נאך איבער פרייע K7 פעקס סערוויס
לויט ווי איך פארשטיי איז K7 געאייגענט נאר פאר באקומען פעקסעס, נישט צו ארויסשיקן.
איז דא עפעס א סערוויס אדער וועבסייט פארן שיקן פעקסעס?
הערשל
אינטערנעט פילטער
בנוגע וואס א ליינער האט געפרעגט (דעת בעל בית שמות תשע”א) וועגן א אלטערנאטיוו צו JNET וואס ארבעט נישט מיט זיין טעלעפאן סיסטעם.
בנוגע פילטער נעט, איך נוץ פילטער נעט, און איך בין ב”ה זייער צופרידן דערפון, ס’איז ביליג און גוט, נאר אוודאי איז די בעסטע שמירה אז א חבר קען דיר אויפסעטן דעם פראפייל וואס דו קענסט זען און ער זאל האבן דעם פעסווארד, ווייל אויב מען “וויל” קען מען עפענען אסאך זאכן וואס זענען סעמי שמוציג וד”ל.
יואל
איך ניץ פילטערנעט, איך קען נישט זאגו אסז עס איז שלעכט, אבער עס קומט נישט צו קיין White List.
משה
בנוגע וואס איר שרייבט וועגן די טעלפאון סיסטעם וואס איר האט געמאכט אין עס ארבעט נישט מיט זשעי נעט,
איך האב אזא סיסטעם צו זאמען מיט זשעי נעט אין עס ארבעט א מחי’
(-)
למעשה האב איך אינסטאלד א אומזיסטע פילטער וואס הייסט K9, מיין שוואגער האט עס אויגפעסעט און נאר ער האט דעם פעסווארד. עס האט איין מורא’דיגע מעלה, אז אויב מ’מוז אמאל וויכטיג צוקומען צו א סייט, קען מען עס, מיט’ן פעסווארד, עפענען.
ביזדערווייל בין איך זייער צופרידן דערפון, און איך וואלט עס רעקאמענדירט פאר אנדערע אויך.
ביטע לאזט מיר וויסן וואס איר זאגט דערצו.
יענקל
איך מוז רעאגירן אויף דעם וואס דו רעקאמענדירסט פארן ציבור K9, דאס איז נישט קיין אידישע פירמע, עס איז טאקע גוט פאר די מתוקנים שבאומות, אבער פארשטייט זיך אז פאר א יוד איז עס נישט פאסיג.
אויב דו האסט נישט קיין אנדערע ברירה, פרעג א מורה הוראה, אבער סתם מענטשן זאלן עס נישט ניצן ווייל עס איז ביליגער אדער אומזינסט, ווייל עס איז ווייט נישט די זעלבע ווי א פילטער וואס ווערט געמאכט דורך אידן פאר אידן.
בנוגע די אידישע פירמעס ווייס איך נישט צופיל, ווייל איך האב אלץ געניצט JNET, איין קליינע פראבלעם איז אז עס איז היבש טייערער ווי ווערייזאן DSL, איך האלט אז מען ברויך ווען חאטש צושטעלן אז עס זאל זיין די זעלבע פרייז, ווייל אפילו פאר די זעלבע פרייז איז נאך אלץ א שטיקל נסיון צו נעמען א פילטער. כש”כ ווען עס איז היבש טייערער. נאר איך מוז מודה זיין אז איך ארשטיי זיי ווייל די גאנצע סערוויס קאסט דאך פאר זיי אויך, און די אידישע מארקעט איז נישט אזוי גרויס אז מען זאל קענען צוריקמאכן די געלט דורך נידיריגע פרייזן.
אפשר מיט די צייט וועט עס פאלן.
(-)
סיערטשן אין אלע גוגל סערוויסעס
בנוגע וואס א ליינער האט געפרעגט (דעת בעל בית שמות תשע”א) וועגן א וועג צו זוכען אין אלע גוגל סערוויסעס אויף אמאל.
וועגן סוירטשן אויף אלע גוגל פראדוקטן, פראביר דאס
http://integratedgmail.com/#home
איך בין נישט זיכער אז עס האט די אפציע, טשעק עס אויס
יוסף משה
רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.
קאמענטארן אויף די ארטיקל פון מתתי’ גראס: איז עס גענוג תירוץ נישט אויפצונעמען א היטש?
http://goo.gl/PkdLV
וואס איז א DBA, און ווי אזוי איז אנדערש פון א קארפארעשאן?
http://goo.gl/QrY7A
א טיפערע שמועס וועגן די מעלות פון די אפערע בראוזער.
http://goo.gl/vTPwD
איז מעגליך צו לעבן מיט א פונקטליכע “געשריבענע” חשבון אויף אלע הוצאות און הכנסות?
http://goo.gl/Glrjx
די מעלות פון “ווינדאוס פעקס ענד סקען”, פעקסן דורך א נעטווארק, און נאך.
http://goo.gl/Zof8X
וואס איז ענדערש, א סובארבען אדער 12 פעסענזשער ווען?
http://goo.gl/dcQg5