צי ווייסט איר וויפיל פונקציעס איר קענט טון בלויז מיטן דרוקן קנעפלעך אויף אייער קיבאורד?
ווען איר ניצט אייער קיבארד אנשטאט די מייזעל, וועט איר ארבעטן שנעלער און גרינגער, עס איז טאקע אביסל שווער זיך איינצוחזר’ן, אבער עס צאלט זיך אויס כפל כפלים.
זייער אסאך פון די שארטקאטס זענען יוניווערסאל, דאס הייסט עס איז אנגענומען ביי רוב פראגרעמס און אפערעטינג סיסטעמס, און איימאל איר קענט עס, וועט איר עס קענען ניצן סיי ווי.
וויכטיג: רוב שארטקאטס ארבעטן ביי א מעק אויך, נאר אנשטאט CTRL דריקט מען Cmd און אנשטאט Alt ניצט מען Opt.
לאמיר נעמען דעם “קאנטראל” קנעפל אויפן קיבארד. אחוץ די געווענליכע קאמבינאציעס פון
CTRL+X פאר קאט (שניידן)
CTRL+C פאר קאפיען,
CTRL+V צו פעיסטן,
אויף וואס נאך נוצט איר עס? עס קען זיין א געוואלדיגע הילף אויף מערערע פלעצער. רוב זענען נישט באוואוסט.
CTRL+Z איז “אנדו”, דהיינו “נישט טון”. חרטה האבן אויף וואס מען האט געטון. אויב האט איר “חרטה” אויף אייער חרטה, דהיינו איר האט צב”ש אויסגעמעקט מיטן “אנדו” עפעס וואס איר ווילט האבן צוריק, דרוקט מען
CTRL+Y,
דאס ברענגט צוריק וואס “אנדו” האט אויסגעמעקט עס ווערט אנגערופען “רידו” (דאס קען מען טון מערערע מאל, דהיינו איך האב חרטה אויף די לעצטע 10 זאכן וואס איך האב געמאכט).
וויכטיג צו באמערקן: בעיקר מייקראסאפט ניצט CTRL+Y. רוב אנדערע פראגרעמס צב”ש אלע אדאבי פראגרעמס, ניצן
CTRL+SHIFT+Z אנשטאט CTRL + Y. און אזוי אויך די מעק ניצט Cmd+Shift+Z.
CTRL+A טוט סעלעקטן אלעס, אין א דאקומענט איז עס ווערטער, אדער קען עס זיין פיילס אין עקספלארער וכדומה.
CTRL+S סעיווט א אפענע פייל.
CTRL+P טוט פרינטן.
CTRL+B איז “באָלד” (דיקערע אותיות),
CTRL+U איז “אנדערליין”,
CTRL+I איז איטאליק.
CTRL+F וועט אויפברענגען “פיינד”, ד.ה. זוך א ווארט וכדו’.
צו זען הילף דריקט די F1 קנעפל.
די אלע פונקציעס ארבעטן כמעט איבעראל’, וואו ס’איז שייך. (ד.ה. פארשטייסט אליין אז ווען דו ביסט אין פראגראם פון בילדער, קענסטו נישט דרוקן קאנטראל+I צו מאכן דעם בילד איטאליק, דאס איז בלויז ביי אותיות).
המשך יבא אי”ה.
אנדערע חלקים פון די ארטיקל
- קיבאורד שארטקאטס - א (This post)