נייעס

13 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: תצוה , תשע"א · בעל-בית נומער: 36 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/נייעס-12/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

גוגל באשולדיגט: מייקראסאפט בארויבט אונזער סיערטש רעזולטאטן

עס איז שוין נישט קיין נייעס היינט ווען גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס באשולדיגן זיך איינע די אנדערע אין צורויבן און נאכמאכן יענעמס איידיעס און אויסטרעפן. געווענליך איז עס קיינמאל נישט אזוי קלאר און רובא דרובא קומען נישט אן אין געריכט.
אבער דא רעדט מען שוין פון א פיל גרעסערע פארברעך, גוגל באשולדיגט אז מייקראסאפט טוט נישט בלויז נאכמאכן זייער טעכנאלאגיע, נאר טוט פשוט או פראסט קאפירן גוגל סיערטש רעזולטאטן! די באוואוסטע גוגל אינזשעניר מעט קאטס האט געשילדערט ווי אזוי גוגל האט שוין לאנג אנגעהויבן צו פארדעכטיגן אז די בינג סיערטש רעזולטאטן זענען זייער ענליך צו גוגל’ס. גוגל האט דאן דורכגעפירט פארשידענע פראבעס און באוויזן צו דאקומענטירן די באווייזן שווארץ אויף ווייס.
גוגל’ס באווייזן זענען זייער שטארק, די פראבע איז צוגעגאנגען ווי פאלגענד, גוגל האט איינגעפלאנצט פאלשע רעזולטאטן פאר אויפגעמאכטע ווערטער וואס געפינען זיך בכלל נישט אויף די וועב, למשל זיי האבן פראגראמירט אז גוגל זאל ווייזן די היים זייטל פון די RIM פירמע ווען מען זוכט די פאלגענדע בוכשטאבן “mbzrxpgjys”  די בוכשטאבן האבן נישט קיין מיינונג און אוודאי האט עס נישט קיין שום פארבינדונג מיט RIM. אין בלויז 13 טעג שפעטער האט בינג אנגעהויבן צו ווייזן די RIM זייטעל אלץ רעזולטאט פאר א סיערטש אויף די אויבנדערמאנטע בוכשטאבן.
מייקראסאפט טוט קאטאגאריש אפלייקענען די באשולדיגונגען, זיי האבן פארעפענטליכט א סטעיטמענט ווי זיי האבן טרוקן געמאלדן “מייקראסאפט קאפירט נישט גוגל’ס סיערטש רעזולטאטן”. גוגל האט אויסגעדריקט שטארקע אנטוישונג אז מייקראספט וויל נישט מודה זיין טראץ אזעלכע אפענע באווייזן.

מייקראסאפט אפיס וועב עפס וועט בקרוב זיין עוועליבעל איבער די וועלט

גוגל דאקס איז באוואוסט אלץ א פרייע, וועב באזירטע “מייקראסאפט אפיס” אלטערנאטיווע, ווייניג ווייסן אבער אז מייקראסאפט אליין שטעלט אויך צו א פרייע אלטערנאטיווע צו זייער אייגענע פראדוקט, וואס איז אויך וועב באזירט און אויך פריי.
עס איז אינגאנצן עטליכע חדשים אלט, עס איז ערשינען אינמיטן זומער און אויך נאר אין געציילטע לענדער, עס איז היבש ענליך אין אויסזען צו מייקראסאפט אפיס 2010, פארשטייט זיך אז עס האט נישט אזויפיל פיטשערס, אבער די אויסזען איז רייכער און געשמאקער פון גוגל דאקס.
נאך א געוואלדיגע מעלה, עס פארשטייט זיך זייער גוט מיט די געהעריגע מייקראסאפט אפיס פראגרעמס, מען קען ניצן די זעלבע פייל סיי אין די דעסקטאפ פראגרעם און סיי אין די וועב ווערסיע, איין קליק אין די אנליין ווערסיע עפענט די דאקומענט אין ווארד אדער עקסעל. אזוי אז מען קען ניצן די געהעריגע דעסקטאפ פראגרעם ווען מען האט צוטריט דערצו און בשעת הדחק קען מען עס זען און עדיטן אין א בראוזער פון סיי וועלכע קאמפיוטער.
די וואך האט מייקראסאפט ערמעגליכט צוטריט דערצו צו באניצער פון נאך 150 לענדער צווישן זיי חלקים פון אייראפע און ארץ ישראל. קומענדיגע חודש וועט עס שוין זיין אוועליבעל איין די גאנצע וועלט. דאס איז גוטע נייעס פאר ביזנעס באניצער וואס רייזן אפט איבער די וועלט.
ניצט איר גוגל דאקס אדער מייקראסאפט אפיס וועב עפס? וואס גלייכט איר בעסער? לאזט הערן אייער מיינונג אין די קאמענטארן.

מאזי ענדיגט אנלימיטעד בעק-אפ פלענס

מאזי איז געווען פון די ערשטע און איז היינט פון די גרעסטע און פאפולערסטע אנליין בעקאפ פירמעס. א וויכטיגע פאקטאר צו זייער סוקסעס איז געווען די “אנלימיטעד בעקאפ” פלאן, פאר בלויז  5 דאלאר א חודש האט מען געקענט סטארעזשן א אומבאגרעניצטע קוואנטום פון פיילס. (עס איז אבער געווען באגרעניצט  צו א איינצעלנע קאמפיוטער).
די וואך האבן זיי געמאלדו א דראסטישע טויש, עס וועט מער נישט זיין קיין אנלימיטעד פלאן, פאר 6 דאלער א חודש באקומט מען בלויז 50 ג”ב, אין היינטיגע צייטן וואס צוויי טעראבייט הארד דרייווס איז א נארמאלע ערשיינונג, מיינט עס אז מען וועט מער נישט קענען בעקאפן די גאנצע הארד דרייוו, נאר זיין געצוואונגען צו אויסקלויבן בלויז די סאמע וויכטיגסטע פיילס צו בעקאפן.
מאזי ערקלערט, אז טאקע צוליב די גרויסע הארד דרייווס האלטן מענטשן אסאך מער דאטא ווי אמאל און זיי קענען עס מער נישט נאכקומען, און הגם די הארד דרייווס זענען ביליגער פאר זיי אויך, זענען די פרייזן פון עלעקטעריק און טרענספערן דאטא (bandwidth) בכלל נישט געפאלן, אדרבא עס איז ארויף.
זיי זאגן אז זיי זענען נישט באזארגט אז מענטשן וועלן דעפעקטירן צו אנדערע פירמעס וואס שטעלן נאך יא צו אנלימיטעד בעקאפ, ווייל לויט זיי וועלן אלע פירמעס זיין געצוואונגען צו אנולירן די אנלימיטעד פלענס פריער אדער שפעטער.
די אלע וואס האבן  שוין יעצט א אנלימיטעד פלען וועלן קענען בלייבן דערמיט ביז ווי לאנג די קאנטראקט לויפט אויס.

מייקראסאפט האטמעיל נייע פיטשער: איינמאליגע אימעיל אדרעס

האט איר זיך שוין אנגעשטויסן אין די פראבלעם? איר מוזט זיך אויפשרייבן צו א געוויסע וועבזייטל אבער איר וואלט ווען זייער נישט געוואלט ארויסגעבן אייער אימעיל אדרעס. מייקראסאפט האט יעצט ציגעלייגט א נייע פיטשער אין אלע האטמעיל אקאונטס וואס ערמעגליכט אייך צוצולייגן א נייע אימעיל אדרעס וואס וועט אנקומען אין אייער יעצטיגע אקאונט. אויב הייבט איר אן צו באקומען ספעם אדער ווילט מער נישט הערן פון יענעם, מעקט אויס די אדרעס פון אייער אקאונט.
גימעיל און האטמעיל האבן שוין פון לאנג די פיטשער פון צולייגן בוכשטאבען מיט א + צו אייער עקזיסטירענדע אדרעס און דערנאך פילטערן אימעיל וואס קומט אריין דורך דעם, אבער א ספעמער קען עס גרינג אראפנעמען און בלייבן מיט די ארגינעלע אדרעס.

February 7, 2011 at 9:49 AM#2
נייעס

איך האב דאס שוין געלייגט פאריגע וואך, אבער אזוי ווי אסאך לייענער זענען נאר דא מאנטאג, און די אינפא איז זייער וויכטיג, לייג איך עס איבער נאכאמאל.

זייער וויכטיגע נייעס אויב איר נעמט יעצט א מארטגעטש אדער אויב איר ווייסט פון איינעם וואס נעמט א מארטגעטש לאזט אים דאס וויסן,

אנגעהויבן FEB 1 אויב האט איר אפלייט פאר א מארטגעטש מעגן זיי נאכאמאל און נאכאמאל טשעקן דיין קרעדיט צו זעהן אויב די נעמסט נישט נאך לאונס ערגעץ אנדערש, און אויב יא, קענען זיי טוישן די טערמס און רעיטס נאכאמאל און נאכאמאל ביזן CLOSING, און אויב איז שוין זייער נאנט צום קלאזינג איז שוין אסאך ערגער די פראבלעמן,
אזוי אויך וועלן זיי איבערטשעקן די ספענדינג ביהעוויער פון אפ טא 120 פארדעם, צו זעהן אויב איר זענט נישט געדרוקט פון אדערע זייטן,
זייט געווארנט, די מצב איז גאר ערענסט,
ליינט דורך בעיון דא,
http://tinyurl.com/6lfxr4v

February 7, 2011 at 10:44 AM#3
נייעס

יישר כח מנחם פאר די וויכטיגע אינפארמאציע

February 7, 2011 at 10:46 AM#4
נייעס

איך וואלט פארגעשלאגן די ראדאקציע זאל ווידמען אן אפטיילונג פאר אזעלעכע אינפארמאציע פון טוישינגען אין די ביזנעס וועלט וואס קען צומאל זיין זייער וויכטיג, און אמאל אפקאסטן שווערע געלטער און עגמ”נ אויס מ’ווייסט נישט דערפון פון פאראויס.

February 7, 2011 at 11:32 AM#5
נייעס

THANK YOU MENACHEM

February 7, 2011 at 12:29 PM#6
נייעס

יישר כח מנחם, דאס קומט מיר זייער צוניץ טאקע יעצט, קיפ אפ יאר גוד ווארק

February 7, 2011 at 1:00 PM#7
נייעס

הא אה…. דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן, שכח מנחם

February 7, 2011 at 1:08 PM#8
נייעס

איין מינוט, וויאזוי קען טאקע מייקראסאפט גנבענען פון גוגל? גייסט מיר זאגן אז מייקראסאפט האט ארויסגעשטעלט א “באט” וואס זאל זוכן אויף גוגל אלע מיני ווערטער, און עס אימפארטירן צו זיי? וויאזוי אין די וועלט איז די באט אנגעקומען צו “mbzrxpgjys”?

עפעס מאכט נישט קיין סענס.

חוץ דעם מיין איך אז עס איז א שטארקע בושה פאר גוגל צו קאנטראלירן סוירטש רעזולטאטן כדי צו כאפן מייקראסאפט, פאר אונז קליינע מענטשלעך קוקט עס אויס ווי א גוטע שפיצל, אבער אין די אינטערנעט וועלט האט גוגל א מוראדיגע טראסט נאר ווייל כלומרשט האט נאך קיין מענטשליך האנט נישט אנטייל גענומען אין די סוירטש רעזולטאטן. דא זעט מען ווי שנעל זיי קאנטרעלירן עס פאר מינדערוויכטיגע סיבות.

February 7, 2011 at 1:14 PM#9
נייעס

נו, מה דאך ווען מען פרעגט מיר נישט גלייך איך זיך אנצורופן, לא כל שכן ווען מען פרעגט און מען איז גאר אנגעוויזן אויף מיין מיינונג, דאס איז דאך שוין לאו בכל יומא מתרחיש, העל איך טאקע זאגן את אשר בלבבי, און דייקא מיט’ן גאנצן שטארקייט:
גוגל דאקס איז א דיזעסטער פין א פראגראם!
איך פלעג עס אמאל נוצן בכדי צו ‘וויוען’ פיילס וואס איך פלעג באקומען אין אימעיל און איך האב עס נישט געוואלט דאונלאודן, אבער לא די איך האב געדארפט ווארטן א יאר מיט א מיטוואך ביזווילאנג ער האט זיך געעפענט, פלעגן נאך אין מיינסטנס אויסקומען די שורות טאטאל פאררוקט, און צומאל גענצליך נישט לעזבאר. איז אלזא א דאנק אייך פאר’ן אינטערדוסן דעם מייקראסאפט פראגראם, מ’העלמיר עס אי”ה אויספרובירן.

February 8, 2011 at 8:55 AM#10
נייעס

אזוי ווי די וואך איז שוין דער עולם פארטיג מיט קאמענטס אביסל פריער, וועל איך שוין אנהייבן פריער מיט די נייעסלעך.
איך וויל נאר מאכן א קורצן סורוועי, וואס וויל דער עולם, זאל איך יא ברענגען די לינקס צו די נייעס אדער ענדערשט שרייבן אביסל מער באריכות אן די לינקס
ביטע לאזט הערן אייער מיינונג

February 8, 2011 at 12:21 PM#11
נייעס

איך וואלט געשטימט אויף ברענגען די נייעס באריכות אן די לינקס. רוב עולם האט נישט קיין געדולד צו גיין נאכזוכן די אלע לינקס, און דאס איז פארוואס מיר זענען אזוי עדיקטעד צו בעל הבית, אז ער ברענגט אונז אלע נייעס אויפ’ן גאלדענעם טאץ.

February 8, 2011 at 2:57 PM#12
נייעס

די לינק’ס קוק איך נישט נאך פשוט ווייל געווענליך איז מיר נישט אינטערסאנט דער נושא, דאס איז מן הסתם די סיבה פארוואס דו שרייבסט נישט באריכות נאר דו צייכנסט צו דעם לינק, איז עס איינעם אינטערסאנט, זאל ער עס אויפקוקן, און אויב נישט לאמיר אים נישט באלמוטשען, איך וואלט געשטימט אז דו זאלסט ווייטער טון אזוי ווי ביז יעצט.

February 8, 2011 at 2:59 PM#13
נייעס

מיכל.
איך האב נאכנישט אויספראבירט אלע גוגל דאק’ס אפליקעישאן’ס, אבער די פי.די.עף. ווייס איך אז אסאך לייכטער צו דאונלאדען און אליינס עפענען, ווי זיך אן עצה צו געבן מיט גוגל. און די אנדערע פראגראמען זענען אויך שוואך. איך וואלט געבעטן בשם דעם ציבור, זאלסט פארעפענטליכן דיינע רעזולטאטן מיט מייקראסאפט. יישר כח למפרע