עצה טובה: אויסמעקן א פייל אינגאנצן

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טיפס · דורך: יוחנן שיף · וואך: תרומה , תשע"א · בעל-בית נומער: 35 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/עצה-טובה-אויסמעקן-א-פייל-אינגאנצן/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
עצה טובה: אויסמעקן א פייל אינגאנצן

ווען איר מעקט עפעס אויס אויפן קאמפיוטער וועט עס נישט ווערן אויסגעמעקט אינגאנצן, נאר אריינגיין אין די “ריסייקל בין” דאס הייסט, עס ווערט נישט עכט אויסגעמעקט, נאר בלייבט אויפן הארד דרייוו און פארנעמט ווייטער פלאץ ביז מען מעקט עס נישט אויס פון דארט.
אויב ווילט איר תיכף אויסמעקן אינגאןצן, דריקט די  Shift קנעפל בשעת איר דריקט  Delete.

January 31, 2011 at 6:45 AM#2
עצה טובה: אויסמעקן א פייל אינגאנצן

די זעלבע אויב איר ניצט outlook פאר אימעיל.
Delete וועט גיין אין די דיליעט פאולדער. Shift+delete וועט עס אינגאנצן אויסמעקן.

January 31, 2011 at 1:20 PM#3
עצה טובה: אויסמעקן א פייל אינגאנצן

אדער שטעלט מען אן ביי די סעטינגס, אז ס’זאל זיך אלץ אויסמעקן אין נישט אריינגיין אין ריסייקעל בין,
פאר די וואס פארלאזן זיך אז ס’גייט אריין אין ריסייקעל בין זאלן וויסן, אז ביי א פלעש דרייוו אדער א SD קארד ווערט עס אינגאצן פארמעקט, ס’נישט דא דארט א ריסייקעל בין,
משא”כ א הארדרייוו, גייט עס אין ריסייקעל בין, אין איר וועט עס טרעפן סיי ווי די הארדרייוו איז איינגעפלאגט, אין פארשטייצעך ווען מ’פלאגט עס אויס זעהט מען עס מער נישט.

January 31, 2011 at 1:26 PM#4
עצה טובה: אויסמעקן א פייל אינגאנצן

פארגעסו צו שרייבן,
די סעטינגס צו ריסייקעל בין קען מען טרעפן דורך רייט קליק אויף די ריסייקעל בין אין גיי צו פראפערטיס.

January 31, 2011 at 1:51 PM#5
עצה טובה: אויסמעקן א פייל אינגאנצן

when they give the option to configure each drive independently, what happens if the usb drive is unnamed? for instance it’s G today but the same drive can be F tomorrow. do I have to name the drive first?
If yes, can you give us a lesson how to name a drive?

(sorry r’ aaron yosel for writing in english this time, besides of my convinience this time, i want to check if you and LEIB are still here)

January 31, 2011 at 2:00 PM#6
עצה טובה: אויסמעקן א פייל אינגאנצן

מנחם, דו האסט מזל.

ווען כ’האב אויף דער זייט געזען ביי די לעצטערע קאמענטארן, אז איינער האט זיך שוין ווידעראמאל דערוואויגן צו נוצן דעם לשון עם זר, אקעגן די שטאטוטן פון די קהלה, איז מיר די בייזע בלוט ארויפגעקומען אין מח, און ספעציעל ווען כ’האב געזען אז דאס איז אונזער אלטער ידיד מנחם, וואס האט זיך שוין ווידעראמאל צופיל דערלויבט….און אויף די פינגער איז מיר שוין געלעגן אזא מין סילוק, וואס וואלט ווען אינוואדירט אייערע קאמפיוטערס, און אויסגעמעקט אלע פיילס אויף אייביג…

אבער מיט דיינע לעצטע שורות האסטו מיר אביסל בארואיגט – ס’טייטש האסט נאר געוואלט אויסגעפינען צי איך בין נאך ביים לעבן. – קום איך אלזא דיר איינמעלדן אז, יא! ברוך ה’ עוד אהרן יוסף חי, ווי אר העיר טו סטעי בעזרת ה’.

מנחם משיב נפשי.

January 31, 2011 at 2:10 PM#7
עצה טובה: אויסמעקן א פייל אינגאנצן

לכ’ הרב טעקנישאן, איך האב פארגעסן צו שרייבן. מיין שאלה איז געוואנדן צו אייך

January 31, 2011 at 3:59 PM#8
עצה טובה: אויסמעקן א פייל אינגאנצן

איך האב קודם כל געוואלט זאגן פאר מנחם אז איך בין זיך נישט נוהג אזוי ווי ר’ אהרן יאסל אויסצומעקן יענעמ’ס אלע פיילס (אגב, איך האב געזען אין דעם היינטיגן בעל הבית, אז אויב טוט מען זאכן אויף די אינטערנעט איז עס נישט אנאנים, און איך וואלט געראטן ר’ אהרן יאסל צו טראכטן צוויי מאל פארן טון אזא זאך…) איך בין אויך נישט אויפגעשטאנען אין אזא גוטע גיסטע צו שרייבן אזא סילוק ווי ער וואלט ווען געוואלט שרייבן (וואס דו האסט זיך כשר פארדינט, נישט פארן שרייבן ענגליש, דאס האט מען דאך שוין דיסקוסירט איינמאל, נאר פארן וועלן זען אויב מיר עקזיסטירן נאך…), אבער איך מוז זיך מעלדן אז “יא, איך בין נאך ב”ה דא”, און איך ווארט נאך צו הערן וואס דו ליינער’ס וועלן פסק’נען איבער דעם ויכוח וועגן נוצן די גוי’אישע שפראך (געדענקסט נאך?).

אצינד וועגן ריסייקל בין אויף הארד דרייוו’ס וועל איך שרייבן אביסל בניחותא און אביסל בתמיה, ווייל איך בין נאך נישט אינגאנצן קלאר, איז אזוי: אויף רוב USB פלעש דרייוו’ס (מעמארי קארד’ס אדער וועלכע נאמען עס זאל נאר האבן) איז נישטא קיין ריסייקל בין, און געווענליך ווען איך זעה א ריסייקל בין אויף אזא USB פארט, ווייס איך אז עס איז אינפעקטעד (אדער איז עס געווען אינפעקטעד) מיט א וויירוס, ווייל רוב וויירוסעס באשאפן ריסייקל בין’ס אויף דעם USB פארט.
וואס איך וויל דא איז צוויי זאכן, איינס אז דער טעקנישאן זאל אונז אויסזאגן ווען איז דא א ריסייקל בין אין א עקסטערנל דרייוו און ווען איז נישט דא, און די צווייטע זאך האב איך געוואלט פארציילן פארן עולם, אז אויב זעט מען א ריסייקל בין אויף א פלאץ וואו ער דארף נישט זיין איז דאס נישט קיין גוטע סימן.

January 31, 2011 at 4:31 PM#9
עצה טובה: אויסמעקן א פייל אינגאנצן

הרב טעקנישאן, ווי אהין זענט איר פארשווינדן, מיר ווארטן זייער אויף אייער ענטפער, געדענקט די גמרא, קצין תהיה לנו, איר מוזט דאס געבן פאר אינז.