פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

40 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

דורך: admin · וואך: תרומה , תשע"א · בעל-בית נומער: 35 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/פרייליכע-מעלדונג-בעל-בית-צום-קומענדיג/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

עס ווערט אצינד א יאר זינט דער בעל בית האט אנגעהויבן צו ערשיינען, און אויסגעשטיגן אלץ רעספעקטפולע, אינפארמאטיווע און אויסגעהאלטענע אויסגאבע פאר ביזנעסלייט.
עס קומען צו אונז אן בקשות וועכנטליך, און מיר וועלן נישט מגזם זיין ווען מיר וועלן שרייבן “טעגליך”, פון מענטשן וועלכע זענען נישט באקוועם צו ליינען דעם בעל בית אויף א אימעיל פארמאט צוליב פארשידענארטיגע סיבות, צו צוליב זייערע אינטערנעט פילטערס, אדער צוליב דעם וואס זיי ליינען זייערע אימעיל אויף טעלעפאנען, און נאך פילע סיבות וואס מען האט אונז אריינגעשיקט, און זיי ווילן דאס ליבערשט ליינען אויף פאפיר.
טוען מיר אצינד מעלדן אז די בעל בית האלט ביי די לעצטע פאזעס פון באשליסן ארויסצוקומען “אויך” אלץ געהעריגע פאפירענע אויסגאבע וואס וועט אנטהאלטן די אינהאלט פון די אימעיל ווערסיע פון אפאר וואכן אויפאמאל, הערליך גראפירט, אין צוגאב צו נאך פרישע גאר אינפארמאטיווע ארטיקלעך אויפן בעל בית סטיל. פאר א מינימאלע פרייז.
פארט זענען מיר נאכנישט ענדגילטיג מיט אונזער החלטה פון ארויסקומען אויך אויף פאפיר, מיר וועלן דאס אויספרובירן, און אונזער ווייטערטיגע באשלוסן וועלן זיין געוואנדן אין די רעזולטאטן פון די ערשטע אויסגאבע. דער בעל בית אימעיל וועט אי”ה גארנישט אפעקטירט ווערן דערפון, און וועט ווייטער ערשיינען יעדע מאנטאג בחינם אויף אימעיל פארמאט.
מיר האפן אז איר וועט עס זען אויף אייער גראסערי פאליציעס גאר בקרוב.
צו אדווערטייזן אין א אויסגאבע וואס ווערט געליינט דורך טויזנטער ביזנעסלייט, אימעילט צו mail@balboos.com אדער רופט אריין אין אפיס
347-469-1885

January 31, 2011 at 9:15 AM#2
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

לפע”ד איז צוריקגיין צו פעיפער א דרגא אראפנישט ארויף.
אויב גייט איר מיט פעיפער איז אדער וועט דיעדס קאסטן מער, אדער וועט איר טשארדזשן דע לייענער מער, טא וואס האט מען אויפגעטועןעם?
אזוי אויך, אלע ניוס פעיפערס זוכן היינט וויאזוי צו מאכן געלט פון דידזשיטל מידיע, ווייל דאס ליינט דער עולם, רוב מאל איז די פעיפער נעכטיגע נייעס ווייל מ’האט שוין אלעס געזעהן נעכטן.
איך וואלט געראטן איר זאלט ענדערשט זיך אריינלייגן צו מאכן אן אפדעיט איינס צוויי מאל א וואך, דאס וועט צוגעבן אסאך וועליו צו אייער אויסגאבע.
אבער נאכאמאל, דאס איז נאר לענ”ד, דער עולם ווערט געבעטן צו לאזן הערן זייער מיינונג.

January 31, 2011 at 11:03 AM#3
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

ענדליך! איך וואלט געצאלט דערפאר געלט, אפילו אויב עס וואלט געהאט “נאר” די ארטיקלעך פון די אימעיל!, און אדרבה, מנחם די ניו יארק טיימס און אנדערע וועלכע קומען ארויס אונליין, וויאזוי מאכן זיי טאקע געלט פון זייערע געפרינטע ווערסיע? ווייל מענטשן זענען גרייט צו צאלן דערפאר, גארנישט קומט נישט צו צו קענען געהעריג זיצן אויפן ריקליינער און ליינען א אויסגאבע. א קאמפיוטער נוצט מען ווען מען איז ביזי, און מען ליינט שנעל.

אויב איז עס אזוי אין די גוישע גאס, איז זיכער אין די אידישע ווי קאמפיוטער פארנעמט נישט קיין גרויס ארט אין היימישע הייזער ביי רוב ציבור. איי פארוואס גייט נישט קיין אויסגאבעס אזוי גוט? פשוט ווייל מען שטעלט נישט צו קיין זאכליכע חומר. נאר מלא הבלים וואס לערנט ניטאמאל אויס קיין אינטעליגענטיטעט.

לפענ”ד וועט די בעל בית זיין א גוט גייענדיגע אויסגאבע, די חומר וואס זיי שטעלן צו עקזיסטירט “נאכנישט” אין די היימישע גאס!

January 31, 2011 at 11:10 AM#4
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

WOW, u can count on me!

January 31, 2011 at 11:23 AM#5
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

לכבוד ר’ אנאמניסט
איך אדמייר דיין אפיניאן.
האועווער די האסט געמענשאנט די ניו יארק טיימס, ווי עס זעהט אויס האלטסטו נישט אזוי מיט אז פאראיאר האט זיך געטוען וועגן זיי ווי לאנג זיי וועלן נאך קענען אנציען. עס איז געווען ערענסטע רעדעס אז זיי וועלן מוזן אנהייבן צו טשארזדשן פאר אנליין ארטיקלס אזוי ווי די וואל סטריט זדשורנאל.

January 31, 2011 at 11:31 AM#6
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

דו שטעלסט אבער צוזאם די היימישע מארקעט מיט די גוישע גאס. עפטער אלל, האלטסטו אז א “גוטע אויסגאבע” (לאמיר נישט רעדן פון די בעל בית יעצט), וואלט ענדערש געמאכט געלט ביים היימישן עולם אונליין, אדער אויף פאפיר?

און אז דו רעדסט פון וואל סטריט זשורנאל, איז דא א סיבה פארוואס זיי זענען די איינציגסטע צייטונג וואס האט גארנישט געשפירט פון די שלעכטע עקאנאמיע, און וועגן די זעלבע סיבה האלט אז דער בעל בית קען שטארק מצליח זיין!

די סיבה איז אז מענטשן זענען נישט גרייט זיך צופיל אנצושטרענגען מיט געלט ווען עס קומט צו אקטועלע נייעס און אנאליזן וואס זיי קענען נישט נוצן אויף למעשה. די וואלט סטריט זשורנאל פארקויפט פיל מער ווי דאס. און אויף פיל קלענערע מדריגות איז דער בעל בית עפעס אזא סארט. (איך גלייך עס בכלל נישט צו, איך זאג נאר לשבר את האוזן די חילוק צווישן א נארמאלע אויסגאבע און “דמיונות און חלומות” אויסגאבעס).

January 31, 2011 at 12:15 PM#7
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

איך האב נישט קיין מיינונג צו עס גייט מצליח זיין, דאס דארפט איר אייך מאכן די אייגענע חשבונות. איך האב אבער הנאה פון די רואיגע מהלך וואס איר נעמט, פון מודיע זיין פון פאראויס, און פרעגן אנדערע, און שרייבן אז עס איז נאר אויף פראבע.

די סיבה פארוואס אסאך האבן נישט מצליח געווען איז געווען צוליב ווילדע און שנעלע שריט. דערווייל קוקט אויס ווי איר ווייסט וויאזוי צו גיין מחיל אל חיל אויף א רואיגע פארנעם, נישט כאפן הייסע לאקשן.

לאמיר האפן אז איר זאלט טון דאס ריכטיגע שריט.

January 31, 2011 at 12:28 PM#8
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

א אם. איך בין קוים אריינגעקומען אין אפיס, און פשיהא אזא איבערראשונג. בעל הבית נעמט שוין די נעקסטע שטאפלען, נאך א פיצקעלע און מ’גייט שוין קענען זען בעל הבית אויף די פאליצעס,,, ס’ארא נייעס איז דאס.

און וואס – למשל – וועט זיין מיט אונז, די קאמענטירער? וועלן מיר מוזן זיך צונויפקומען אין א לאקאלן בית המדרש אדער רעסטוראנט דארט צו דיסוקטירן און דעבאטירן די ארטיקלען און מיינונגען פון די שרייבער?

צי וועל איך אהרן יאסל מיט מנחם מיט לייב מיט כל האקאהעל האקוידעש זיך ברויכן צונויפזעצן איבער בייגל און קאפע דעבאטירן צי מ’ברויך קויפן ביי אידישע געשעפטן, און צי מ’ברויך צולאזן ווען מאנכע פירקלען אן מיט דער ענגלישער שפראך.

עניוועיס, בעל הבית בעלי בתים, איי טראסט יא, איר האט ברוך ה’ געזונטע קעפ, מיט רעוועלוציענערישע אויפטרעפן וואך-וועכנטליך, וועט איר פילייכט דא אויך סוקסעסירן.

ווינטשן מיר אייך אלע גרויס ערפאלג, עלו והצליחו!

אבער איין זאך יא, בעט איך אייך, אז איר זאלט צוריקקומען דא מיטטיילן מיט’ן עולם צי ס’איז מצליח צי נישט, און אנפרעגן ביי אונזערע פראפסיאנאלן וואס איר זאלט טון ווייטער.

א באנטש הצלחה.

מנאי, אהרן יאסל

January 31, 2011 at 12:36 PM#9
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

איז דאס נארמאל? איך באקום יעדע וואך די בעל בית בחינם, און א געהעריגע יישר כח האב איך נאך קיינמאל נישט געזאגט?

אז מען רעדט שוין דא פון בעל בית לאמיך הויעך ארויסשרייען: יישר כח!!!!! עס קומט אן יעדע וואך אין די ריכטיגע צייט, מאנטאג ווען איך קום אן צום ארבעט, מיטן קאווע אין די הענט… האאאאאאאא…. א זופ אריין, און מען ליינט די בעל הבית… איך בין ממש עדיקטעד דערצו. יענע וואך וואס עטץ זענטס נישט ארויסגעקומען ביי די שניי האב איך ממש געוואלט אנרופן מיט קולי קולות, ביז איך האב געכאפט אז איך באקום דאס בחינם. עס איז די העכסטע לעוועל ליין מאטריאל אויפן היימישן מארקעט! יישר כח!

January 31, 2011 at 12:41 PM#10
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

העי געציל, קודם וועלקאם טו די קלאב, און נאכדעם אויב ביזטו יא אזא פייערדיגע אנהענגער און אייפערדיגער פען פון בעל הבית וואס איז אזש דערצו עדיקטעט, פארוואס’זשע הערן מיר – די בני הבית – נישט פון דיר קיינמאל?

אפשר זופסטו צו שנעל פון די קאפע און דו האסט שוין נישט קיין צייט צי קאמענטירן? מעגליך וואלט קויפן א גרעסערע סייז קאווע געווען בייהילפיג אין אזא פאל… זשאסט קידינג… אבער פון דיין שרייבן קוקט אויס אז דו האסט אידישע אותיות ארויפגעקלעבט אויף דיין קיבארד, און דו ברויכסט דיר נישט האקן די ציין ביים אויסטייפן עטליכע זאצן, טא, קאם אן, לאמיר הערן פון דיר עפטער…

January 31, 2011 at 12:49 PM#11
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

כאכא, אהרן יאסל איך האב געמיינט אז נאר איך בין אין די כלים היינט. גראדע האב איך שוין דאכט זיך היפש קאמענטירט דא, אבער דיין ברוכים הבאים מיט די זאפטיגקייט האט מיר סייווי געמאכט מיין טאג. יישר כח

January 31, 2011 at 1:55 PM#12
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

ניין, זיי וויסן געציל זיסער, אז ווען איין איד שטייט אויף אין די כלים און גייט דערנאך אין בית המדרש/מקוה אריין, און ס’גיסט זיך פון אים גוטע ווערטער, ווערן אלע ארומיגע אין א גוטע גיסטע, און ס’זעלבע ווען די מתפללים גייען ארויס, ווערן אלע זייערע ארומיגע גוט געלוינט, און אזוי ווייטער און ווייטער, און ס’האט א מעכטיגן אויסווירקינוג אויף טויזנטער אידן.

סאו, דיין אין-די-כלים’דיגע גוסטע, האט מיר אויך אפעקטירט, דירעקט צי אומדירעקט, און אזוי זענען מיר אלע ב”ה פריש און מונטער.

זיי געזונד.

January 31, 2011 at 3:49 PM#13
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

יא, פריש און מונטער! אפי’ נאר צו זען מענטשן רעדן דערוועגן איז שוין געשמאק.

און מנחם (מן הסתם באקומט ער דעם בעל הבית אויפן טעלעפאן, אויף זיין אנדרויעד צו ווייס איך וועלכע פון די שמות הנרדפים, ממילא ווען מיר האלטן נאך אינמיטן דעם יום תהלים נאך שחרית, קאמענט ער שוין אויפן וועג צו די ארבעט, אדער נאך די מקוה, אדער סיי פון וואו אימער, ווייל ווי פרי איך מיין אז איך קום אן צום בעל הבית, האט ער אלץ שוין עפעס געקאמענט), האב איך געוואלט פרעגן, וואס באדערט דיר אייגנטליך אז מען גייט א דרגה אראפ, מען נעמט דאך גארנישט צו פון דיר, און אויב מען וועט בעטן מער געלט פאר אדווערטייזינג, דאן איז דאך פשוט אז אזעלכע חכמים ווי דער “בעל הבית” אליינס וועט פארשטיין אז מען בעט אן אנדערע פרייז פאר אנליין עדס, ווי פאר געדרוקטע עדס, און אויב האט אהרן יאסל מורא אז מען וועט זיך דארפן צוזאמזעצן איבער א קאווע, האב איך אים געוואלט בארואיגן אז לויט ווי איך האב פארשטאנען, וועט דער אנליין גארנישט בארירט ווערן, און איך קלער אז אדרבא, נאך פילע קלוגע אידן וואס האבן נאך ביז היינט נישט געוואוסט פון דעם גאנצן געשעפט צו זאגן, וועלן זיך צוכאפן צו אונזער קאווע שטיבל דא, און זיך אויך לאזן הערן, פארשטייט זיך נאר אויב די “בעל הבית”ם וועלן האבן שכל צו שרייבן אין דעם געדרוקטע ווערסיע אז מען קען עס באקומען אנליין אומזיסט, און אודאי וועלן זיי דארפן שרייבן אז די אלע ארטיקלען ווערן דיסקוסירט אנליין, דורך גאר גרויסע חכמים (הודאת בעל דין כמאה עדים, און איך האב שוין עטליכע מאל געהאט די זכי’ צו זען אז די בעלי דין דא זענען זיך מודה אז זיי זענען גרויסע חכמים), און זעלבסטפארשטענדליך אז דער בעל בית וועט אין די געדרוקטע אויסגאבע אריינדרוקן יעדן חודש אויך א חלק פון די רעאקציעס פון אונז – די בני בית, שטעל זיך פאר אז דו ביסט א שרייבער אין אזא רעספעקטפולע, הויכבאשפריצטע ביזנעס אויסגאבע ווי דער בעל הבית (וואס איז “כמעט” אזוי ווי דער וואל סטריט דזשורנאל) וואלסט אמאל אין דיין לעבן גע’חלום’ט פון אזא גליק?!…

אנטשולדיגט אבער איך האב זיך אביסל צולאזט פון דעם “פריש און מונטער”ע גייסט וואס האט דא באהערשט די ליינער – קאמענטער, אפשר האט דאס אויך צוטון ווייל מען האט שוין געבענטשט ר”ח אדר.

אלנפאלס איך האב אריינגעשיקט אן אי-מעיל צום “בעל הבית” אז זיי זאלן ח”ו נישט דיסקרימינירן אונז די “בני בית” פון די “נאך פרישע גאר אינפארמאטיווע ארטיקלעך אויפן בעל בית סטיל” וואס זיי זאגן צו צוצולייגן צום געדרוקטן “בעל הבית”, דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיין בקשה זאל פאלן אויף געהארכזאמע אויערן.

און אודאי בין איך מסכים מיט געצל, און איך רוף אויך אויס “א גרויסן יישר כח” פאר דעם “בעל הבית” פאר זייער הערליכע ארבעט, און איך האב שוין טאקע לאנג געוואלט מעורר זיין אלע קאמפלעינער’ס דא, וואס האבן טענות אז מען וואלט געדארפט מאכן אזא פארום מיט אזא פארום, אז מען זאל קענען קאמענטן מיט ריטש טעקסט פארמעט, און מען זאל האבן ווייס איך וואס באקסעס מיט פארום’ס אז מען זאל זיך קענען טענה’ן על לא דבר פרעזענליך איינער מיטן צווייטן אן דארפן אריינמישן דעם גאנצן ציבור אין פריוואטע געפעכטן צו מען איז יא פריש און מונטער אדער נישט וכדו’, און אזוי אויך אלע אנדערע קאמפלעינ’ס האב איך זיי אלע געוואלט דערמאנען אז מיר ליינען אין א בחנם’דיגע אויסגאבע…. (אגב איך האב אריינגעשיקט א געדאנק פאר דעם “בעל הבית” אז מען זאל קענען קאנטאקטן איינער דעם צווייטן פרעזענליך היטנדיג אויף יעדעמ’ס פריוואטקייט, אויב דער בעל הבית נעמט אן מיין געדאנק, דאן וועלן מיר בקרוב מער נישט מוזן אריינמישן דעם ציבור אויב וויל איינער פרעגן דעם צווייטן א פרעזענליכע שאלה, וו.צ.ב. אין וועלכע ביהמ”ד ער דאוונט וכדו’….)

January 31, 2011 at 4:29 PM#14
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

ר’ לייב דו האסט זייער גוט ארויסגעברעגט, עס וועט אייך זיין אביסעלע שווער צו ביעטען מנחם מיט די צייטן.
מנחן ב”ה שטייט אויף טעגליך פיר דרייסיג און נאכען גיין אין מקוה האט ער א שיעור פאר בערך 2 שעה, דערנאך קומט א דאווענען ןואס דער בוכ”ע האט זיכער הנאה, דערנאך גייט מען ארויס אויף עבודת השם ”ברציפות” פאר 8 און א האלב שעה. סא עס וועט אייך זיין אביסעלע אנגעשרענג דאס צו ביעטען. שטרענגט אייך נישט איבער ביטע.

January 31, 2011 at 5:41 PM#15
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

און מנחם, איך האב גארנישט געוואוסט מיט וואס פאר א געהויבענער איד מיר האבן די זכי’ צו פאלעמירן ווי אונזער’ס גלייכן, כאטש צו לייב קען איך מיך אויך נישט צושטעלן, נאך וואס ער האט שוין עטליכע מאל ארויסגעוויזן זיינע אויסערגעווענליכע קענטעניסן בתורה וחסידות…

January 31, 2011 at 5:47 PM#16
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

אהרן יאסל דו מעגסט אויך ארויסווייזן “דיינע” אויסערגעווענליכע קענטעניסן בתורה וחסידות, (אזויפיל ווי איך האב ארויסגעוויזן דאכט זיך מיר קענסטו נאך אויך…), סיי וויאזוי מיין איך אז עס איז צייט אויפצוהערן גיין פרעזענליך ברבים, מען האט שוין געשמועסט אז נאך אביסל וועט מען קענען פרעזענליך פארהאנדלן אן אריינמישן דעם ציבור אין פריוואטע שמועסן… (פארשטייט זיך אז דאס איז נאר געזאגט אויב דער “בעל הבית” וועט אננעמען מיין עצה, און אויך אנערקענען אז איינער וואס ווייזט ארויס קענטעניסן בתורה ובחסידות, דארף מען זיך רעכענען מיט זיין מיינונג….)

January 31, 2011 at 5:53 PM#17
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

און איך גראדע האב פארגעשלאגן פאר’ן בעל הבית אויף אן אימעיל, צו מאכן אזא פארום סטיל פאר די היימישע אנשי שלומינו, וואו מ’זאל קענען רואיג שמועסן צווישן זיך, נישט ‘ברבים’ ווי דו רופסט דאס.

וואס האלט איר חברה?

January 31, 2011 at 5:59 PM#18
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

גראדע האב איך קיין פראבלעם מיט ‘ברבים’. איך האלט שטארק פון ותשועה ברוב יועץ. אבער אזוי ווי עס האקט איבער צווישן די וויכטיגע ענינים און עס איז פראבלעם פון מפסיק זיין בין הפרקים, וואלט איך פארגעשלאגן אז ס’זאל זיין אן עקסטערע אפטיילונג פאר ענינים שונים. אזוי אויך זאל זיין א SUBJECT ליין אזוי וועט עס זיין גרינגער צו טרעפן.

January 31, 2011 at 6:00 PM#19
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

א ווא, איך קען שוין קוים ווארטן צו קומען שבת אין בית המדרש אריין, און מיינע שולס-לייט וועלן מיר קלאפן אין דער פלייצע: אה אהרן יאסל, מיר האבן גארנישט געוואוסט וואס פאר א געניטער שרייבער דו ביזט, וואס פאר אן אויסגעשליפענע פענע דו פארמאגסט, וואס פאר א רייכן וואקאבאלור דו באזיצט, וואס פאר אן אריסטאקראטישן סטיל דו האסט, און אזוי ווייטער.

פון איין מינוט וועל איך דער ארימער אהרן יאסל, וואס האט זיך נישט דערוואויגן צו עפענען ס’מויל ביי אונז אין קלויזל, ווערן אן ארויפגקוקטער און ערעפורכטיגער פיגור, וואס אלע קארפן-קעפ וועלן שטיין געשפאנט צו הערן את מוצא פי, און מיינע אפשאצונגען אויף די געשעענישן איבער’ן אינטערנאציאנאלן ארענע.

סאו, בעל הבית, איילט אייך צו ביטע, און אוודאי נישט ארויסלאזן אהרן יאסל’ען, לייב’ן מנחם’ען וכל ניק וחניכא דאית להי ולהון, נאר פראמינענט אפדרוקן קאליר על גבי לבן אונזערע קאמענטארן.

ישר כח. קענט וועיט.

January 31, 2011 at 6:12 PM#20
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

זיי זענען נישט מחויב צו זיין קיין סטארעדזש פלאץ פאר אונזערע שטותים, און זיי זענען אויך נישט מחויב צו מאכן קיין פארום’ס פאר יעדן צודרייטן (איך מיין נישט ח”ו קיינעם) וועם עס פאלט איין א משוגעת צו דיסקוסירן מיט זיין חבר.

אז מען רעדט שוין יא וועל איך אויסזאגן וואס איך האב פארגעשלאגן, אזוי ווי דער “בעל הבית” האט דאך יעדעמ’ס אי-מעיל אדרעס, זאלן מען איינשטעלן אז אויב קליקט מען אויף דעם נאמען פון א קאמענטער זאל זיך עפענען אן אי-מעיל פארום וואו מען זאל קענען שרייבן אן אי-מעיל מעסעדזש פאר דעם יעניגן, און דער “בעל הבית” זאל עס דעליווערן גלייך צו יענעם’ס אינבאקס, אזוי דארף מען קיינעם נישט אויסזאגן קיינעמם אינפארמאציע, און דער מעסעדזש קומט אן גלייך צו יענעם וואס דארף עס זען, און יענער קען צוריקשיקן אויפן זעלבן וועג, דער “בעל הבית” קען געבן אן אפציע אויפן אי-מעיל וואס זיי שיקן צוריקצושיקן אן אי-מעיל דורך בעל הבית.

אזוי ווי עס ווערט זייער קאמפליצירט וועל איך געבן א משל: “לייב” וויל עפעס זאגן פאר “אהרן יאסל” וואס עס איז בכלל נישט וויכטיג אז כל הקהל הקדש זאל מיטהאלטן, וועט “לייב” אויפזוכן וואו “אהרן יאסל” האט געקאמענט און געבן א דרוק אויף זיין נאמען, און עס וועט זיך עפענען א פארום אין וועלכן לייב שרייבט א מעסעדזש פאר “אהרן יאסל” דאן ווען דער מעסעדזש איז פארטיג, דרוקט “לייב” סענד, און “בעל הבית” שיקט דעם מעסעדזש פאר “אהרן יאסל” אויף זיין אי-מעיל אדרעס וואו ער באקומט דעם אויסגאבע, דער “בעל הבית” שרייבט אונטער צום סוף פון דעם אי-מעיל דעם נאמען פון דעם שיקער – אין אונזער פאל “לייב”. ווען אהרן יאסל וויל צוריקשיקן א מעסעדזש, קליקט ער אויף דעם אונטערשריפט אין דעם אי-מעיל וואס ער האט באקומען און עס עפענט זיך אויף אונזער אלטער באקאנטער אי-מעיל פארום ביי “בעל הבית” מיט איין חילוק אז פריער האט “לייב” געשריבן אין דעם פארום א מעסעדזש פאר “אהרן יאסל” און יעצט איז פארקערט.
נישט נאר דאס נאר ביי יעדן קאמענט וואס קומט צו צו א פעידזש, און דער “בעל הבית” שיקט ארויס דעם קאמענט אויף אי-מעיל צו אלע וואס זענען איינגעשריבן צו באקומען די קאמענט’ס וועט אויף יעדן אי-מעיל דער נאמען פון דעם קאמענטער זיין א לינק צו דעם אנגעגעבענעם אי-מעיל פארום, און אזוי וועט מען קענען שיקן דירעקטע רעאקציעס\אנפראגעס צום שרייבער אן צומישן די אנדערע ליינער.

די איינציגסטע חסרון וואס איז דא אין דעם סיסטעם איז אז “מנחם” וועט נישט קענען מיטהאלטן דעם געשפרעך… אין אנדערע ווערטער אויב איז דא א זאך וואס דריי אדער מער מענטשן ווילן דיסקוסירן אן שטערן אנדערע וועט דאס זיי נישט העלפן, אבער איך גלייב אז מען קען טרעפן אן עצה אויף דעם אויך.

נ.ב. איך האף אז איך נוץ דעם ווארט “פארום” אויפן ריכטיגן ארט, ווייל איך ווייס נישט גענוי וואס עס מיינט, איך שטעל זיך נאר פאר… ואתכם הסליחה. איך גלייב אז מען קען סיי וויאזוי פארשטיין וואס מיין געדאנק איז.

January 31, 2011 at 6:50 PM#21
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

איך ווייס נישט פונקטליך קיין עצה, צו א פארום, צו עפעס אנדערש.

אבער דאס איז זיכער אז איך האב געוואלט קאמענטירן אויף די נושא פון די בעל בית’ס ארויסקומען אויף פאפיר, און נאכן ליינען די גענצע הין און צוריק – וואס איך האב גראדע הנאה געהאט – האב איך שוין פארגעסן וואס כאב געוואלט שרייבן…

וועל איך שרייבן וואס איז מיר איינגעפאלן בעת’ו ליינען די קאמענטארן,

לייב, דיין טערמין “בני בית” איז מיר געפאלן, אין געוויסע קרייזן געבט מען א גרינע מענטשלע פאר אזא זאך.

א פורום איז נישט קיין שלעכטע עצה, אבער טראכטס אריין, עס איז פארבינדן מיט כח און געלט, און קיין אינקאם איז עס נישט, קוקטס אן אייוועלט, זיי זענען שוין אפן יארן און לעצטענס האט זיך דער בעל בית אפגערעדט אז ער דערלייגט געלט יעדן חודש…

נאך א נקודה, ס’איז דא אסאך היימישע און סעמי היימישע פורומס שוין אויף די אינטערנעט, פארוואס זאל מען עפענען נאך איינס, הגם איך גלייך די מערסטע די אטמאספערע דא, רואיג און זאכליך, אבער עפענען און ס’זאל זיין טויט איז דאך אויך נישט אינטערעסאנט.

January 31, 2011 at 6:53 PM#22
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

העי כ”ץ, איך ווייס נישט וואס די גרינע מענטשעלע איז, אבער וואס איז זיכער איז, אז דאס קומט פאר מיר. סקראל ארויף און קוק ווער ס’האט ערפינדן דאס ווארט.

ישר כח

January 31, 2011 at 9:12 PM#23
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

א גוטן מיינע חשובע פריינט
אזוי ווי איך האב שוין גענדיגט מיינע 8 שעות רצופות פון עבודת השם אין זדשאב, און אזוי אויך געגעסן א פיינעם נאכטמאל צו דער זעט וואס די חשובע אשת חבר האט צוגעגרייט, און אזוי אויך געהאלפן לייגן די זיסע עופה’לעך שלאפן, האב איך איצטעט, פארן צוריקגיין צו מיין ביינאכט שיעור, די פאר מינוט זיך אראפצוזעצן אויפן באקוועמן פאטעל און ארויסנעמן מיין באליבטן HTC EVO 4G און אראפגעבן אביסל הרהורי לבי, אמרתי אשיחה וארוח לי.
דער בלעטל ”בעל בית” דארף אנגיין בכל כחות, איך האף אז די ארויסגעבער וועלן זיך אריינלייגן עס זאל נאר גיין מעלה מעלה.
עס זענען דא וואס מיינען אז ארויפגיין מיינט צולייגן עקספענסעס. וו.צ.ב. ארויסגעבן דעם בלעטל אויף פאפיר.
פאר דיע דארף מען אביסל צולייגן די זאך.
א יעדע אויסגאבע, אידיש צו ענגליש, דארף האבן א מקור הכנסה, די הכנסה דארף דעקן די הוצאות. וואס טוט מען אויב עס דעקט נישט, דארף מען אדער הייבן די הכנסה אדער אראפברענגען די הוצאות.
די זעלבע איז, אויב דער ארויסגעבער זוכט צו מאכן פראפיט פון די אויסגאבע דארף ער טוען די זעלבע, אדער הייבן די הכנסה אדער אראפברענגען די הוצאות.

די MAIN הכנסה איז געווענטליך אדווערטייזמענטס. פארוואס אדווערטייזן קאמפאניס אין געוויסע אויסגאבעס, ווייל זיי זענען קאנווינסט אז דער קליינטעל צו וועם ער ציעלט ליינט די דאזיגע אויסגאבע און זיי וועלן זעהן די עדס און קויפן.
”בעל בית” ווערט געליינט דורך א געוויסע שיכט וואס באשטייט לכאורה פון ארבעטס מענטשן וואס האבן עקסעס צום קאמפיוטער אין זדשאב, און האבן נוצן פון דאס ליינען ווייל עס אדרעסט זייערע אישוס וואס זיי באגעגענען טאג טעגליך, במילא זענען אדווערטייזערס עקסיידעט דא צו אדווערטייזן ווייל ער פארשטייט אז דא קען ער גרייכן א NICHE וואס ער וואלט נישט געהאט אנדעם. אזוי קען ”בעל בית” מאכן געלט און אנגיין ווייטער און ארויסקומען מיט HIGH QUALITY בלעטל פאר בחנם.
יעצט, האלט קאפ, אויב זאל די פאזל צוזאמפאלן איז מער נישטא קיין ”בעל בית”
ד.ה. אויב זאלן די הוצאות ארויפגיין וועגן דריקן אויף פאפיר, פארלירסטו פון צוויי פלעצער, הוצאות ארויף אבער הכנסות נישט. די ביסל געלט וואס מ’קען בעטן פארן געדרוקטן פאפיר דעקט קוים די פרינטן און דיסטריביוטן, עס קומט נאך צו אסאך אסאך גרעפיק עקפענסעס וואס מ’מיז צולייגן, והאחרון הכביד איז די עדס הכנסות וואס וועט נאר גיין אראפ. אמת עס וועט צוקומען אביסל, פון די וואס וועלן פיעלן אז יעצט איז שוין יא דא זייער פלאץ צו אדווערטייזן ווייל עס איז געדרוקט, אבער די וועליו וועט אראפגיין ווייל די ביסט שוין נישט עקסליוסיוו, ווייל ער קען דאך פונקט אזוי אדווערטייזן אין צענדליגע אנדערע געפרינטע בלעטער.
לפי דעם לאנגען הסבר לוינט זיך נישט BUSINESS-WISE צו דריקן דעם בלעטל.

מיין פארשלאג איז צו צולייגן אפדעיטס איינס צוויי מאל א וואך אזוי וועט די וועליו ארויפגיין, איר קענט צולייגן נאך עדס אין די אפדעיט אויסגאבע (אפשר פאר אביסל ביליגער) דער אדווערטייזער וועט האלטן אז עס לוינט זיך ווייל מ’קוקט אריין דערינען מער ווי איין מאל א וואך און איר וועט מאכן מער געלט, אזוי וועט איר צולייגן נאך תוכן, וועט די וועליו נאך מער ארויפגיין, וועט מען טשאזדשן מער פאר עדס, וחוזר חלילה, וכו’ וכו’
זייטס מיר אלע געזונט, האטס מיר א גוטע נאכט, צום ווידער זעהן מארגן, (אויסער אויב ידידיי אהרן יאסל און לייב וועלן מיך דא טשעלענזדשן, וועל איך מיך מיזן פארטיידיגן אויפן פלאץ)

January 31, 2011 at 10:58 PM#24
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

גוט געזאגט מנחם.
נעמט למשל דער ערשטער עד דא, עס איז פון איינעם וואס רופט זיך ‘אוצר סטאק’ וואס שטעלט צו פיקטשערס פאר אידישע גרעפיקערס, אזא איינער האט נישט וואס צו אדווערטייזן אין פאפיר אויסגאבעס, קומט ער דא אין פארשטייט אז דא איז זיין קלייענטעל און לכאורה צאלט ער אויך טבין וטקילין פאר דעם, אבער אלעס נאר ווייל ס’איז אנליין מיט א לינק צי זיין סייט וכו’ וכו’

February 1, 2011 at 9:24 AM#25
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

איך וועל נישט אריינגיין צו עס לוינט זיך ארויסצוגעבן, איך וואלט עס גראדע געקויפט ווייל איך גלייך עס, נאר עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי מען פארפארט פונעם נושא און מען קומט צוריק.

לייב, דיר פארשטיי איך נישט, פארוואס זאל די בעל בית נישט דיסקרימינירן קעגן אונז? פאר א גוטע סיבה מוז דאך ציען צו קויפן די “לעבעדיגע” אויסגאבע, און פארוואס דען אויב נישט ווייל דאס האט מער ארטיקלעך ווי די אימעיל אויסגאבע?

אפילו מענטשן וועלכע זעהן די נישט די אימעיל אויסגאבע, אבער אויב ווייסן זיי אז זיי קענען האבן אקוראט די זעלבע זאך בחינם, וועט זיי נישט אזוי שטארק ציען צו קויפן. אויב פארמאגט עס מער ווי דער אימעיל קענען זיי פארשטעלן עפעס א “וועליובעל” פראדוקט.

און, פאר איך פארגעס, יישר כח בעל בית! (נישט לאנג צוריק האב איך געזאגט די ווערטער פאר מיין עכטע בעל בית נאכ’ן געבן א רעיס. דעריבער דארף זיך דער בעל בית אויסגאבע באגניגן מיט די זעלבע ווערטער).

February 1, 2011 at 9:27 AM#26
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

רבונו של עולם, איך האב אפגעשריבן א גאנצע דרשה, געדרוקט post comment, און עס איז נישט ארויף, איך האב עס פארלוירן.

א גוטע לעסען צו קאפיען אייביג די טעקסט פאר מען שיקט עס. (מעגליך האט עס די בעל בית אין זייער סערווער?, איי וויל אפרישיעיט)

February 1, 2011 at 10:35 AM#27
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

מנחם, איך מוז דיר געבן א קאמפלימענט! ריזיג געזאגט. ווער האט א גרינע מענטשעלע?…

February 1, 2011 at 11:41 AM#28
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

וויאזוי ווילט איר גיין ווייטער ווען אנליין איז נאכנישט מסודר?

די וועבסייט דא דארף נאך א תיקון.. לפענ״ד. געהעריגע פארומס, מער סדר.

איך מיין מ׳זאל נישט אזוי שנעל שפרינגן.

אבער איר דארפט קוקן -באמת! – וויפיל מענטשן פארלאנגן דאס אין אי.מעיל, ווי גרויס דער פארלאנג איז. אזוי קען מען זעהן בערך צו עס לוינט 

February 1, 2011 at 11:45 AM#29
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

לאמיר נאר צולייגן א קלייניגקייט:

איך בין א מענטש וואס האט זייער ליב ביזנעס, און איך גלייך צו ליינען אידיש. אבער פון ״בעל-בית״ האב איך הערשט געהערט בערך 3-4 וואכן צוריק ווען כ׳האב עס ״בטעות״ געזעהן ביי מיין חבר אין אי.מעיל.

פאר מיר מיינט דאס אז לכאורה זענען דא פילע וואס ווייסן נאכנישט דערפון, מענטשען וואס זענען ״אנליין״. איר דארפט קודם זיכער מאכן אז איר האט דערגרייכט דאס מאקסימום דא אנליין און אין אי.מעיל, אויפן איצטיגן פארמאט, דערנאך קען מען גיין ווייטער….

February 1, 2011 at 11:50 AM#30
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

נפתלי גוטע פוינט, אבער וויאזוי טוט מען אזא זאך? וויאזוי קען מען אנקומען צו יעדן?

February 1, 2011 at 1:23 PM#31
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

מנחם, געוואלדיג ארויסגעברענגט!
ווי עס זעהט אויס פארשטייט איר גוט צו ביזנעס, אפשר קענט איר אונז מהנה זיין מיט נאך, מיט וועלן אפרישיעטן.

February 1, 2011 at 3:22 PM#32
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

איך זעה אז דער עולם האט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן אין קאמענט נומער __ (מען וואלט שוין געמעגט מאכן נומערן אויף די קאמענט’ס), לויט מיין קליינעם שכל דארף דער “בעל הבית” האלטן א באזונדערע קאסע פאר די אנליין אויסגאבע, און פאר די פאפירענע אויסגאבע, אויב וויל דער “בעל הבית” ארויסגעבן אויך אויף פאפיר ווייל זיי שפירן אדער זיי קלערן אדער זיי הערן צוריק פון מענטשן (אזוי שרייבן זיי דאך אז זיי באקומען טעגליכע ווענדונגען) אז עס איז דא א פארלאנג דערויף (אזוי ווי אסאך האבן שוין דא מעיד געווען אז זיי וואלטן עס געקויפט אויב קומט עס ארויס אויף פאפיר), דאן זענען זיי ערלויבט אזוי ווי יעדע אנדערע ביזנעס צו מאכן א ביזנעס אינוועסמענט און פרובירן עטליכע חדשים ארויסצוקומען אויף פאפיר און זען אויב דער געשעפט לוינט, דאס דארף נישט האבן “קיין שום עפעקט” אויף דעם אנליין אויסגאבע. אזוי ווי זיי שרייבן קלאר אז זיי וועלן זען לויט וויאזוי די ערשטע אויסגאבע וועט גיין, און אז עס וועט נישט האבן קיין שום עפעקט אויף די אנליין אויסגאבע (זעט אויס אז אונזערע קאמענטער’ס האבן אין לויף פון דעם היציגן ויכוח פארגעסן וואס דער “בעל הבית” האט געשריבן, ביטע גיט’ס א ליין איבער דעם ארטיקל פארן רעאגירן).

במחילת כבודם פון יעדן איינעם (איך קען שוין נישט האלטן קאפ וועם צו ענפערן אויף וואס, וועל איך אלעס אנווארפן אויף איינמאל, און יעדער זאל ארויסנעמען וואס איז אים נוגע), דער בעל הבית וויל עס נישט דרוקן אויף פאפיר ווייל זיי זוכן צו כאפן נייע וועגן צו פארדינען געלט, נאר ווייל עס איז דא א פארלאנג דערויף, ממילא איז נישט קיין סברא צו זאגן אז מיר זאלן דערלייגן די צוגאבן וואס זיי ווילן לייגן אין די געדרוקטע אויסגאבע, והא ראי’ אז עס איז דא א גרויסע פארלאנג מען זאל עס דרוקן אויף פאפיר און עס מוז דאך זיין אז די וואס פארלאנגען עס ווייסן אז עס איז דא צובאקומען אומזיסט אויף אי-מעיל, און פארט ווילן זיי עס האבן אויף פאפיר, אויך איז נישט קיין סברא אז דער בעל הבית וועט מוזן איינציען די הוצאות אדער ארויפגיין מיט די הכנסות פון די אנליין אויסגאבע ווייל ווי געשריבן דארפן זיי צו האבן א באזונדערע קאסע פאר די צוויי אויסגאבעס, און עס איז נישט קיין שום סברא אז די אנליין אויסגאבע זאל דארפן דעקן די פאפירענע אויסגאבע וואס דעקט זיך נישט אליינס, אויב קאסט די פאפירענע אויסגאבע צופיל דאן וועט דער “בעל הבית” זיין געצוואונגען צו רעכענען מער געלט פאר אן עד אין די פאפירענע אויסגאבע, און אזוי אויך רעכענען מער געלט פאר דער וואס קויפט עס, און אויב איז דער קונה נישט גרייט צו צאלן אזויפיל געלט דערפאר, און דער געשעפט לוינט נישט דאן הערט מען עס אויף צו דרוקן.

איין רגע איך לויף שנעל איבער די קאמענט’ס קוקן וואס נאך מען דארף אדרעסירן (איך האף אז אינדערצווישן וועט זיך עס נישט אפמעקן אזוי ווי ביי …. א רגע לאמיר זען… יא, ביי PC guy)…..

דאס וואס כ”ץ טענה’ט אז א פורום קאסט געלט און עס איז נישט קיין אינקאם פאר דעם “בעל הבית” האט מען שוין אפשר צען מאל דערמאנט, אבער מען קען זאגן אז אזוי ווי דער “בעל הבית” שטעלט דאס צו אלץ באקוועמליכקייט פון די ליינער’ס אז מענטשן זאלן שפירן באקוועם איבערצובליקן די קאמענט’ס אן ווערן איבערגעהאקט מיט צען אנדערע נושאים אינדערצווישן, קען זיין אז מען קען עס רעכענען אזוי ווי א ביזנעס עקספענס… אויב איינער פארשטייט נישט וועל איך אפשר מער מאריך זיין, אבער איך האף אז ב”ה כולנו חכמים און מען פארשטייט וואס איך מיין…

מנחם’ס פארשלאג פון צולייגן אפדעיט’ס איין צוויי מאל א וואך איז א געשעפט פאר זיך, און איך לאז איבער פאר דעם “בעל הבית” צו באשליסן אויב אנצונעמען זיין פארשלאג אדער נישט.

וואס נפתלי שרייבט אז מען דארף נישט שפרינגען ווילאנג דא איז נאכנישט געהעריג מסודר, איז נישט ריכטיג אזוי ווי ער שרייבט אליינס, ווייל אויב קען א געדרוקטע אויסגאבע מצליח זיין פארוואס האט דער אנליין א דין קדימה פון די געדרוקטע, מען קען דרוקן אן אויסגאבע אפי’ דער אנליין איז שטארק נישט גוט, כ”ש אין אונזער פאל, ווי לויט מיין מיינונג איז דער אנליין גאנץ גוט צוגעשטעלט (איך האב נאר איין טענה, איין וואך האב איך נאכן אויסמעקן מיין “בעל הבית” פון מיין אינבאקס, געזוכט אויף דעם וועבסייט, די אויסגאבע פון יענע וואך און איך האב עס נישט געקענט געפונען, עס איז בכלל נישט בנמצא די אויסגאבע’ס אויף דעם וועבסייט, נאר אויב איר גייט נאך דעם לינק אויף דעם אי-מעיל וואס איר באקומט, איך האב עס געמוזט אויסגראבן פון גארביטש…, דער בעל הבית וואלט געמעגט געבן די מעגליכקייט פאר באזוכער אויף זייער סייט צו זען די אלע אויסגאבעס וואס זענען שוין ארויסגעקומען, כצורתן אזוי ווי מיר באקומען עס אין אינבאקס).

און דאס וואס מען טענה’ט אז אסאך מענטשן ווייסן נאך נישט דערפון, האב איך שוין לאנג צוריק געשריבן אין קאמענט נומבער __, אז ווען דער “בעל הבית” וועט ארויסקומען וועלן צוקומען נאך אסאך אידן צו אונזער קאווע שטיבל וכו’ כנ”ל, עיי”ש. און אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן, דאס אז נאך אסאך מענטשן וועלן זיך סובסקרייבן אנליין, וועט גארנישט צונעמען פון די געדרוקטע אויסגאבע והא ראי’ אז די אלע וואס פארלאנגען עס יעצט צו זען געדרוקט ווייסן אויך פון דעם אנליין, און פארט איז דא אזא גרויסע פארלאנג עס צו האבן אויף פאפיר, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אנהייב פון דעם קאמענט נאר אזוי ווי דער קאמענט איז אזוי לאנג האב איך געוואלט מסיים זיין מעין הפתיחה אז מען זאל נישט פארלירן דעם המשך….

February 1, 2011 at 3:48 PM#33
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

א גוט מארגן ידידי ר’ לייב.
איך בין געווען זייער באזארגט ווי איר זענט אהינגעקומען, ניחמתני לייב ניחמתני.
זייער גוט געשריבן.
ווען דו זיכסט דעם באלעבאס אויפן וו.וו.וו. קענט איר אים טרעפן דא.
http://Www.balboos.com/content/

February 1, 2011 at 3:53 PM#34
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

נישט גוט, איך וויל עס קודם כל זען אזוי ווי עס קוקט אויס ווען איך באקום, נישט איך זאל דארפן ארומדרייווען איבערן גאנצען וועבסייט פארן יעדן ארטיקל באזונדער, אויסער דעם וויל איך גראדע זען דעם “בעל הבית” פון פרשת בשלח, און אויסער אלעם, וויל איך זען די אדווערטייזמענט’ס און די גראפיקס, וואס גיט עס א קלאסישן אויסזען (איך בין נישט אינטערסירט צו ליינען סתם אזוי אויפן אינטערנעט, וואס עפעס א שרייבער האט געשריבן, איך וויל ליינען א רייכע אינטערסאנטע אויסגאבע….)

February 1, 2011 at 9:44 PM#35
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

א דאנק פאר אלע קאמענטארן, מיר ליינען מיט אינטערעסע יעדע פארשלאג און מיינונג.
מיר וועלן אי”ה ענטפערן אויף אלעם און אייך האלטן אינפארמירט.

ביטע אויב איר האט א מיינונג, אדער פארשלאג, שרייבט עס אראפ דא אדער אין א דירעקטע אימעיל, ווייל נאר אזוי וועלן מיר וויסן ווי אזוי אייך די בעסטע צופרידן צושטעלן.

February 4, 2011 at 12:49 AM#36
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

נפתלי
דאס וואס די שרייבסט אז מענטשן ווייסן נישט.
גראדע זע איך אין די לעצטע צוויי וואכן א עד צו סובסקרייבן אין בעל בית אין די “וויליאמסבורג בולעטין”, קען זיין ס’לויפט אין נאך פלעצער, דארט האב איך אבער באמערקט.
וואס נאך קען די בעל בית טון חוץ אדווערטייזן?
אדרבא, איך האלט אז ארויסקומען אויף פאפיר איז די שטערקסטע אדווערטייזמענט, ווייל אזוי זעען עס טויזענטער מענטשן אין גראסערי.

February 4, 2011 at 1:01 PM#37
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

PC Guy

א זייטיגע נקודה,

וועלכע בראוזער נוצטו? געווענליך נאר ביי אינטערנעט עקספלאורער פאסירט אזעלכע אומגליקן אז טאמער מען דרוקט POST COMMENT און עפעס פאסירט האט מען אלעס פארלוירן (אין סיי וועלכן פארום אויפן אינטערנעט, לאו דוקא דא אויפן בעל-הבית).

אין GOOGLE CHROME און אזוי אויך אין FIREFOX, וואס ביידע זענען בעסער און שנעלער פון IE, ווען דו וועסט צוריקגיין מיטן BACK קנעפל (אדער BACKSPACE) וועסטו זעהן דיין גאנצע דרשה ככתבו וכלשונו אזוי ווי בעפארן דרוקן POST COMMENT.

February 4, 2011 at 1:14 PM#38
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

מורי ורבותי, באגאבטע שרייבער און טייערע חברים.

איך האב געוואלט דא אדרעסירן א קלייניגקייט:

איך וואלט פארגעשלאגן פאר אלע שרייבערס און קאמענטירער צו שרייבן “קורץ און שארף”, נישט מיט אזא אריכות הדברים, בפרט ווען מען רעדט בלויז פון “מיינונגען”. פונקט ווי מיר פרובירן צו שפארן געלט, ווייל עס איז פאראן ווייניג דערפון, גענוי אזוי זאלן מיר פרובירן צו שפארן צייט, וואס אויך דאס איז פאראן זייער ווייניג, היום קצר והמלאכה מרובה! עס שפארט צייט פאר ביידע, פארן שרייבער און לייענער. און אויב שרייבט מען מפני ההכרח אביסעלע לענגער, ביטע צוטיילט דאס אין קלענערע קטעים, אזוי ווי די נייע ספרים (להבדיל).

די הערה הנ”ל איז נאך מער שייך אין דעם פארום, וואס זייענדיג א שרייבער און א לייענער דא, און זיך ארומ-דרייענדיג דא גאנץ אפט, וואלט מען אפשר געדארפט מעורר זיין אז די אותיות זענען זייער קליין און אומקלאר. גראדע ביים שרייבן א קאמענט זענען די אותיות גרעסער; אבער ווען עס ווערט ארויפגעלאדנט אויפן סייט ווערט עס גאנץ פיצעלע. און ווי מאנכע האבן שוין ערווענט, איז אויך א פראבלעם אז מען קען נישט פאררעכטן קיין טעותים נאכן פאוסטן.

אבער בעיקר האב איך א פראבלעם ביים שרייבן, וואס איך וויל הערן צו אנדערע שרייבער האבן אויך דעם זעלבן פראבלעם. איך נוץ כסדר “קאנטראל” מיט די עראוס זיך צו ריקן פון איין ווארט צום צווייטן (סתם די עראו גייט פון אות צו אות; מיט קאנטראל גייט דאס פון ווארט צו ווארט, אזוי ווי אין גאנץ ווינדאוס), און ווען איך נוץ דעם קאנטראל מיט די עראוס, גייט עס דעם פארקערטן וועג ווי נארמאל! דהיינו ווען איך הייס אים גיין לינקס גייט ער רעכטס, און אזוי אויך פארקערט. ביי די סתם עראוס ארבעט עס גוט, נאר מיט די קאנטראל ווערט ער צומישט. איבעראל ארבעט עס גוט, נאר דא אויפן בעל-הבית סייט האב איך דעם פראבלעם, און איך האב שוין פרובירט מיט עטליכע קאמפיוטערס.

אויב האט איר דעם פראבלעם לאזט מיר וויסן, אפילו איר האט נישט קיין עצה דערצו. צרת רבים חצי נחמה. טאמער האט איר יא אן עצה, איז דאך אודאי גוט, וועט זיין נחמה שלימה!

February 4, 2011 at 1:30 PM#39
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

שמעלקא,

קודם כל א יישר כח פאר דיין עצה מיט גוגל טשארם, איך וועל עס פרובירן, אויב ארבעט עס טאקע, דאן האסטו מיר אסאך ארויסגעהאלפן (און מן הסתם נאך אסאך אידן).

וועגן דיינע אנדערע באמערקונגען, איך האף אז דו האסט נישט מיר פרעזענליך געמיינט מיט דיין לאנגע קאמענט…., אבער אפי’ אויב יא נעם איך עס אן באהבה, און איך וועל זיך פרובירן צושטעלן אויף וויפיל מעגליך.

גראדע ביי מיר זענען די אותיות גאנץ גרויס און קלאר, און ליינבאר, קען זיין אז אויף מיין קאמפיוטער קומט עס ארויף אנדערש ווי אויף דיין. און דיין פראבלעם וועגן רוקן פון איין ווארט צום צווייטן מיט קאנטראל, האב איך נאר ווען איך שרייב ענגליש, ווען איך שרייב אידיש פארט עס פונקטליך דארט ווי איך הייס.

February 4, 2011 at 1:36 PM#40
פרייליכע מעלדונג: בעל בית צום קומענדיגן שטאפל

יישר כח ר’ לייב

איך האב דעם פראבלעם סיי ביי אידיש און סיי ביי ענגליש.

אגב, עס רופט זיך גוגל “קראום”, מיט א קמץ אומנטערן אלף, נישט טשארם.