לאמיר רעכענען

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אידיש געלט · דורך: קרן עזר · וואך: בא , תשע"א · בעל-בית נומער: 31 · דאטום: 2011-01-03
http://www.balboos.com/content/2011/01/לאמיר-רעכענען/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
לאמיר רעכענען

וויפיל מ’קען שפארן מיט אביסל ישוב הדעת.‬
עס איז דא זייער אסאך זאכן וואו מ’קען זיך שפארן. ביי יעדע ריר אין לעבן איז שייך זיך צו שפארן און איינציען מיט אביסל ישוב הדעת, אביסל נוצן דעם קאפ בעפאר מ’סווייפט דעם קרעדיט קארד. אבער כדי לסבר את האוזן וועלן מיר אראפברענגען עטליכע קליינע ביישפילן, ווי מען זעט באשיינפערליך אז מיט ממש קלייניקייטן קען מען זיך שפארן ריזיגע סכומים.‬
לאמיר אנכאפן לדוגמא דאס ענין פון פרישטאג.
אמאליגע צייטן, בימים כתיקונם, פלעגט יעדער אויפשטיין אביסעלע פריער, געטרונקען א קאפע און געלערנט אביסל פאר’ן דאווענען. נאכ’ן דאווענען איז מען געגאנגען אין גראסערי, זיך איינגעהאנדלט א לאבל פרישע ברויט מיט א פלעשל מילעך, און מען איז אהיימגעגאנגען עסן א נארהאפטיגן היימישן פרישטאג מיט די משפחה, און דערנאך איז מען רואיגערהייט אריינגעפארן ארבייטן מיט פרישע און באנייטע כוחות.‬
היינט צו טאגס – אינאיינעם מיט די שרעקליכע יאגעניש און כאפעניש אין אלע אספעקטן פון לעבן – איז אויך דער גאלדענער רוטין ווי פארשווינדן. מען לויפט דאווענען, און מען ענדיגט ממש דריי-‬א-‬האלב מינוט בעפאר מען דארף פאנטשן די קארד (אדער די פינגער..) און דאן איז שוין נישטא קיין צייט פאר גארנישט. מ’פליט היסטעריש צו דער ארבעט, און שפעטער, ווען מען איז שוין גוט אויסגעהונגערט, לויפט מען אין דערנעבענדיגן רעסטוראנט און מ’קויפט זיך א גרויסן ברייטן פרישטאג פאר טייער געלט.‬
איז אצינד, שטייענדיג ענדע פונעם גוי’אישן יארע, ווען יעדער מאכט זיך די פינאנציעלע חשבונות, לאמיר דא נעמען א פענע און פאפיר און ‘לאמיר רעכענען’ דעם אינטערשיד וואס עס קומט אויס א יאר צווישן די צוויי סטאנדארטן, נעמליך דאס לאזן זיך וואוילגיין מיט א ברייטן און טייערן פרישטאג אין רעסטוראנט, אנשטאט עסן א נארמאלן און היימישן פרישטאג אינדערהיים.
פרישטאג אינדערהיים
א פעקל ברויט: $2.50
פלאש מילך: $2.85
ירקות: $2.50
א דאזן אייער: $1.45
2 קענס טאנא: $3.35
א וואך: 12.65 $
א יאר: $657.80
פרישטאג אין רעסטוראנט
א געווענליכע פרישטאג אין רעסטוראנט קאסט – אמווייניגסטנס  -צווישן 6 און 8 דאלער.  אן איינפאכע טונא-סענדוויטש קאסט שוין באלד אזויפיל… און אין גרויס טייל פיל מער. עס קען גיין ביז 12-15 טאלער א פרישטאג.
איז לאמיר גיין אינצווישן און רעכענען א נארמאלן פרישטאג פאר $7.50
קומט אויס א וואך: $45
א יאר: $2340
דער חילוק צווישן די צוויי: $1682 !!
און מיר האבן דא גערעכנט בלויז דעם מינימום. דער פאקט איז אז די רעסטוראנט-פרישטאגס קאסטן רוב מאל פיל מער, און די היים-פרישטאגס קענען קאסטן ווייניגער, און צום סוף איז עס עולה לחשבון גדול ורב.
איז די פראגע: לוינט זיך נישט צו נוצן א ביסעלע ישוב הדעת און זיך דערמיט שפארן אזא גרויסע סומע?

January 3, 2011 at 1:05 PM#2
לאמיר רעכענען

די צייט וואס קאסט צי מאכען א אייגענע פרישטאג און וויפיל געלט מען פארלירט דורך דעם האסטו נישט ארייגערעכענט אינעם אנאליז

January 3, 2011 at 1:14 PM#3
לאמיר רעכענען

דאס ווייב שטעלט עס גערן אהער, און זי וואלט זיך מחי’ געווען ווען דער מאן קומט אהיים עסן א נארמאלן פרישטאג. ער דארף עס נישט אליינס מאכן.

January 3, 2011 at 4:43 PM#4
לאמיר רעכענען

די געדאנק דערפון איז זייער שטארק
טראכט איבער דיין טאג טעגליכע הלוך ילך
פאר די יאגעניש וועסטו ספענדן שווערע אלפים חודש’ליך
וואס קען דיר נאכדעם קאסטן שברי לב אין דיך אריינלייגן אין א פלאנטער

יא, עס לוינט זיך צו טראכטן פאר מ’טוט א זאך
לאז נישט באקוועמליכקייט – די מכת הדור דיקטירן די מנוחת הנפש

January 4, 2011 at 1:51 PM#5
לאמיר רעכענען

עס איז באמת א שטארקע געדאנק, אבער אין תוך גענומען איז דער חשבון אביסעלע איבערגעטריבן.

איין פעקל ברויט, איין פלאש מילך, איין דאזן אייער און 2 קענס טונא רעכנט איר פאר פרישטאג אויף “א גאנצע וואך”? 6 טעג? רוב מענטשן עסן היבש מער ווי דעם. וועלכע ירקות פאר 2.50 איז גענוג פאר איין וואך? אויכעט די פרייזן שטייגן כסדר, טונא איז שוין מער היינט (בפרט די “ווייט” טונא וועלכע מען דארף נישט קויפן צופיל סיי צוליב די געלט און סיי צוליב די מערקיורי וואס עס האט, ואכ”מ), אייער טוט כסדר ארויף/אראפ גיין, און ברויט קען אויך קאסטן מער.

און ווייטער פרישטאג’ס אין רעסטאראנט איז טאקע $7.50 גאנץ עוורידזש, אבער ווען איך קויף (כמעט נישט) געווענליך פרוביר איך נישט צו ספענדן מער ווי 5 א האלב דאלער בערך, און איך ווער זאט דערפון..

אבער חוץ מזה האט מען דא גערעכנט 52 וואכן, וואס אויב זאל מען אראפנעמען אלע ימים טובים, תעניתים, און שמחות (ברית’ן וכדו’) דא און דארט וועט עס היבש אראפנעמען פונעם חילוק.

סך הכל: דער חילוק איז נישט אזוי גרויס פער יאר ווי איר מאכט עס, אבער חוץ מזה איז אלעס נאך אלץ 100% אמת ויציב, און פרוטה לפרוטה מצטרפת…..

January 4, 2011 at 3:39 PM#6
לאמיר רעכענען

אוי, שמעלקא שמעלקא, קרן עזר האט געדארפט נעמען אין באטראכט אז ידידינו ר’ שמעלקא דרייט זיך דא צווישן די בעל הבית קארידארן, און ער וועט נישט אדורכלאזן קיין נארישקייטן דורך אן אונטער טירל….

יעדעס ווארט צו קושן.

January 6, 2011 at 6:37 PM#7
לאמיר רעכענען

איך וויל מיר זייער באדאנקן פאר קרן עזר און בעל בית.
איך האב עס געליינט מאנטאג, און איז מיר מוראדיג אריין אין די ביינער. איך גיי טאקע נישט אההים עסן, ווייל עס וועט נאר דויערן לענגער, ער איז טאקע גערעכט, דער פלוני, אבער מען קען טון די זעלבע זאך ביי די ארבעט.
איך האב מיר א אייגענע אפיס, ממילא איז עס שייך פאר מיר צו טון. איך האב מיר געקויפט ברויט מיט נאך אפאר זאכן, רוי מאטריאל, איך קען טאקע נישט קאכן קיין אייער, אבער איך האב געקויפט מיאנעיז, סעלמאן, טאנא, פוטער, קעז אין מילך.
עס איז מיר געווארן א “האבי” צו זען וויפיל געלט איך שפאר, ביזדערווייל אין פיר טעג (אריינגערעכענט מארגן, פרייטאג) האב איך געשפארט 23 דאלער, בערך.
עס איז נישט זייער אסאך, אבער פאר מיר, וואס יעדעס מאל וואס איך וויל קויפן א נייע ספר אדער טעיפ פאר 15 – 20 דאלער טראכט איך עטליכע מאל, און אסאך מאל ערלויב איך מיר טאקע נישט, איז עס יא אסאך געלט!
איך קען שוין קוים ווארטן צו זען ווייטערדיגע טיפס.
ווען קרן עזר לייגט ווען א פעי פאל לינק וואלט איך זיי ווען אריינגעשיקט א נדבה אלץ הכרת הטוב.
עס איז א מוראדיגע זאך, ווייל אזוי העלפט מען דעם עולם מיט טויזענטער דאלערס אן דעם וואס מען זאל עס דארפן געבן, דאס איז אזוי ווי די רמבם רעכענט אויס, די העכסטע מדרגה אין צדקה, תזכו למצות.

January 6, 2011 at 7:49 PM#8
לאמיר רעכענען

יעקב הכהן, דו אינספירירסט מיך!

איך האב אזא הנאה אז א מענטש נעמט אזא טיפ פון אזא ערנסטע און געשעצטע ארגעניזעישאן, אזוי ערנסט, און מאכט באלד א כלי פאר די התעוררות אין א בחינה פון עד שתחפץ.

דאס וואס דו שרייבסט וויפיל געלט ס’האט דיר געשפארט איז ממש מורא’דיג. (אפשר איז א דיפערענץ צווישן די קאנאדישע דאלארן, ד לאָני און טאָני….) און ס’איז יעדן מחייב זיך צו נעמען אין דער האנט אריין, ווייל אז נישט קען אזויפיל ‘אידיש געלט’ גיין לטמיון.

אויך וואס דו זאגסט וועגן קויפן א טעיפ-סידי פון וואס די קינדערלעך וואלט זיך דערקוויקט, קלערט מען צען מאל, און דא גיט מען אמאל אויס פאר א פרישטאג-לאנטש, א צען-פופצן טאלער אן קיין פיפס….

עניוועיס, אשריכם קרן עזר וואס איר האט די זכי’, אויסער צו ראטעווען אידישע שטיבער, אויפצוקלערן דעם עולם, מיט ראט און הדרכה, אז מ’זאל זיך קענען שפארן ממון ישראל שהתורה חסה עלי’.

ס’וואלט טאקע כדאי געווען ווען איר לייגט א לינק פון א פעיפאל אקאונט מענטשן זאלן זיך קענען באשטייערן מיט נדבות פאר די הייליגע ארגעניזעשאן.

זייט’זשע געזונד ברידער טייערע, האטס מיר אלע א גוטן שבת.

January 7, 2011 at 3:31 PM#9
לאמיר רעכענען

נ.ב. כ’מיין אז די קענעדישע און אמעריקאנער דאלער רעיט איז יעצט בערך די זעלבע.