שרייבן אימעיל פארן דאווענען

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

דורך: מכון בדרכי נועם · דאטום: 2010-02
http://www.balboos.com/content/2010/02/שרייבן-אימעיל-פארן-דאווענען/ קאפיע אין ארכיוו

⚠ דער ארטיקל איז געווען נאר פאר מעמבערס; עס איז פארבליבן בלויז דער טעקסט פון א ליסטע־בלאט (אפט נאר א קורצער אויסצוג).

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
שרייבן אימעיל פארן דאווענען

שאלה: עס מאכט זיך צומאל אז קאסטומערס ווארטן אויף א שנעלע ענטפער אויף אן אימעיל, וואס איך טוה דאס געווענליך אויף מיין סעלפאון. מעג מען קוקן און ענטפערן אימעילס אויפן סעלפאון בעפאר’ן דאווענען? הייסט דאס א מלאכה? און וויאזוי איז לגבי ארבעטן אויף א קאמפיוטער?

תשובה: אין כלל פון ארבעטען פארן דאווענען גייט אריין יעדע התעסקות אפילו נישט דוקא א מלאכה, ענטפערן אויף אימעיל און ארבעטען אויפ’ן קאמפיוטער, זענען אויך אסור. אויב וועט ארויסקומען א הפסד, דאס הייסט שאדן האבען געלט וואס מען האט שוין, מעג מען טון א מלאכה. אויב איז עס נאר “מניעת הריוח”, דאס הייסט אז דאדורך וועט מען נישט פארדינען פרישע געלט, קען מען מיקל זיין, בפרט אויב דורך דעם וועט מען פארלירען די קונה אויף שטענדיג, און מען האט שוין אויך געזאגט די ברכות. אויב וועט אבער אויסקומען אז מען וועט נישט קענען דאווענען פאר סוף זמן תפילה, איז נישט דא די אלע היתרים, במקום הפסד זאל מען פרעגן א מורה הוראה מובהק. דאס אלעס איז נאר באקראי, אבער עס איז אסור זיך צו מאכען א קביעות צו ארבעטען פארן דאווענען.