שאלה: בנוגע די תשובה לאיסורא פון פאריגע וואך, לגבי ענטפערן אימעיל פאר א קונה פארן דאווענען, איז מיין שאלה, וואס וועט זיין וועגן שיקן א טעקסט מעסעדזש וואס איז נישט וועגן ארבעט? ווי למשל, “ווי קען איך דיך טרעפן?”, “איך וויל מיט דיר רעדן” וכדומה, אדער סתם דברים של מה בכך ווי למשל נייעס. איז עס גרינגער ווייל עס האט נישט קיין שייכות מיט ארבעט, עס ווערט נישט אויסגעפירט קיין געשעפט ממילא איז אפשר נישט חשוב, אויך איז עס איז כמעט נישט קיין טירחה?. עס ווערט דארט דערמאנט אז נאך זאגען ברכות איז גרינגער, וואס הייסט ברכות? ברכות התורה?
י.פ. וויליאמסבורג
תשובה: אויב טוט מען בכלל נישט קיין געשעפט קוקט אויס אז עס איז מותר. דאס איז מעיקר הדין מלאכה לפני התפלה, אבער בכלל זאל מען זעהן ממעט צו זיין בכל האפשר מיט אייגענע צרכים לפני התפילה. לגבי וואס הייסט ברכות, איז נישט געהעריג מבואר אין די פוסקים, די לשון איז “מקצת ברכות” דאס הייסט אפילו אביסל, ועיין הטעם למטה.