הלכה’דיגע און פיפטע שולחן ערוך חלק דערפון. די פירמע זוכט אבער פראקטישע וועגן אויסגעהאלטן פון א מארקעטינג פרעספעקטיוו, וויאזוי מענטשן וועלכע וועלן הנאה האבן פונעם אלבוים זאלן צאלן די 16 דאלער, וואס קאסט היינט צו קויפן א סידי. און נישט ליבערשט דאס קאפיען פון א צווייטן.
שטודירן זיי א מהלך וואס שלאגט פאר אז די אלטע קאסעטעס “טעיפס”, האלטן זיך פיל לענגער ווי סידיס, איבערהויפט אין די הענט פון קינדער. סידיס צוקריצן זיך זייער שנעל. די סיבה פארוואס מענטשן קויפן אבער סידיס איז צוליב וואס דאס איז פראקטישער, מען קען עס אנצינדן איבעראל, אין ארבעט, אין קאר און אינדערהיים. משא”כ א טעיפ וואס די וואס פארמאגן א טעיפ רעקארדער פארמאגן עס בלויז אינדערהיים.
וויל די פירמע איינפירן אז ביי יעדע אלבוים וואס קומט ארויס זאל ווערן פארקויפט א סידי מיט א טעיפ צוזאמען, און אלעס פאר די זעלבע פרייז פו 16 דאלער. וואס דאס וועט זיכער זיין לתועלת אז די קינדער זאלן דאס קענען האלטן אינדערהיים פיל לענגער, און די סידי וועט די טאטע מיטנעמען אין ארבעט רואיגערהייט.
פאר א מענטש וואס קען באשטיין אז זיינע קינדער זאלן הערן דעם ספעציפישן אלבוים נאכאמאל און נאכאמאל, און פארמאגט א טעיפ רעקארדער אינדערהיים, וועט זיך זיכער לוינען צו קויפן און נישט צו קאפיען. א טעיפ קען מען דאך נישט קאפיען.
אונז פערזענליך איז גראדע געפאלן די רעיון. זיי זענען אויסן צו הערן פון די ליינער צו דאס קען זיך אויסארבעטן, אדער אנדערע פארשלאגן.

January 31, 2011 at 10:35 AM#2
מוזיק אלבומ’ס

א גוטע איידיע. און די טעיפס וואס קינדער דארפן נישט הערן, דארפן די טאטעס אויך נישט הערן.

וויאזוי איז דאס מיט אלע נייע טעכנעלאגיע קען מען נאך נישט בלאקען פון קאפיען סידיס?

January 31, 2011 at 10:38 AM#3
מוזיק אלבומ’ס

דאס איז א אינטערעסאנטער און וויכטיגע נושא. לפענ”ד איז אבער דער רעיון נישט פאסיג, צוליב עטליכע אורזאכן.

רוב מענטשן האבן שוין נישט היינט קיין טעיפ-רעקארדערס (קאסעטע שפילערס), נישט אינדערהיים, און אודאי נישט אין אויטא אדער אנדערע פלעצער. די געציילטע וועלכע האבן נאך יא, איז בלויז א פראגע פון צייט ווילאנג נאך זיי וועלן זיך שלעפן דעמיט, ביז עס וועט גיין דעם זעלבן וועג וואו רעקארד פלעיערס זענען אנגעקומען. די קאמפאניס טוען דאס שוין כמעט נישט פראדוצירן, און די געשעפטן כמעט נישט פארקויפן, וא”כ מאי הועילו חכמים בתקנתם.

חוץ מזה, פארוואס זאל דאס אפשטעלן די אומלעגאלע נאכגעמאכעכץ, ווילאנג עס קומט מיט א סי.די. קען מען דאס קאפירן, און די מוציאים לאור זאלן ליידן שאדן פונקט ווי פריער. אדער נאך מער פון פריער, ווייל זיי וועלן אצינד צוצאלן צוצולייגן א טעיפ!

און פארוואס שרייבט איר “א טעיפ קען מען נישט קאפיען”? אודאי קען מען קאפיען, און יעדע טעיפרעקארדער קומט מיט אזא אפציע!!

עס איז באמת א שווערע שאלה וואס מען קען טון צו דעם פראבלעם. יעדער שמויגער גיט היינט ארויס טעיפס, און דער עולם קען זיך נישט ערלויבן צו צאלן אזויפיל געלט, ע”כ איז דא די אנדערע עצה – קאפיען פאר אומזיסט! אפשר זאל זיך טאקע אפשטעלן די פארפלייצונג פון טעיפס. מ’דארף נישט יעדעס יאר 100 נייע. ס’איז גענוג 10.

אין די גוי’אישע ועלט איז שוין מער פארגעשריטן, און דאס וואלט געווען די פאסיגסטע עצה, נאר עס איז שווער צוליב דעם וואס אידישע קינדער האבן (ב”ה) נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט און אנדערע דאונלאוד אפציעס. קודם כל, אז איינער גיט ארויס א טעיפ/סי.די. פון 12 ניגונים, און איך האב ליב, לאמיר זאגן, בלויז 3 ניגונים, פארוואס זאל איך צאלן 15 דאלער פארן גאנצן אלבום? ביי די גוי’אישע וועלט קען מען דאונלאודן יעדן ניגון באזונדער, מ’צאלט דערפאר א דאלער-צוויי, עס איז “פראטעקטעד”, דהיינו מען קען עס נישט קאפיען, און יעדער איז צופרידן!

עס וואלט אפשר געדארפט זיין אזא זאך אז די טעיפ פארקויפערס זאלן דאס קענען טון. למשל אז ראובן קומט אריין צום טעיפ געשעפט, און זאגט “איך האב ליב פון משה’ס נייע טעיפ די פיפטע און אכטע ניגון” זאל דער סטאר אייגענטומער דאס קענען ארויפלייגן אויף דעם קאסטומערס MP3 שפילער, און עס זאל זיין “פראטעקטעד” כנ”ל, אז ער זאל דאס נישט קענען איבערגעבן בלויז שפילן אויף זיין אייגענעם שפילער, און זאל באצאלן נאר פאר די 2 ניגונים.

איך גלייב אז דעס הערט זיך ווי א דמיון, אבער איך זעה נישט קיין אנדערע אופן דערווייל. און חוץ מזה דארף מען מער מעורר זיין דעם דעת הקהל אז דאס איז גניבה, און קיינער וויל דאך נישט ח”ו מגולגל ווערן…

January 31, 2011 at 10:41 AM#4
מוזיק אלבומ’ס

ליידער האב איך נישט קיין גיטע נייעס פאר אייך, קודם כל איז דער פראבלעם פון “קאפיען” נישט היינט געבוירן, און יא, מ’פלעגט קאפיען טעיפס אין די מאסן, נאר היינט מיט’ן סידי/קאמפיוטער/אייפאד וועלט, צוזאמען מיט’ן געהעכערטן פראצענט פון אומ-מאראל, איז די פראצענט פון קאפיען דראמאטיש העכער.

אשר ע”כ, איך גלייב שווער אז דאס צוזאמ-בינדען דעם טעיפ מיט’ן סידי איז די עצה, דער קאפיער בלייבט קאפיער, און דער מענטש בלייבט מענטשליך.
(“א טעיפ קען מען דאך נישט קאפיען.” פון ווי נעמסטו דאס?)

January 31, 2011 at 11:33 AM#5
מוזיק אלבומ’ס

איך פאל אסאך מאל דורך מיט אומלעגאלע סחורה. א גוטע סידי וואס קומט מיט א טעיפ, וואס איז ראוי אריינצונעמען אין מיין שטוב, וואלט איך ליבערשט געקויפט ווי געקאפיט. עס קאפיט זיך בכלל נישט אזוי גרינג טעיפס

January 31, 2011 at 6:34 PM#6
מוזיק אלבומ’ס

איך שלאג פאר אן אנדערע עצה, אז די קאמפאניס זאלן ארויפלייגן א פעי-פאל אקאונט ווי מען קען אריינשיקן געלט צו באצאלן. און מען זאל באשטימען א צוגענגליכן פרייז פער אלבום (לאמיר זאגן 5 דאלער) און מען זאל מפרסם זיין אז מען גיט נישט רשות צו קאפיען, אבער אויב מען האט יא געקאפיט קען מען צופרידן שטעלן דעם מוציא לאור דורך באצאלן כנ”ל.
דאס וועט זיין כולו ריווח, ווייל עס וועט נישט אראפגיין קיין געלט פאר דיסטריבוטארס, געשעפטן, קאפיען, פרינטן סידיס און לעיבלס.

אפשר וואלט געווען א עצה דאס צו טרייען קודם דורך ארויסשיקן א סעמפל סידי, און אדווערטייזן אז מען האט רשות דאס צו דאונלאודן, און הערן 5 מאל, און אויב עס געפעלט אייך, געבן מיר רשות עס ווייטער צו הערן, בתנאי אז איר שיקט אריין די 5 דאלער.

January 31, 2011 at 6:40 PM#7
מוזיק אלבומ’ס

ישראל שלמה, עס איז אינטערעסאנט אז די שלאגסט עס אפילו פאר, ווייל עס וועט קיינמאל נישט געשען.
אבער איך האלט דערפון, איך וואלט געצאלט א פינעפער, נאכן האבן די מעגליכקייט צו הערן און איך זע אז איך וועל עס וועלן איבערהערן אפאר מאל.

February 1, 2011 at 2:02 AM#8
מוזיק אלבומ’ס

זייענדיג אין די ליין, קען איך אריינלייגן מיינע צוויי צענט איבער דער נושא:

פאקט 1. מענטשן האבן אייביג געקאפיעט. נישט ח״ו מקטרג צו זיין אבער אזויווי אויף פילע הארבע זאכן וואס ׳אדם דש בעקביו׳ אפילו מען ווייסט די הארבקיייט. די סיבה פארוואס לעצטענס איז א מגיפה אין דעם הינזיכט איז צוליב; 1. ס׳איז אין א דיגיטעל פארמאט וואס איז זייער גרינג צו קאפיען, אי.מעילן אד״ג (משא״כ ביי א קאסעטע האט מען געדארפט ווארטן כמעט ווילאנג דער טעיפ האט געדויערט, אפשר אביסעלע שנעלער, אחוץ אויב מ׳איז געגאנגען צום געשעפט אדער גמ״ח וואס דעמאלטס האט זיך הערשט אנגעהויבן א פרישע מסכת….) עכ״פ היינט מיט קאמפיוטער, איי-פאדס וכו׳ איז עס פיל גרינגער. 2. עס קומען פשוט ארויס סי.די.׳ס אין די מאסן, און אין דעם איז דא עטליכע פראבלעמען. קודם כל גיי ווייס וועלכע ס׳איז גוט, אפילו דו ווייסט שוין איז שוין לאנג אינדרויסן א אנדערע ׳גוטע׳., און א שטארקע פראבלעם איז אויך אז איינמאל עמיצער בריהט זיך אפ מיט א סי.די. אויף וואס ער האט געצאלט ווייניגסטענס 15 דאלער מיט טעקס.. וועט ער שוין נישט אזוי שנעל קויפן נאך א סי.די.. 3. א טעיפ האט נאך געקאסט 10 דאלער, א סי.די. איז 15 און מען קוקט עס אן פאר אסאך געלט. (אייי פאר א גוטן פרישטיג קען מען זיך לאזן קאסטן שדם פרייז און אפילו מער.,? אבער דאס איז די מציאות און מען קען עס נישט טוישן.) און 4. די עקאנאמיע איז שוואך! פשוט פשט.

 נו פארוואס בין איך דא…? איך פרוביר צו ברענגען א לעזונג און לאמיר הערן וואס איר זאגט:

1. עפענען קיאסקן וואס פארקויפן די סי.די.ס אזויווי ׳אנליין דאונלאודס׳ (אחוץ די אנליין דאונלאודס פאר די וואס זענען אנליין. קומט אי״ה גאר בקרוב א געשמאקע הערליכע וועבסייט..) און איר קענט קויפן און אראפלאדענען אויף אייער מפ3 אדער איי-פאד. וואלט איך געוואלט וויסן וויפיל מ׳איז באמת גרייט צו צאלן פאר א סי.די. און/אדער א טרעק? פרייזן זענען בערך 11.99, 9.99 אדער 6.99-7.99 (דאס וועט לכאורה זיין עפעס ווי נאר די ערשטע דריי טעג וואס די סידי קומט ארויס וועט מען קענען באקומען די grand opening פרייז פון 6.99-7.99).

2. עפענען א סובסקריפשן סערוויס ווי ס׳איז שוין דא אין די גוי׳אישע מארקעט ווי rhapsody וואס פאר א געוויסע פרייז פער חודש (זיי בעטן דאכצעך 9.99, א אידישע וועט דארפן זיין טייערער) קענט איר הערן סיי-וואספארא סידי איר ווילט. אלטע צו נייע. עס איז אבער נישט אייער אייגענטום. צו דעם וועט מען לכאורה דארפן האבן אינטערנעט, apps פאר אלע פלאטפארמעס,

3. לגבי דעם פראבלעם פון צופיל סידיס זאל אויף א געוויסע מהלך ווערן געגעבן ׳רעיטינגס׳ פאר די סידיס (פארשטייט זיך אן קיין שום פראטעקציע אדער נגיעות. אנדערש וועלן מענטשן נישט גלייבן). אזוי וועלן מענטשן וויסן וועלכע רעיטינג אדער ׳לעיבעל׳ זיי גלייכן. עס זאל לכאורה זיין רעיטינגס סיי אויפן קוואליטעט און סיי אויפן סטייל (חסידיש, מאדערן, ליטוויש וכדו׳).

נו וואס זאגט איר?

February 1, 2011 at 3:10 AM#9
מוזיק אלבומ’ס

נפתלי,
גלענצענדע פארשלאגן איינס נאכן צווייטן. די פראבלעם, לפענ”ד, איז א צווייטע!

קודם פאקטן,
דו ביזט דאך מודה אז די פראבלעם איז ערגער לעצטענס ווי אמאל, דו ביזט עס מישב מיט פארשידענע וועגן, איך מאך עס נישט אוועק, עס זענען דברים של טעם, עס ליגט אמת אין יעדע פון זיי. סוכ”ס ביזטו לדבריך אין די אינדוסטרי און נישט איך.

זאל מיר אבער ערלויבט ווערן צו צולייגן נאך א נקודה, וואס איך האב נאך קיינעם נישט געהערט רעדן דערוועגן, און איך מיין אז די מוזיק אינדוסטריע איז בלינד דערצו…

די זינגעריי איז ערגער ווי אמאל! איך מיין נישט אין קענטעניס, איך מיין אין אידישקייט, איך מיין נישט אראפצורייסן די זינגערס פערזענליך, אבער די פאקט איז אז רוב נייע טעיפס זענען נישט מיט א היימישן געשמאק. און איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן עס הערן! על כל פנים איך וויל נישט עס זאל ליגן אין שטוב.
און פאר מיר פערזענליך?
קודם כל, איך פארגין מיר נישט צו ספענדן פאר עפעס וואס וועט ליגן אין קאר, אדער ביי די ארבעט.
צווייטענס, איך פיל נישט גוט ביי מיר צו ספענדן די געלט דערויף, איך פיל נישט ווי איך וויל שטיצן די סארט נגינה, הגם איך גלייך צו הערן נייע מוזיק, אבער די הארץ לאזט מיר נישט. אמאל בין איך יוצא מגדרי, איך האלט עס נישט פאר קיין איסור, איך בין נישט קיין טאליבאנער, אבער ווען א מענטש ספענדט געלט, קודם דארף ער גלייכן דעם מוכר, און הנאה האבן אים מהנה צו זיין, ער דארף האבן א גוטע געפיל דערביי, די געפיל וואס איך האב ביים ארויסנעמען די געלט פאר רוב היימישע טעפס איז, “איך שטיץ דאס שטיפען דעם דור א האלבע דרגה אראפציר ווי עס וואלט ווען געווען אן דעם”, אמת, אמאל קויף איך סייווי, אבער א גוטע געפיל האב איך נישט דערביי.

איך וויל נישט דערמאנען קיין נעמען און קיין משלים, די בעל בית איז צו א ריין פלאץ, און איך וועל נישט זיין די ערשטע עס צו פארשמיצן (מן הסתם וועט עס סייווי ווערן געמעקט) אבער איך וועל זיך באגניגן מיט איין דוגמה והמבין יבין,
עס איז דא א זינגער וועם איך גלייך מורא’דיג, די מערסטע פון אלע, ספעציעל זיינע ווארימע אידישע געפיל’ישע אטמאספערישע ניגונים זענען חד בדרא, האט ער איינמאל אריינגעלייגט א ניגון אקעגן די עסטאבלישמענט, וואס איך האלט אז עס איז געווען א עון בל יכופר. אפ’געחוזקט פון פרומקייט, פון מוסר זאגן, פון זיך מצער זיין ווען א צווייטער הייבט זיך אן צו מאדערנעזירן וכו. וכו. איבעריג צו זאגן אז מער קויף איך אים נישט.

דאס איז טאקע א עקסטרעמע פאל, אבער איך מיין בעיקר די פאקט, אז א גרויס חלק עולם דארף נישט אין וויל נישט אז די נגינה זאל אויסקוקן ווי עס קוקט אויס, און אפילו פאר זיך הערט מען עס נאך, איז עס נאר בדיעבד, נישט עמטליך, דאס איז נישט קיין רעסעפי פאר הצלחה!

איי וועט איר זאגן, עס איז דא אסאך וואס גלייכן עס יא, אין הכי נמי, עס איז בלי ספק דא, אבער איך מיין אז זיי זענען נאך אלץ א מינאריטי (ב”ה) די פאקט איז אבער אז די עולם הנגינה אין אלגעמיין, איז נענטער אפיליאירט מיט די נידעריגע שיכטן ביי אונז און אראפציר צו די פרעמדערע קרייזן, ממילא לעבן זיי אינטער די רושם אז “דאס איז די מארקעט”.

כהיום קויף איך נאר טעיפס וואס איך געב רואיגערהייט פאר מיינע קינדער, עס איז טאקע כמעט נישטא דערפון אין די מוזיק סעקשן, וועגן דעם קויף איך טאקע נאר קינדער טעיפס און מעשיות טעיפס.

די “טאטע” טעיפס הער איך אדער בארג ביי א חבר.

בלויז פאר אינטערעסאנטקייט, די איינציגסטע “טאטע” סי די וואס כאב געקויפט די לעצטע יאר איז געווען פון יודא גרין, קודם געבארגט/גענימען פון א צווייטן, דערנאך געקויפט און איך האב אזוי הנאה געהאט אז כאב געקויפט זיין ערשטע אויך. און הגם איך האב עס נישט אהיימגעברענגט, איך דארף נישט קיין ענגלישע ניגונים אין שטוב, האב איך גראדע נישט געפילט שלעכט דערביי.

February 1, 2011 at 5:14 AM#10
מוזיק אלבומ’ס

אנאליזירער, א גלענצענדע אנאליז.

נפתלי שרייבט “(אייי פאר א גוטן פרישטיג קען מען זיך לאזן קאסטן שדם פרייז און אפילו מער.,? אבער דאס איז די מציאות און מען קען עס נישט טוישן.)”

וואס ביזטו אזוי זיכער? זינט די אקנאמי איז שוואך, ווייסיך פאר א פאקט אז די רעסטראנטן און אנדערע עסן געשעפטן (נישט גראסעריס) ליידן זייער שטארק. געהערט פון מענטשן וואס זענען דערין. אין וומ”ס איז איינע פון די רעסטראנטן ארויף מיט די פרייז פון פיצא, (כדי צו דעקן די שוואכע פארדינסטן זייט די אקאנאמי איז שוואך) נאך עטליכע וואכן האט ער אדווערטייזט אין די צייטונגען אז ס’איז צוריק אראפ, א זאך וואס מ’הערט כמעט נישט, אז פרייזן זאלן פאלן אנשטאט שטייגן.

February 1, 2011 at 11:25 AM#11
מוזיק אלבומ’ס

די איינציגסטע עצה איז, קוק ווי אזוי דער גוי מאכט געלט און מאך עס נאך, אז מ’קען נישט הייבן די הכנסות, שנייד מען פון די הוצאות, אויך זוכט מען נייע וועגן פאר הכנסות.
וואס טוט מען.
גיבט ארויס איינס צוויי ניגונים אויף אמאל, איר מיזט נישט דערלייגן אויף 15 אויפאיינמאל,
די איידיע איז, ווייל א גאנצע טעיפ אויב איינער האט נישט ליב איין ניגון וועט ער שוין נישט קויפן די גאנצע טעיפ, און דאס איז אסאך שטערקער ווי די סברא אז אויב איינער האט ליב איין ניגון וועט ער שוין קויפן די גאנצע טעיפ.
די איינצעלנע ניגונים וואס איר גיבט ארויס זאל זיין אדעווערטייזט און עוועיבל צו הערן א פריוויו און דאונלאדן ON THE SPOT.
די איידיע איז, וויבאלד איין ניגון קאסט נישט קיין סאך וועט א מענטש נישט ארומלויפן זוכן ווי ער קען עס קאפיען, ער קען דאך עס האבן ליגעלי פאר 99 סענטס.
אמת עס וועלן אלס זיין איילצעלנע גנבים וואס וועל קאפיען אן איבערגעבן פאר אנדערע אבער ער קען דאס דאך נישט טוען אויף א מאסן פארנעם ווייל דעמאלט ווען ער אדער באצאלן אדער גיין און חד גדיא אריין.
אפילו איר האט שוין ארויסגעגעבן אלבומס אין די פארגאנגענהייט, קענט איר יעצט מאכן געוויסע געלונגענע ניגונים עוועילעבל צי דאונלאדן איינס ביי איינס,

February 1, 2011 at 11:35 AM#12
מוזיק אלבומ’ס

צו אנאליזירער און מנחם:

ביידע אייערע קאמענטארן האבן איין תירוץ; פאקט ווייזט אנדערש. לגבי ערליכע סידיס, האבן די וואס האבן זיך געהאלטן צו חסידיש פארקויפט גאר ווייניג, מיטן אויסנאם פון ממש געציילטע טעיפס-סידיס. רובא דרובא פארקויפן נישט מער ווי 2-4000. 5000 איז שוין שיין. ווידער ביי די אנדערע קען מען רעכענען פון 7000 און ארויף ביז 10-12- און אפילו 15-20,000. און טאקע דער זינגער וואס איר דערמאנט האט פארקויפט פון דעם איצטיגן כמעט דאפעלט (!) פון סיי וואספארא סידי ער האט ארויסגעגעבן בעפאר, און מיט דעם וואס היינט מאכט מען מער קאפיעס.

אויך האט מציאות באוויזן אז איין-צוויי טרעקס פארקויפט זיך נישט. אפילו פאר 99 סענט. לכאורה ווייל מענטשן קוקן עס אן ווי עפעס וואס האט נישט א ממשות, און וועלן עס ענדערשער קאפיען

February 1, 2011 at 11:43 AM#13
מוזיק אלבומ’ס

לכ’ ר’ נפתלי
בקידה חמש מאות בין איך מחולק מיט אייך.
איך האב אייך געברענגט אן אויספראבירטע וועג וואס עס איז די פאקט אז אזוי ארבעט די היינטיגע מוזיק אינדוסטריע, און איך שלאג אז אזוי זאל אויך ארבעטן די אידישע וועלט, במילא ווייס איך נישט פון וואספארא פאקטן איר רעדט.
אוודאי וועט איר פרעגן ווי וועט מען דאונלאודען, די תירוץ איז דארט ווי מ’פארקויפט איצט די טעיפס.
איך מיין אז עס איז זייער פארשטענדליך.

February 1, 2011 at 11:52 AM#14
מוזיק אלבומ’ס

אין די גויאישע וועלט גיבט מען נאר ארויס די סינגעלס צו מאכן גרויס דעם זינגער. 95%!! ווערט געגנב׳ט. דאס זענען ״זייערע״ סטאטיסטיקס. (איך ווייס דערפון ווייל איך בין געווען לעצטענס אינוואלווד אין א גוי׳אישן אלבום, צוליב סיבות.) נו שטעלט אייך פאר ווען ביי אונז קויפן נאר 5%..
נאר וואס דען? זיי מאכן בעיקר געלט אויף קאנצערטן, ראדיאו וכדו׳ וואס ביי אונז איז כמעט נישט דא.

בכלל איז אידישע ליין גאר גאר אנדערש ווי ביים גוי. סיי צוליב אויבנדערמאנט, ווי אויך אז ביים גוי האט יעדער קאמפיוטערס.

February 1, 2011 at 3:39 PM#15
מוזיק אלבומ’ס

באמת איז די גאנצע מוזיק און זינגעריי נישט מיין פעלד, אבער פארט פטור בלא כלום אי אפשר, עס איז קלאר ווי דער טאג אז די עצה איז נישט צו פארקויפן א טעיפ מיט א סי.די., די טעיפ’ס וואס זענען געמאכט פאר קינדער פארקויפן זיך נאך געהעריג, און דאכט זיך אז מען קאפי’ט עס אויף גאר א קליינעם פראצענט, איינמאל עס איז שוין געמאכט פאר ערוואקסענע דאן ווערט דאס גע’קאפי’ט אן קיין גרעניצן, און גארנישט וועט נישט העלפן פאר דעם מכת מדינה, אזוי ווי אנדערע האבן שוין קלאר געשטעלט.

אזויפיל קען איך זאגן, אז עס דארף זיין א וועג וויאזוי צו פראטעקטן ניגונים פון קאפיען, איך ווייס ביי מיר את חטאי אני מזכיר, איך האב געהאט אינדערהיים א סי.די. פון ר’ יונתן שווארץ (א כשר’ע), איך האב זיך מתיר געווען עס ארויפצוקאפיען אויף מיין קאמפיוטער (כאטשיג איך מיין אז ער שרייבט אויפן סי.די. האלטער אז ער לאזט נישט), אבער ווען איך האב געקויפט א נייע קאמפיוטער און איך האב עס געקאפיט פון די אלטע צו די נייע, האט עס מער נישט געארבעט, ביז איך האב געמאכט קאנעקשאן אנליין, און איך ווייס נישט פונקטליך אבער בערך האט עס געארבעט אז ווען איך האב עס פרובירט אנצוצינדן האט זיך געעפענט דער בראוזער צו מייקראסאפט, און זיי האבן מיר געמאלדן אז דער פייל האט א לייסענס צו ווערן געקאפיעט נאר איינמאל און אזוי ווי דאס איז שוין דער צווייטער קאפי, קען עס נישט ארבעטן ביז איך באקום נישט קיין לייסענס, זיי האבן מיר געגעבן א מעגליכקייט אפצולאדענען א לייסענס אומזיסט, מיט א מעסעדזש אז זיי קאלעקטאן די פונקטליכע נומער פון וויפיל לייסענסעס עס ווערט גענומען אויף די פיילס. זעט אויס אז עפעס א וועג איז דא א מעגליכקייט פון פראטעקטן, קען זיין אז מען קען דאס אויפברעכן איך ווייס נישט..

בכל אופן מיין איך אז קיין עצה אויף די גניבות איז נישטא, און די זינגער און שפילער דארפן אנהייבן צו לעבן מיטן מצב, אז א טעיפ אדער סי.די. איז נישט קיין הכנסה, און מען גיט עס נאר ארויס אדער לשם מצוה (פארשטייט זיך נאר ווען עס איז ראוי אריינצוגיין אין די קאטעגאריע פון מצוה)…., אדער פאר אדווערטייזמענט (פאר עטליכע יאר צוריק האב איך באקומען א הערליכע סי.די. פון שטריימעל סענטער אויף די פאסט מיט פורים ניגונים, פשוט אדווערטייזמענס, היינט פארקויפט מען דעם סי.די. אין די געשעפטן, איך זאג נישט אז עס האט מיר געמאכט קויפן א שטריימל ביי זיי, איך ברענג עס נאר צו אלץ משל), אדער פאר כבוד…. אדער פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה, אויסער צו מאכן געלט.

February 1, 2011 at 3:48 PM#16
מוזיק אלבומ’ס

לייב
דו געסט נישט קיין עצה, האסט בלויז אויפגעגעבן אויפן מצב. נו אוודאי, ביזט דאך מודה אז דו ביזט נישט אין די ליין, אבער דו וואס זענען יא אין די ליין, זוכן יא עצות… און מיט רעכט…
פראטעקשאן זעט אויס ברעכט מען אויף, אבער איך שטעל מיר פאר אז עס קען רעדוצירן די זאך אביסל, ווייל נישט יעדער ווייסט אדער קען עס טון.
אדרבא זאל נפתלי זאגן צו מען האט שוין פרובירט, און ווי אזוי עס ארבער די פראטעקשאן זאך. און פארוואס ס’איז נישט קיין עצה.

February 1, 2011 at 4:00 PM#17
מוזיק אלבומ’ס

איך בין אויך אין די ליין, און אזויווי מען האט שוין דא ארויסגעברענגט עס איז בכלל נישט אזוי פשוט אויפצוקומען מיט א איידיע, אז עס וועט זיין א טעכניקעל סעלושען אין די גוישע וועלט פאר דעם (ווי למשל אז עס זאל זיין אריינגעבויט אין די פייל אז מען זאל עס נישט קענען אראפנעמען פון די סידי א.א.וו.), וועט עס זיין אין די אידישע וועלט אויך. יעצט מוטשעט זיך די גוישע וועלט אויך, אבער פארשטייט זיך אז דארט איז די מארקעט פיל גרעסער, ממילא דערלייגט מען נישט אזוי סאך.

איך האב א שטיק צייט אנגעהויבן צו טון אז מען זאל טיילן בחינם א סידי יעדע שטיק צייט פון די שענסטע בעלי מנגנים אויף די היימישע מארקעט, מיט פרישע ניגונים, פרישע ארעידזשמענטס, אלעס פריש ארויס פון אויוון, מען זאל עס טיילן אין די צענדליגער טויזנטער, גענצליך בחינם! איי וויאזוי מאכט מען געלט?

איר האט צוגעטראפן: פון אדווערטייזמענטס.

האלט איר נישט אז דאס קען זיך אויסארבעטן?

דער אמת איז די זינגערס אליינס קענען עס אויך טון, מען דארף נישט צוקומען צו מיר. אבער אזוי אז עס איז דא איין צענטראלע פלאץ פאר אסאך זינגער, און די סידי קומען מיט א געמיש פון אלע ערליי בעלי מנגנים און ניגונים, קען זיך עס אסאך בעסער אויסארבעטן.

February 2, 2011 at 12:59 AM#18
מוזיק אלבומ’ס

שוין ווייטער אדווערטייזמענט?
גראדע מיכאל שניצלער נעמט אלץ צוזאם אדווערטייזמענטס חוץ די 15 דאלער וואס עס קאסט.

February 4, 2011 at 9:13 AM#19
מוזיק אלבומ’ס

טיילן אומזיסט איז נישט גוט ווייל ס’מאכט ביליג די זאך

מ’קען בעטן אביסל ביליגער לכבוד די רעקלאמעס