דעת בעל בית

33 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: תצוה , תשע"א · בעל-בית נומער: 36 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/דעת-בעל-בית-17/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

שאלות איבער בעקאפ

בנוגע די שאלה פון א ליינער איבער בעק-אפ (דעת בעל בית תרומה תשע”א)
עס איז א אריכות, איך האב מיר שוין כמה פעמים געוואלט אריינלייגן דערין, עס איז זיכער אז עס איז זייער וויכטיג. אבער איך האב נאך נישט קיין ריכטיגע סולאשען וואס איז אויך אומזינסט.
אויב ווילסטו צאלן, איז דא עטליכע סערוויסעס, ווי MOZY און נאך, עס איז נישט צו טייער, עטליכע דאלער פער חודש, און אויב צאלט מען פון פראויס פער יאר איז עס געווענליך נאך ביליגער.
ריקאווערי חלק פון קאמפיוטער ווייס איך נישט וואס עס איז פונקטליך, אבער איך מיין אז עס איז נישט קיין בעקאפ.
כ”ץ
carbonite.com
דעס דארף צו זיין גאר א גוטע online אפשען.
זרח
Mozy געט 5 ג”ב בעק-אפ בחנם.
מנחם

פארקויפן אנליין

בנוגע די שאלה פון א ליינער ווי מען קען זיך לערנען צו פארקויפן אנליין (דעת בעל בית תרומה תשע”א)
איבער ווי אזוי צו פארקויפן אנליין
איר האט נישט ספעציפייט וואס איר מיינט מיט ‘אנליין’ אבער עס פארשטייט זיך אליין אז איר מיינט EBAY אדער AMAZON
איז אזוי
EBAY איז דא כמה וכמה וועגן זיך אויסצולערנען, ווי איך דענק האבן זיי יעדע שטיק צייט אן אפישיעל סעמינאר און אן אנדערע פלאץ אויפן כדור הארץ. אויב איך מאך נישט קיין מיסטעיק איז פאריגען זומער געווען איינס אין NYC. עניוועי, איך בין א חסיד פון אנליין סעמינארס און/אדער DVD סעמינארס.
טא דא האט אפאר לינקס פון דיע,
jumpstartebay.com
startupnation.com
אזוי אויך קענט איר דאס קויפט אויף אמעזאן
The Ultimate Insiders Guide for Buying & Selling on eBay 15CDs 2010 Edition
אדער קענט איר דאס קויפן אויף אמעזאן
VIDEO PROFESSOR: LEARN eBAY COMPLETE 3-CD SET [Pc]
ווען עס קומט צו אמעזאן טרעינינג איז שוין אביסל מער קאמפליקעיטעט.
ווייל באמת טוט אמעזאן אפפערן אסאך מער ווי זדשאסט SELLING, זיי האבן די ORDER FULFILLMENT אפשענס און נאך און נאך סערוויסעס, במילא איז עס אסאך מער.
אמעזאן אליין אפפערט טאטאריעלס, וואס איר דארף אליין פאלאוען און ארבעטן אויף TRIAL AND ERROR. בליקט דא
http://www.amazonservices.com/content/sell-on-amazon.htm?ld=AZFSSOA
אויף די לינקע זייט וועט איר זעהן צענדליגע טאטאריעלס פאר יעדן סערוויס באזונדער.
איר קענט אויך קויפן איינצעלנע ביכער פון פריוואטע ארויסגעבער איבער דעם ענין בליקט דא
http://www.amazon.com/Amazon-Top-Seller-Secrets-Successful/dp/0814410340/ref=sr_1_4?ie=UTF8&qid=1296570872&sr=8-4
אדער דא
http://www.amazon.com/Sell-Anything-Amazon-Make-Fortune/dp/0072262605/ref=sr_1_2?ie=UTF8&qid=1296570872&sr=8-2
אדער דא
http://www.amazon.com/Sell-Amazon-Marketplace-Fulfillment-Programs/dp/0977240649/ref=sr_1_1?ie=UTF8&qid=1296570872&sr=8-1
עס איז דא איין קאמפאני וואס אפפערט עפעס ווידיאוס, איר קענט דאס איבערטשעקן, בליקט דא
grovo.com/courses/overview/Amazon
מנחם
איך ווייס אז ר’ אלעזר לאנדא האט געגעבען א קורס וויאזוי צו פארקויפען אויף עמעזאן אין איבעי, אין ווי ער זאגט אויף זיין וועבסייט (snapaheadonlineseminar.com) אז ער גרייט זיך צו נאך א סעמינאר וויאזוי צו פארקויפען אויף די אינטערנעט.
(-)

AT&T סערוויס אין קאנאדע

איך האב די אייפאון פון עפל וואס ארבעט מיט at&t, איך פלאן צו פארן קיין קאנאדע, ווייסט עימיצער אויב עס וועט כאפן דארט?
יישר כח.
מ.ג.


רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.

לענגערע דיסקוסיע: פארשלאגן און באהאנדלונגען ווי אזוי צו פארבעסערן די בעל בית.
http://goo.gl/lpXIw
דיסקוסיע: אין רעאקציע צו ארטיקל פון ה. פוקס איבער קאפירן מוזיק.
http://goo.gl/6i4xY
וי אזוי צו מאכן דעסקטאפ לינקס צו פונקציעס אין ווינדאוס
http://goo.gl/0c1Kk
לינקס צו טעכנאלאגיע נייעס, דיסקוסיע איבער אנדרואיד 3 און נאך.
http://goo.gl/hNJVK
וועגן די ריסייקל בין אין ווינדאוס
http://goo.gl/VoGL8
February 7, 2011 at 11:21 AM#2
דעת בעל בית

I have a mac, with Time Machine. Hard to explain in 1 comment, but its Mamash a Gan Eden!

February 7, 2011 at 1:01 PM#3
דעת בעל בית

לדעתי (העניה) איז טאקע א וויכטיגע זאך צו פאוקעסן אויף וויסנשאפט אינ’ם אנליין פארקויפן פעלד, אבער דאס קומט נאכדעם וואס מען האט א גוטע פראדוקט אדער קאנעקשאנס צו א פירמע וואס קען צושטעלן ‘וואס’ צו פארקויפן, דעמאלטס איז טאקע א געוואלדיגע תועלת ווען מען קען זיך אויסלערנען די אין-ענד-אוטס פין אנליין סעלינג, אבער ביז אהין איז ע עבירה יעדעס ביסל ענערגיע און געלט וואס מען ספענדט אויף אנליין טרענינג, ווייל דער בעסטער פארקויפער קען נישט פארקויפן קיין לופט, און טאמער האט ער נישט די ריכטיגע קאנטאקטן אדער פראדוקטן זענען אלע זיינע ידיעות ווערט זערא.

February 7, 2011 at 1:05 PM#4
דעת בעל בית

גם אני מצטרף, איך האב א נאנטן חבר א ‘אנליין גורו’ מיט זעלטענע ידיעות אונ’ם עולם האינערנעט,וואס מוטשעט זיך שוין יארן מיט פארקויפן קאמפיוטער סופלייס ווי למשל טאונערס וכדו’ אנליין, און ער לייזט נישט אויף קיין פוטער ברויט. די סיבה? עס זענען דא טויזענטער וואס פארקויפן די סארט זאכן, פאר די זעלבע אדער ביליגערע פרייזן, און קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט. ער מעג קענען עמעזאן און איבעי ‘מדאשקע לדאשקע’ אבער אן די ריכטיגע פראדוקט קומט מען נישט אן אין ערגעץ.

February 7, 2011 at 2:56 PM#5
דעת בעל בית

מ. ג. האט געפרעגט צו זיין פאון וועט כאפן אין קענעדא, איר מיינט אפשר צו פרעגן צו ס’איז דא סעליולער טאוערס אין קענעדע ??? :)

February 7, 2011 at 3:09 PM#6
דעת בעל בית

מ.ג.’ס שאלה אינוואלד כמה שאלות
איינס צו די AT&T פלען פאר איי פאון אינקלאד אויכעט קענעדע
צוויי אויב ס’אינקלאד נישט, צו ס’איז פרי ראומינג,
דריי אויב ס’איז נישט פרי, וועלעכע קאמפאני איז עס און וויפיל איז די טשארזדש.
די אלע זאכן איז וויכטיג צו וויסן פון פאראויס. ווייל עס קען אייך אויסקומען ביליגער צוצוצאלן פאר אביסל סערוויס ווי איידער צו ווערן געטשארזדשד נאכדעם א סאך מער.

איך ווייס נישט די ענטפער, איך וואלט גאראטן איר זאלט קאלן AT&T דירעקט און פרעגן,

February 7, 2011 at 3:33 PM#7
דעת בעל בית

ביי רוב קאמפעניס וויפיל איך ווייס גייט עס אויף ראומינג און די געהירגע קאמפעני פראווידער טשארזשט בערך 2 3 $ פער מינוט, ביי פעיזשפלוס פלעגט זיין הפקר וועלט ביז נאך נאך גרויסע באמיאונגען האבן זיי באוויזן צו בלאקן OUTGOING CALLS שפעטער אויך אינקאמינג, טעקסט דערווייל ארבעט נאך געהיריג אריין און ארויס.

February 7, 2011 at 10:40 PM#8
דעת בעל בית

ביסט אפשר גערעכט מיכל אז אן דעם ריכטיגן פראדוקט קומט מען נישט אן אין ערגעץ, אבער אלעזר לאנדא טענה’ט אז ביי זיין סעמינאר לערנט אויס וויאזוי צו טרעפן פראדוקטן אויך, נו גיי ווייס…

February 8, 2011 at 10:54 AM#9
דעת בעל בית

פון א שאלה ”וויאזוי” צו פארקויפן אנליין איז געווארן ”וואס” צו פארקויפן אנליין.
ווי יעדער פארשטייט איז נישט מעגליך צו אויסלערנען אין א סעמינער פון צענדליגע מענטשן ”וואס” צו פארקויפן. דאס איז אנגעהאנגען אין צענדליגער אדער הונדערטער דיטעילס וואס איז נישט מעגלעך אויסצושמועסן ברבים. דאס קען מען נאר מיט א פריוואטע לענגערע פרייוועט סעשאן אויסשמועסן. אויב אזוי, וואס הייסט הארטמאן וועט אויסלערנען ”וואס” צו פארקויפן? די איינציגסטע תירוץ וואס איך האב איז אז ער וועט זאגן ביים שיעור אז פאר די אינפא דארף מען א פרייוועט סעשאן, און מ
קען עס באקן רייט אוועי, אזוי מאכט מען געלט. זייער גוט. כל הכבוד. זאל ער מאכן מיליאנען. אבער דער קאסטומער מעג און זאל עס וויסן.

February 8, 2011 at 3:03 PM#10
דעת בעל בית

איך מוז אויסדריקן מיין צושטימונג מיט מיכל’ן און דער אנאנימער קאמענטאטאר, עס איז א עון פלילי איינצורעדן מענטשן, קום לאמיך דיר לערנען ווי אזוי מען פארקויפט אנליין, איך וועל דיר לערנען אלע סודות (מ’שטיינס מ’זאגט) און די וועסט מאכן מיליאנען.
אוודאי דארף מען קענען פארקויפן און מן הסתם איז דא עפעס סודות אויך (יעדע ליין האט זיך זיינע “טריקס אף דהי טרעיד”) אבער דאס איז נאר נאכדעם וואס דו האסט שוין עפעס צו פארקויפן. עפעס וואס איז נאכנישט אזוי מצוי, אדער קענסטו עס געבן פאר ביליגער ווי אנדערע, ווייל דו האסט עפעס קאנאקשאנס מיט טשיינע צו מיט די שווארצע מארקעט צו אנדערע אופנים.
סתם צו קויפן און פארקויפן פון א נארמאלע האלסעילער איז נישט קיין וועג צו מאכן געלט אנליין, ווייל דו וועסט קיינמאל נישט קענען קאמפיטן מיט עמעזאן און אנדערע, וואס געבן שוןי יעצט כמעט האלסעיל, און עס איז נישטא קיין שום סיבה אז איינער זאל קויפן ביי דיר.
איך רעד פון עקספיריענס…

February 8, 2011 at 3:05 PM#11
דעת בעל בית

==המשך==

ממילא איז יא רעלעוואנט צו רעדן “וואס” צו פארקויפן נאך איידער מען רעד פון “וויאזוי” צו פארקויפן.

מנחם, וואס רעדסטו פון הארטמאן? דאכט זיך זיי האבן גערעד פון ר’ אלעזר לאנדא

February 8, 2011 at 3:13 PM#12
דעת בעל בית

טעיתי, כ’האב געמיינט לאנדא

February 8, 2011 at 3:42 PM#13
דעת בעל בית

וויפיל מאל איך מיין אז ענטפערן בקיצור וועט זיין גענוג, בבחינת תן לחכם ויחכם, זעה איך אז אי דארף צוריקקומען און שרייבן באריכות.
פארקויפן אנליין איז דא צוויי בחינות
איינס סתם פארקויפן חפצים וואס מ’דארף שוין נישט אדער מ’האט אפאר ברענד נאו איבריגע חפצים.
נאכדעם איז דא צו עקטשואל מאכן געלט אנליין, און מאכן געלט קען מיינען גרויס געלט.
סתם צו פארקויפן א חפץ דארף מען וויסן ווי אזוי צו עפענען אן אקאונט, פאוסטן די חפץ און צוריקגיין צו טעגליכע ארבעט און ווארטן ביז א קאסטאמער קומט.
מאכן געלט מיינט ליגן ראשו ורבו אינעם ”אנליין סטאר” וויסן אלע ”טריקס” ווי אזוי מ”ליסט” אן אייטעם אז עס זאל ארויפקומען ביי די מערסטע ”סיערטשעס” א.א.וו.
די צווייטע בחינה איז עמוק עמוק, דאס לערנט מען נישט על רגל אחת.
אזוי אויך דארף מען פאולאען די ”פידבעק” ואס מענטשן לאזן. עס האט נאך הונדערטער דיטעילס וואס עס אינוואלווד.
גענוג?…. רבותי…. אדער איר דארפט נאך?

February 8, 2011 at 3:45 PM#14
דעת בעל בית

מנחם, אוודאי רעד מען פון מאכן ערענסטע געלטער, נישט פארקויפן אויף איבעי אלטע זאכן.
איך מיין אז אויב האסטו גוטע אינפארמאציע דערוועגן שרייב ענדערש אפ א ארטיקל דערוועגן שיין מסודר, איך בין זיכער די בעל בית וועט עס אפדרוקן.

February 8, 2011 at 3:46 PM#15
דעת בעל בית

==הוספה==

איך וועל זיין גרייט צוצולייגן דערצו פון מיין אייגענע עקספיריענס

February 8, 2011 at 3:57 PM#16
דעת בעל בית

סאררי LUZER MENDEL אזוי ווי איך האב שוין אפאר מאל געשריבן, איך האב א פול טיים זדשאב מיין צייט ערלויבט דאס נישט, ביזדערווייל האט ”בעל הבית” מיך נאכנישט געהייערט,
איי וועט איר פרעגן פארוואס איך שרייב אזויפיל, דאס איז צו בארואיגן מיינע אנגעשטרענגע נערוון.
נו ידידי לייב, WHAT’S UP?

February 8, 2011 at 9:59 PM#17
דעת בעל בית

מנחם איך האב גראדע הנאה אז די ביסט אן אפענער מענטש.
לאמיר צונעמן די זאך. עס זענען דא היינט צענדליגער מיני מענטשן וואס אמאל וואלט מען זיי אינגאנצן נישט באגעגענט, אדער נאר איינמאל א שמיטה אדער א יובל, און היינט צוטאגטס באגעגענט מען די מענטשן טעגליך, צו וועגן טראנפארטאציע.איז שנעלער. און גרינגער אדער אנליין, אזוי ווי דא.
איז אזוי, געוויסע פרובירן צו זיין ארענטליך, געוויסע שטעלן אן ארענטליך פנים ווילאנג מ’קען, דהיינו ביז ס’פלאצט, א קליינע פראצענט איז אלץ אמת’דיג און אפען איבער אלעם וואס זיי זאגן אדער טוען.
וויבאלד ס’איז נישט אזוי מצוי איז עס חשוב און ארויפגעקוקט. ממילא מנחם, איך קןק דיך ארויף.
Btw איך האב זייער הנאה פון דיין סטייל פון שרייבן, קורץ און קלאר. איך מיין אנדערע מעגן זיך אפלערנען.

February 9, 2011 at 6:14 PM#18
דעת בעל בית

אסאך מענטשן זאגן מיר איך בין שטארק געאייגענט צו פארקויפן אנליין, ווייסט איינער א נאמען מיט א טעלעפאון נאמבער פון א “פריוואטע” “מענטש” וואס לערנט עס אויס ? נישט קיין קלאס נישט קיין סידי’ס איך דארף א מענטש וואס איך קען רעדן און האלטן צו די וואנט ביז איך מאך געלט!
למצוה גדולה יחשב!
(מעג זיין א גוי אויך אבי א רילייעבעל מענטש)

February 9, 2011 at 6:57 PM#19
דעת בעל בית

בן בית, איך האף אז דו האסט גענוג א שטארקע וואנט…

קודם וועסטו באצאלן פאר דעם מענטש, און דערנאך וועסטו אדער יא מאכן געלט אדער נישט, עס ווענדט זיך נישט אין דעם מענטש וואס לערנט דיר אויס, עס ווענדט זיך צו דו וועסט האבן הצלחה, און דאס ווענדט זיך אין דעם אייבערשטן און אביסל קען מען אויך זאגן אז עס ווענדט זיך צו די אלע מענטשן וואס זאגן דיר אז דו ביזט געאייגנט דערצו זענען טאקע גערעכט, בכל אופן מ’פארשטיי מיר וואס דו מיינסט, דו ווילסט פשוט האבן איינעם וועם צו פרעגן אויב דו האסט א למעשה’דיגע שוועריקייט, וואס פון דעם סעמינאר וואס מען האט גענומען קען מען עס נישט לעזן.

אבער מיר דאכט זיך כאטשיג איך בין נישט אין עולם המסחר, אז די אלע (אדער עכ”פ רוב) וואס גיבן קורסעס און סעמינארן, זענען גרייט עכ”פ א געוויסע צייט דערנאך צו באגלייטן מיט טאט און ראט, די אלע וואס האבן באצאלט פאר דעם קורס, און זיי העלפן מצליח צו זיין, עס איז נישט אזוי?

אלנפאלס, לאמיר האפן אז דו וועסט מאכן אסאך געלט.

February 9, 2011 at 7:37 PM#20
דעת בעל בית

איינער וואס געט א קלאס וועט זיך קיינמאל נישט אראפ זעצן מיט מיר און באגלייטן על כל צעד ושעל, לכל היותר וועל איך קענען רעדן צו עם “פערזענליך” אויפן טעלעפאון אדער אין א ווינקל אין א זאל און וועט זייער פרייטלעך ענטפערן אלע שאלות און נאכדעם פרעגן Is there anything else I can help you??? אויב יא וועט ער געבן א טיפע קרעכטס, יא נו? וואס? … א פריוואטע לערער וועט געווענטליך בעטן אויף די צייט אבער ער וועט האבן די וועלטס צייט פאר דיר און וועט זיכער מאכן אז די גייסט ארויס צופרידן (אויב פארשטייט ער צו זיין זשאב).

February 9, 2011 at 9:08 PM#21
דעת בעל בית

הרב בן בית, איר זאלט ביטע נישט פארקויפן אנליין ”ווייל מענטשן זאגן דיר אז די טויגסט צו דעם” זאלסט ביטע נישט אראפפלאשן טויזענטערס זדשאסט ווייל איינער וויל פטור ווערן פון דיר און שיקט דיך ליפטערן אנליין….
מ’קען נאר טוען א ביזנעס וואס מ’פיעלט מ’פארשטייט אליין דערצו און מ’דארף א שטופ פון דערזייט, סתם גיין טוען זאכן ווייל מענטשן האבן דיר געזאגט… איז א גרויסע מיסטעיק.
עצט צום ענין, ווען עס קומט צו טשוזען אין וועלעכע ”ליין” אריינצוגיין דארף מען אליין האבן א געפיעלצו א געוויסע זאך. קיינער, כמעט קיינער, האט נישט געהאט הצלחה ווען ער האט זיך אריינגעלייגט אין די ביזנעס וואס אנדערע האבן אים געשטיפט דערצו ”אויב האט ער אליין נישט געהאט די געפיעל דערצו”
וועגן דעם וואס די שרייבסט אז די ווילסט איינער זאל דיך עס אויסלערנען אין די ווילסט אים אנכאפן ”דרוקען” צום וואנטביז שדמאכטס געלט ”עס איז נישט דא אזא זאך” אויף דעם כדור הארץ. יעדע פראפעשענאל וויל באגלייטן אין מאכן געלט אין באגלייטן נאכאמאל, מ’קען נישט יענעם זאגן די ביזסט ”מיינס” ביז איך מאך געלט. סארי, נעם דיך דאס ארויס פין קאפ, עטליעסט אין דעם גלגול.
וואס יא, מ’נעמט א ליין וואס מ’פיעלט מ’פארשטייט אביסל. מ’פיעלט אז דאס ציעט מיך, מ’הייבט אן צו טוען, ”פאטשקענען בל”עז”, דערנאך לערנט מען זיך צו אביסל מער, מ’האט דורכפעלער, מ’שטארק זיך, מ’גייט אן. מ’דערלייגט נאכאמאל געלט, מ’שטארקט זיך נאכאמאל און אזוי ווייטער ביז מיטן אייבערטענס הילף מאכט מען עפעס.

February 9, 2011 at 11:13 PM#22
דעת בעל בית

=====הוספה=====
באמת האב איך שוין גענוג געשריבן פריער צו ”בן בית” און איך האב נישט צופיל צייט צו שרייבן די וואך, ווי דער עולם זעהט האב איך נישט געשריבן קיין נייעס די וואך, איך בין זייער פארנומען אין זדשאב, כ’בין אהיימגעקומען אביסל שפעטער יעדן טאג די וואך, אבער איך פיעל אז מ’דארף מוסיף זיין, תן לחכם ויחכם עוד.
לאמיר דא צולייגן פאר’ן עולם אפאר נקודות,
איבער די ענין פון טוען פאר פרנסה אין די זאך וואס מ’פיעלט אז דאס ציעט, עס איז א בפירוש’ער חובת הלבבות אין שער הבטחון אז א מענטש זאל אויסקלויבן צו טוען די השתדלות פאר פרנסה אין די זאך וואס ער פיעלט אז דאס איז פאר אים,
ער זאגט נישט, וואס דער חבר, ברודער, שוואגער, טאטע, זיידע, ווייב, שוועגערן, ווייב’ס שוועגערן, ווייב’ס שוועגערן’ס נעיבארטע, ברודער’ס חבר אין כולל, פעטער, מומע’ס שוועסטער, שוועסטער’ס קאנטרי נעיבאר, זאגט א ס’איז גוט.
איך האב נישט אויף די מינוט די מראה מקום מיטן לשון, אויב איינער איז מורא’דיג אינטערעסירט זאל ער שרייבן און איך וועל עס בל”נ גיין אויפזיכן.

טראכט אריין ס’דא הונדערטער מיני ביזנעסער וואס מ’קען מאכן שיין געלט, קאר דיעלערשיפ, עסן געשעפט, דיסטריביושאן, חינוך מיוחד, אקאונטינג, און נאך און נאך, די ליסטע איז זייער לאנג, צו מיינט דאס אז איינער קען זאגן פאר א צווייטן קוק דארט מאכט מען געלט, טו דאס און דאס, בפירוש נישט, מ’קען נאר טוען וואס מ’האט א געפיל צו,

נאר לאמיר אביסל צולייגן סייקאלאזדשיסטיג,
ווען איינער טוט סיי וואס פאר פרנסה דארף ער האבן א געפיל דערצו, מ’קען נישט ארבעטן און טוען א זאך אן קיין געפיל און מאכן געלט, עס גייט נישט, משום כמה סיבות.
1) ווי כ’האב שוין פריער געשריבן, שבע יפול צדיק וקם, מ’מוז זיך אסאך שטארקן ביז מ’מאכט עכט געלט,
נו ווי אזוי פלאנסטו עס צו טוען מיט א זאך וואס די האסט נישט קיין געפיל דערצו?

2) ווען א מענטש טוט א געוויסע ארבעט איז ליידער דא גענוג אימפארגינערס וואס דרייען זיך בתוכינו, אז איינער טוט שוין עפעס און אפשר וועט ער מאכן א דאלער, וואס טוען זיי? דרייען זיך ארום ליידיג און טרייבן שפאס, האסט געהערט וואסארא נארישע ביזנעס יענקל האט געפענט? ער מיינט נעבעך אז מ’קען מאכן געלט פון דעם, נעבעך, א שאד אזא טייערער אינגערמאן……. וכו’ וכו’, נאכדעם הערט שוין די ווייב פון א האלבע שטאט אז מ’באוויינט איר מיט איר מאן און זי ווערט שוין אינגאנצן צומישט, און מאכט שוין צומישט דעם אינגערמאן וואס האט קוים אנגעהויבן צו טוען פאר פרנסה, ווער רעדט נאך אויב די שוויגער האט וואס אריינצורעדן דארף מען דאך זיכער נישט מער, מ’דארף האבן אסאך כחות דאס בייצושטיין, די וואס זענען דאס אדורך קענען אייך מעיד זיין,
נו ווי אזוי קענסטו דאס דורכגיין אויב די אליין האסט נישט ליב וואס די טוסט?
3
) די איידיע פון זאגן איך קען טוען די געוויסע ביזנעס נאר אויב איינער שטיפט מיך דערצו און טרייבט מיך אינטער טאג טעגליך און זאגט מיר ברחל בתך הקטנה וואס צו טוען, סארי…..מיז איך זאגן שמעקט פון …… די מיאוסע ווארט…… דעפרעסיע…….. יא, די פיעלסט נישט קאנפידענט צו ארויסגיין מאכן געלט, ווייל אפשר וועסטו דורכפאלן, און מענטשן וועלן רעדן דערפון, ווילסטו שוין אנגרייטן תירוצים פאר די דורכפעלער, אודאי וועט יענער זיין שולדיג און אלע פראבלעמן, ווייל ער האט דאך מיך נישט גוט אויסגעלערנט וואס צו טוען אין אזא פאל, דאס טויג זייער נישט. באמת קענסטו ארויסנעמן די ווארט דעפרעסיע און אריינלייגן עני אנדערע ווארט אנשטאט, אזוי ווי איך ליג נישט אין די ליין, אפשר האב איך נישט די ריכטיגע ווארט פאר דעם.
ח”ו ”בן בית” איך מיין נישט דיך, איך מיין אין GENERAL די קאנצעפט. ווייל ווי יעדער פארשטייט קומען די ווערטער וואס די שרייבסט, נישט ווייל די ביזט ח”ו עפעס נישט אזוי קלוג, עס קומט פונעם ענווייראמענט, עס שפיגעלט אפ ווי אזוי היינטיגע אינגעלייט טאכטן ווען עס קומט אנצוהייבן צו מאכן געלט.

כ’האב אביסל מאריך געווען, סארי מיי פרענדס, באט כ’האב געפיעלט אז עס וויכטיג ארויסצוברענגען די פאר נקודות, ועוד חזון למועד.

February 10, 2011 at 8:16 AM#23
דעת בעל בית

יא מנחם, ביטע ברענג דעם מראה מקום, אויב נישט שווער ביטע אויך דעם לשון.
איך האב שוין אפאר מאל געהערט אז ס’דא אזא זאך, אבער נישט קלאר געקענט ארויסקומען ווי און וואס און ווער.
ייישר כח למפרע.

February 10, 2011 at 10:13 AM#24
דעת בעל בית

איך האב מיך נישט געפויעלט נאר נארכגעזיכט, און דא האט איר, טייערע ווערטער פונעם הייליגן חובת הלבבות וואס וועט זיכער זיין קילורין לעינים,

איך קען נישט דא מאכן באלט, האב איך געמאכט איך געמאכט אין ”——-” קוקט די שטיקל וואס הייבט זיך אן ”ולכל אדם” אין די שטיקל ”ומי שמוצא”

וז”ל סופ”ג משער הבטחון,
וכיון שהתברר חיוב הגלגול על הסיבות על בני אדם, נבאר עתה כי אין כל אדם חייב לחזר על כל סיבה מסיבות הטרף, כי הסיבות רבות.
מהן נקלות,
שטרחם מעט, כסחורה בחנות או מלאכת יד שטרחה מעט, כתפירה וכאיחוי והספרות ואצור המסחרים ושכיר האריסים והפועלים והשמשים בעבודת האדמה.
ומהן סיבות יש בהן יגיעה וטורח,
כעיבוד העורות והוצאת הברזל והנחושת מן מוצאיהם, וזיקוק הכסף בעופרת, ונשוא המשאות הכבדות, ולכת בדרכים רחוקים תמיד, ועבודת האדמה וחרישתה וכיוצא בהם.
ומי שהוא מבני אדם חזק בגופו וחלש בהכרתו, ראוי לו מהם מה שיש בו מן היגיעה כפי שיכול לסבול.
ומי שהוא חלש בגופו והכרתו חזקה, אל יבקש מסיבות הטרף מה שמייגע גופו, אך ייטה אל מה שיהיה קל על גופו ויוכל להתמיד עליו.

”ולכל אדם יש חפץ במלאכה או סחורה מבלתי זולתה. כבר הטביע האל לה בטבעו אהבה וחיבה.”

וכן בשאר החיים:
כמו שהטביע בטבע החתול צידת העכברים,
ובטבע הנץ צידת מה שראוי לו מן העוף,
ובטבע האיל צידת הנחשים.
וכן יש מן העופות שיצודו הדגים לבד,
וכן בטבע מין ומין ממיני החיים נטייה ותאווה אל מין ממיני הצמחים והחיים, הוטבע עליו להיות סיבה למזונו, ותכונת גופו ואבריו ראויים לדבר ההוא,
כפה הארוך והשוק הארוך לעוף שהוא צד את הדגים,
וכשן והציפורן החזק לארי,
והקרניים לשור ולאיל.
ואשר תוכן מזונו מן הצמח – לא נתן לו כלי הציד והטרף.
ועל הדמיון הזה תמצא מידות בני אדם וגופותם מוכנות לסחורות ולמלאכות.

”ומי שמוצא במידותיו וטבעו כוסף אל מלאכה מהמלאכות, ויהיה גופו ראוי לה ויוכל לסבול את טרחה, יחזר עליה ישים אותה סיבה להבאת מזונו, ויסבול מותקה ומרירותה, ואל יקוץ כשיימנע ממנו הטרף בקצת העתים, אך יבטח באלוהים שיספיק לו טרפו כל ימי חייו.”

ויכווין בטרדת לבו וגופו בסיבה מן הסיבות והסבוב עליה, לעמוד במצוות הבורא שצווה האדם להתעסק בסיבות העולם בעבודת האדמה וחרישתה וזריעתה.
כמו שכתוב (בראשית ב) ויקח ה’ אלוהים את האדם ויניחהו בגן עדן לבדה ולשמרה.

February 10, 2011 at 1:42 PM#25
דעת בעל בית

געווענליך בין איך נישט קיין קאמפלימענטאר, איך זאג מיר אפ וואס איך האלט, אדער ווענד איך אפ יענעם און פארטיג, אבער דאס מאל מנחם ביזטו ווערט א קאמפלימענט, איך האלט פון וואס דו האסט דא געשריבן, בפרט פון דעם שטיקל פון “חובות הלבבות” וואס ווען דו זאלסט נאך נישט האבן מעתיק געווען דאס לשון, וואלט איך דיר אויסגעכאפט (מיין קאמפלימענט דא האט גארנישט צוטון, מיט דעם וואס דו האסט מיר קאמפלימענטירט אויף איינע פון די אנדערע פארום’ס, איך פיר זיך נישט צו קאמפלימענטירן נאר אויב עס קומט איינעם אמת’דיג……)

February 10, 2011 at 2:52 PM#26
דעת בעל בית

מנחם, מורא’דיג
בפרט די שטיקל, דאס איז ממש איינע פון די נקודות וואס דו האסט אויבן גערעדט דערפון

“יחזר עליה ישים אותה סיבה להבאת מזונו, ויסבול מותקה ומרירותה, ואל יקוץ כשיימנע ממנו הטרף בקצת העתים”

אויב האלסטו אז דאס איז פאר דיר, דעמאלס לאז עס נישט אפ ווען עס מאכט זיך א שווערע פאר וואכן, שוויץ עס אויס.
איך בין שוין געווען אויף דעם מצב און געטון אזוי קעגן די ראט פון מיינע ארימיגע, געלויבט דעם אייבערשטען אז ער האט מיר אזוי חונה דעת געווען, אבער ווען איך ווייס ווען פונעם חובת הלבבות דעמאלס וואלט עס געווען פיל גרינגער.

בכלל איז דער לשון פונעם חובת הלבבות כדבש למתוק.

February 10, 2011 at 3:00 PM#27
דעת בעל בית

געוואלדיג, געוואלדיג, LET’S SPREAD THE WORD מ’קען נישט וויסן וויפיל אידן מ’קען אויפרעכטן מיט דעם

February 10, 2011 at 3:00 PM#28
דעת בעל בית

איך בין שוין אין עולם הפרנסה קנאפע אנדערטהאלבן יאר טאקע ניי אבער געניג צייט צו הערן אלע נעגעטיווע חלקים פון מאכן געלט, “דא” וויל איך הערן פאזיטיוו.
איך וויל העלפ זיך ארויס צו זען פון די שקלאף מארקעט און זיך צו דערדראפענען צו א נארמאלע ביזנעס מיט אלע מעלות און חסרונות וואס ס’ברענקט מיט אויב איינער ווייסט ווער ס’קען העלפן דערמיט זאל ער ביטע ארויף לייגן זיין טעלעפאון נומער דא א יישר כח!

February 10, 2011 at 3:22 PM#29
דעת בעל בית

אנטשולדיגט בן בית, מיר ווילן דיר זייער שטארק העלפן, אבער ביי אונזער בעסטן ווילן ווייסן מיר נישט גענוי וואס דו ווילסט.

אויב ביזטו שוין אנדערהאלבן יאר אין עולם הפרנסה, וואס טוסטו געוואלד!? וויאזוי ביזטו שוין געוואר געווארן אלע נעגאטיווע זאכן וויאזוי מען מאכט נישט געלט, וואס האסטו געטון, סתם געפאטשקעט מיט גארנישט, האסטו זיך פרובירט אריינצולאזן אין א געוויסע זאך, אויב יא וואס? און ווער זאגט דיר אז פון יענץ וואלטסטו נישט געקענט מאכן קיין געלט אויב וואלטסטו דורכגעשוויצט די שווערע תקופה.

איך בין אריין אין א געוויסע ליין, א האלב יאר צוריק, איך האב זיך איינגערעדט אז איך וועל מאכן ווייניגסטענס $2500 א חודש, מיין טאטע (מיט וועם איך בין זיך ב”ה כמעט אייביג מייעץ פאר איך טו אן ערנסטע זאך, און קען זיין אז דיין טאטע – אויב דו האסט – קען דיר אויך העלפן מער ווי דו מיינסט) האט מיר דאן געזאגט אז איך דארף זיין געראכטן מינימום א האלב יאר צו שוויצן, פאר איך זעה עפעס ערנסטע געלט, און היינט קען איך עדות זאגן, “אוי ווי גערעכט ער איז געווען”, עס איז דא זאכן וואס מען קען שוויצן דערויף א יאר צוויי ביז עס הייבט אן דעקן די אויסגאבן, ווער רעדט נאך פון שיין פארדינען, ממילא כדי דיר צו קענען העלפן, דארפן מיר וויסן וואס דו האסט שוין פרובירט, פון וואס דו ביזט אזוי אנטוישט, און וואס דו זוכסט.

בכלל איך מיין אז דעם דיסקוסיע האלטן נישט קיין סאך מענטשן מיט, איך האלט זאלסט אריישרייבן צום “בעל הבית” אין דעם בריוון אפטיילונג (דער ערשטער אפטיילונג פון דעם “בעל הבית”), דיין פראבלעם, און וואס דו זוכסט, איך בין זיכער אז דו וועסט זיך טרעפן אסאך אחים לצרה, אדער אזעלכע וואס האבן שוין אדורכגעשוויצט ענליכס וועלן זיי דיר זיכער זיין צופרידן צו העלפן, וועט כאטשיג זיין א גרעסערע ציבור וואס וועט ארויסהעלפן מיט דעם פרואוו דיר צופרידן צושטעלן.

February 10, 2011 at 4:12 PM#30
דעת בעל בית

איך וועל אנהייבן מיט די זעלבע ווערטער ווי ידידי ר’ לייב.
אנטשולדיגט מיר בן בית מיר ווילן אייך זייער העלפן.
קיינער אין די וועלט וועט אייך נישט קענען העלפן אויף די וועג וויאזוי די בעטסט די הילף… אנטשודליג פאר די שארפן אויסדריק.
ביטע זעץ דיך אראפ און זיי מסדר אין דיין קאפ וואס די האסט שוין געטוען די לעצטע איינס און א האלב יאר, און פון וועם די האסט געטרייט צו נעמן עצות א. א. וו. דערנאך וועלן די חכמים אנעלייזן דיין מצב און אויפקומען מיט א תשובה ארוכה ונכונה.
אזוי אויך ביטע הער אויף צו בעטן נומבערס, ווייל עס מאכט נישט אזא שיינעם איינדרוק.

February 10, 2011 at 7:30 PM#31
דעת בעל בית

איך מיך שוין כמעט ווי א שה אחד בין … אהַה ח”ו נאר א וויץ.
לאמיר נאכאמאל אנהייבן די שמועס פון אלף אויף שטילע טענער.
איינער האט געפרעגט ווי מען קען זיך לערנען צו פארקויפן אנליין די ענטפערס איז געווען
1) סידי’ס
2) אנליין מאכט מען נישט קיין געלט נאר טאמער…..
3) די לערער’ס פון אנליין נארן אריין די סטודענטן
האב איך איבער געפרעגט אז איך וויל מיך אויך לערנען אנליין צו איינער ווייסט ווי מ’קען עס טון אן א סידי און אן א לערער וואס נארט אויס, איז געקומען די ענטפערס אזוי.
1) מ’קען נישט וויסן צו מ’גייט האבן הצלחה
2) (פערזענליך) ווער זאגט די ביסט געאייגנט צו פארקויפן אנליין
3) שרייב צו בעל הבית וואס מ’קען דיר העלפן
4) בעט נישט קיין נאמבערס

ס”ה האבן צוויי אידן געבעטן הילף זיך צו לערנען אנליין און אלע ענטפערס זענען אדער נעגעטיווע ענטפערס אדער שלא כענין, ריכטיג?
איז לאמיר נישט נאכעמאל אנהייבן א דעבאטע, נאר ווער ס’קען העלפן זאל זיך אנריפן
א יישר כח!

February 10, 2011 at 8:05 PM#32
דעת בעל בית

זייער שיין צוזאמגענומען, א פארגעניגען צו ליינען, אנטשולדיגט פארן נישט פארשטיין, דיינע פריערדיגע קאמענט’ס זענען נישט געווען אזוי קלאר.

דערווייל קען איך דיר ליידער נישט העלפן, אבער איך וואלט דיר געראטן אז דו זאלסט אריינשיקן די פראגע צום בעל הבית נאכאמאל (פארשטייט זיך זאלסט אראפשניידן די לעצטע אכט שורות פון “איז געקומען די ענפער’ס אזוי” ביזן סוף), לאמיר האפן איינער וועט דיר קענען העלפן, ווייל ווי שוין געזאגט אונזער ויכוח האלטן מן הסתם נישט צופיל מענטשן מיט, אז דו ווילסט אז מער מענטשן זאלן עס זען, דארפסטו עס נאכאמאל אריינשיקן (דאס איז מיין מיינונג, מעגסט מחולק זיין, און ווארטן אז איינער זאל דיר ענפערן דוקא אויף דעם פארום).

February 10, 2011 at 8:22 PM#33
דעת בעל בית

לכ’ הרב בן בית.
איך וויל באמת בעטן מחילה פון דיר אז די ביסט געווארן ”הורט” פון מיינע קאמענטס, איך זיך באמת קיינעם נישט צו באליידיגן.
ליין איבער מיינע תגובות. איך ברענג קלאר ארויס אז די פראבלעם איז ”די ווילסט פארקויפן אנליין ווייל ”מענטשן” זאגן דיר אז די ביזט געאייגענט דערצו” דאס האב איך געוואלט ארויסרייסן פון דיר, זאלסט עס נישט טוען ווייל מענטשן זאגן דיר, זאלסט נאר טוען וואס די אליינס פיעלסט אז ס’ציעט דיר.
אוודאי, אויב די אליינסט ווילסט, די פיעלסט אז די טויגסט דערצו, וועל איך זיכער זיין גרייט דיר צו העלפן מיט אלעס וואס איך קען.
די ווייסט דאך איך וויל העלפן יעדן איד, אפילו צו מאכן אפאר פרוטות…. כל שכן צו מאכן ערענסט פרנסה.
BTW די מאכסט אזוי אוועק סידיס, היימט צוטאגס, וועט יעדע פלאץ און יעדע מענטש ווי די גייסט דיך אויסלערנען עני פאך, דיר געבן א חלק פון די לעסאנס און/אדער עקסערסייז אויף סידיס, דיווידי, און נאך. סא זיי פריפעירד.