ווארט פון די רעדאקציע

12 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון די רעדאקציע טישל · דורך: admin · וואך: תצוה , תשע"א · בעל-בית נומער: 36 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/ווארט-פון-די-רעדאקציע/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווארט פון די רעדאקציע

מיר ווילן אפגעבן א מזל טוב פאר אונזער קאלעגע מו”ה יואל קליין הי”ו צום ערשיינונג פון זיין נייעם ביכל “איך וויל מצליח זיין, אבער וויאזוי?” וואס איז נארוואס ארויס פון דרוק, און וועט זיין צובאקומען אין אלע געשעפטן בקרוב.
דער ביכל וואס פארמאגט עטליכע הונדערט זייטן ענהאלט א שלל פון אינפארמאציע באזירט אויף פעסטע יסודות איבער וויאזוי מצליח צו זיין אין ביזנעס פאר אלע דרגות פון ביזנעסלייט, באגלייט מיט לעבעדיגע דוגמאות און עפיזאדן. צום סוף פונעם ביכל ערשיינט קורצע פראפילן פון ברייט בארימטע פירמעס וויאזוי זיי האבן זיך אנגעהויבן קליינערהייט און דערנאך אויסגעשטיגן צו ביזנעס ריזן שטאפל ביי שטאפל.
ווילן מיר אים אנוואונטשן אסאך הצלחה, ער זאל קענען ווייטער – ווי ביז יעצט – ארויסהעלפן בעצה ותושיה היימישע ביזנעסער, וישרה שכינה במעשה ידיו.
*
מיר זענען אויך צופרידן צו מעלדן איבער א שינוי לטובה אין די בעל-בית זייטל.
די סיערטש פונקציע איז געווארן שטארק פארבעסערט און פארגעשריטן, אנשטאט ווי ביז היינט וואס עס פלעגט נאר זוכן אין די ארטיקלען, וועט עס אויך זוכן -און ברענגן רעזולטאטן- אין קאמענטארן, שרייבער, פרשה פון די וואך (דאטום), בעל בית נומער, סעריעס (צב”ש “ביזנעס מיט חכמה”) און באניצער נעמען (ניקס).

February 7, 2011 at 10:18 AM#2
ווארט פון די רעדאקציע

אלץ א צופרידענער קאסטומער פון ר’ יואל וויל איך אים אפגעבן א הארציגן מזל טוב!

איך פלעג אסאך רעדן צו אים און נאשן איידיעס פאר עדס, איך בין נתפעל געווארן פון די ידיעות אין ביזנעס וואס דער מענטש פארמאגט.

צלח ורכב!

February 7, 2011 at 12:03 PM#3
ווארט פון די רעדאקציע

מזל טוב! יואלי די הארץ און געפיל וואס די האסט מיט דעם שכל הישר’דיגער צוגאנג צו יעדע זאך איז עפעס אויסנאם. זאל השי”ת דיר באגלייטן אין אלע דיינע אינטערנעמונגען לטובת הכלל

February 7, 2011 at 12:07 PM#4
ווארט פון די רעדאקציע

סתם א שאלה, דער ביכל אנהאלט נאר די זעלבע ארטיקלען וואס איז ערשינען אין ”דער בלאט” יעדער וואך אדער נאך תוכן ?

February 7, 2011 at 12:24 PM#5
ווארט פון די רעדאקציע

Wow! It’s massive the name. Who did the design for the cover it sounds something special?

February 7, 2011 at 12:54 PM#6
ווארט פון די רעדאקציע

מזל טוב!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

February 7, 2011 at 12:58 PM#7
ווארט פון די רעדאקציע

איך האב יעצט אנגערופן ידידי היקר ר’ יואל הי”ו אים קאנגערטולירן פאר דעם נייעם ביכל. אויף די פראגע צו עס איז די זעלבע ווי דער בלאט זאגט ער מיר אז עס האט אסאך פון די ארטיקלעך וואס ער האט שוין געשריבן דארט, אבער איבערגעארבעט און פיל מיט פרישע זאכן.

February 7, 2011 at 2:41 PM#8
ווארט פון די רעדאקציע

איך האב עס שוין געקויפט ביי אומ אין מאנסי סאיז ממש געוואלדיג. ר’ יואל יישר כוח!

February 7, 2011 at 3:14 PM#9
ווארט פון די רעדאקציע

לכבוד הרב מאנסי
?איך פריי מיך זייער אז די האסט עס שוין געקויפט. וויפיל קאסט עס.

בכלל ווי אזוי האסטו עס שוין געקויפט עס שטייט דאך בפירוש אין ארטיקל אז עס איז נארוואס ארויס פון דרוק און וועט זיין צובאקומען ”בקרוב” זענען די פאפיר נאך געווען ווארעם?

February 9, 2011 at 2:35 PM#10
ווארט פון די רעדאקציע

זייער א שיינע אויסגאבע, אבער צו טייער, מיין לאקאלער ספרים געשעפט בעט דערפאר 25 $

February 9, 2011 at 7:22 PM#11
ווארט פון די רעדאקציע

סאיז ווערט אלע געלטער. איך קען נישט פארשטיין יואלי וויאזוי ער געט אוועק די אינפארמאציע פאר דעם פרייז… ער שפארט פארן ליינער הינדערטער דאלערן פון מיסטעקס וואס דאס האלט צוריק ווי אויך די קאנסאלטעשען געלטער. דער בוך איז ממש א פריוואטע יועץ פאר בלויז אפאר דאלער. יואלי שכוח איך האלט ביי פעדזש 40 איך טרעף מיך אין יעדע ווארט.

February 10, 2011 at 12:14 PM#12
ווארט פון די רעדאקציע

25 דאלער? המממממ, איך האב געקלערט צוויי מאל איידער דאס קויפן. איך האב מיך אבער נישט געקענט איינהאלטן. צו עס האט זיך געלוינט? איך וועל מוזן צוריקומען נאכן ליינען. סתם א ביכל וואלט איך נישט געצאלט דעם פרייז, דער ביכל קוקט אבער אויס ווי עפעס מער, עפעס נארמאלער ווי די ביכלעך “פארוואס איז ער פארשוואונדן?” א.ד.ג. לאמיר עס דורכליינען…