אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

14 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אליבא דהילכתא · דורך: מכון בדרכי נועם · וואך: תצוה , תשע"א · בעל-בית נומער: 36 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/אוועקנעמען-ביזנעס-פון-א-צווייטן-איד/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

שאלה:
ביטע ענטפערן בכלליות איבער די ענין פון אוועקנעמען ביזנעס פון אנדערע אידן.
איך בין א סעילסמאן וואס איך גיי ארום צו ביזנעסער און סטאר’ס אז זיי זאלן נעמען מיין פראדוקט,  לאמיר אנכאפן פאר א דוגמא אז איך שטעל צו טשעק’ס פאר ביזנעסער, וואס איז די הלכה צו מעג איך פארשלאגן פאר איינעם ער זאל נעמען זיינע טשעק’ס ביי מיר אינדערצייט וואס אטאטמאטיש גייט ער אויפהערן צו נעמען טשעק’ס ביי זיין ביז איצטיגע פראוויידער.
איך האב אנגעכאפט פאר א דוגמא טשעק’ס, אבער די זעלבע שאלה איז ביי איינעם וואס שטעלט צו אפיס סופליי’ס, טאנער’ס, אא”וו.
איינער א ת”ח האט מיך געזאגט אז אויב איך נעם נישט אוועק פון יענעם כדי חיותו איז דאס נישט קיין פראבלעים, וויל איך וויסן אביסל מער פרטים דערוועגן, וואס הייט כדי חיותו וכו.
יישר כח
(-)

תשובה:
ביי א פאל וואס דער לוקח האט שוין אפגעשמועסט מיט א צווייטן סעילסמאן צו קויפן ביי אים, און  ביידע האבן שוין מסכים געווען, איז אסור צו קומען און אויסכאפען דעם ערשטן, ונקרא רשע.
אין א פאל וואס דער לוקח קויפט געווענליך די חפצים ביי איינעם, און מען וויל בעטן יענעם אז פון היינט און ווייטער זאל ער קומען צו אים און דורך דעם וועט ער מער נישט גיין צום ערשטן, איז א מחלוקה. אויב עס איז דא אסאך סרסורים וואס טראגן אן ביליגע פרייזן, איז די מנהג להקל, ווייל עס קען זיין אז א גוי וועט אים מציע זיין א ביליגערע פרייז און קיינער וועט נישט מרויח זיין.
אבער דאס איז נאר אין א פאל וואס דער קונה קויפט אלץ ביי דעם וואס איז מציע די ביליגסטע פרייז, אבער אויב ער איז נישט אינטערעסירט צו טוישן, צב”ש ער איז צופרידן יעצט מיט די סערוויס וכדומה, צו ווייל ער איז אים א חבר אדער קרוב, טאר מען נישט משתדל זיין אז ער זאל טוישן.
בכל אופן, אויב ווייסט מען אז א איד וועט שאדן האבן דורך דעם איז א מצוה מן המובחר נישט צו אויסכאפן יענעם.
די ענין פון כדי חיותו, איז נישט מעגליך צו וויסן, ולכן אין נראה לחלק.

על השאלה אם מותר להציע לקנות סחורה בשעה שבעל הבית זה כבר יש לו מי שמוכר לו והוא יהודי אם לא הוי מפקיע חיותו של חברו
תשובה אם הוא דבר שכבר רצה בעל הבית לקנות וכבר דיבר עם הסרסור הראשון לקנותו וכבר הסכימו על המחיר ובא איש ואומר שיקנהו אצלו הוי כעני המהפך החררה ובא אחר ונוטלו ונקרא רשע כמבואר בסי’ רל”ז ובזה ודאי שאסור לומר לבעל הבית שיקנה אצלו ועל ידי זה לא יקנה אצל הסרסור שהיה ראשון וכבר הסכימו ביניהם
אבל על דבר שהוא קונה אצל הסרסור הראשון תמיד ועל ידי השתלדותו לא יקנה אצל הסרסור הראשון מהיום והלאה אלא אצלו האי דינא דין מערופיא הוא דיש אוסרין בסי’ קנ”ו ויש בזה ד’ דיעות אם הבעל הבית הוא עכו”ם דשרי או להיפך הוא ישראל אמנם איך שיהיה מבואר בשו”ח מנחת יצחק ח”ב סי’ צ”ד דהמנהג להקל אפילו לכתחלה והטעם משום שיש הרבה סרסורים עכו”ם ואם לא יקנה אצלו אפשר שיקנה אצל העכו”ם ולא לו יהיה ולא לחברו ע”ש
ולכן נראה דאם הבעל הבית הוא שקונה מכל מציע לו בזול יכול הוא להציע אבל אם הבעל הבית יש לו אדם מיוחד שקונה אצלו הכל ואם יבא סתם איש לא יקנה אצלו כיון שיש לו כבר מי שמביא לו דברים אלו לקנותו אלא משום השתדלות של איש זה הוא קונה אצלו בזה תליא במחלוקת אי דנין דין מערופיא ולכתחלה אין כדאי להשתדל בזה שיקנהו מאתו
ובכל אופן אם יודע שיהודי אחר יפסיד על ידו איכא מצוה מן המובחר שלא להציע
ומה שחילק אם הוא כדי חיותו של חברו או לא דבר זה מן הנמנע לדעת מהו חיותו של חברו ולכן אין נראה לחלק
February 7, 2011 at 10:22 AM#2
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

אודאי רעדט מען אז די פארקויפסט פאר ביליגער, אויב אזוי, זיכער איז דא די מצוה פון והתחזקת בו, און לא תעמוד על דם ריעך, ווייל עפעס אן אפריפער איז געקומען פריער און יענעם אריינגע’נער’ט דארפסטו זיך צוריקהאלטן פון ראטעווען אפאר דאלער פאר דיין אידישער ברידער? מה חזית דדמי פונעם ערשטן מוכר סומק טפי מדמי פונעם טייערען הייליגען אידישן ברודער וואס פלאגט זיך פאר א דאלער.
פאר חודש אדר קען מען צולייגן, אז ס’איז נאר א גונב מן הגנב.

February 7, 2011 at 1:19 PM#3
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

די הלכה גייט אן ביי קויפן- פארקויפן דוקא, אדער איז די זעלבע דין שייך אויך ביי איינעם וואס פראווייד א סערוויס למשל אקאונטינג וכדו’ ?

February 8, 2011 at 3:08 PM#4
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

ווייטער איז מנחם ווילד געווארן אז מען גייט שוין איינעם בארייסן זיינע פאר פרוטות, קיינער האט נישט גערעדט פון איינעם וואס ריפט ח”ו, און איך האב דיר געוואלט זאגן אז אלע געשעפטן ריפן ווייל יעדער לייגט ארויף א מארק אפ אויף יעדן פראדוקט פון %30 ביז 75% (ווענדט זיך וואס דער אייטעם איז), און עס קען אלץ אנקומען איינער און פארקויפן פאר א מארק אפ פון בלויז 10% און דאס מיינט נאך נישט אז דער ערשטער איז א אויסרייסער, זיי נישט אזוי בייז אויף די געשעפטס לייט.

אויסער דעם האט קיינער נישט געזאגט אז אויב איינער קען אנטראגן פאר א צווייטן א ביליגערע פרייז, און ער ווייסט אז יענער מוטשעט זיך, טאר מען אים דאס נישט אנטראגן וויבאלד ער קויפט ביי א צווייטן איד, כאטשיג יענער נעמט א טייערן פרייז, און דער קונה מוטשעט זיך אויף יעדן דאללער. אונזער משיב האט קונציג אויסגעלאזט דעם חלק, קוק וואס ער שרייבט “אבער דאס איז נאר אין א פאל וואס דער קונה קויפט אלץ ביי דעם וואס איז מציע די ביליגסטע פרייז, אבער אויב ער איז נישט אינטערעסירט צו טוישן, צב”ש ער איז צופרידן יעצט מיט די סערוויס וכדומה, צו ווייל ער איז אים א חבר אדער קרוב, טאר מען נישט משתדל זיין אז ער זאל טוישן”, און וואס איז אויב ער קויפט נישט אלץ ביי דעם וואס איז מציע דעם ביליגסטן פרייז, נאר ער וויל האבן גוטע סערוויס אויך, און גוטע קוואליטעט אויך, שרייבט ער נישט, אבער לכאורה איז די זעלבע זאך, ווייל דאס מיינט אז ער קויפט דארט ווי ער קען באקומען די בעסטע פרייז, פאר די בעסטע באדינגען. עס איז אבער דא מענטשן וואס זענען צופרידן מיט דעם פלאץ וואו זיי קויפן איין, און זיי זוכן נישט צו טוישן אפי’ פאר ביליגער, און גיין אזא מענטש איינרעדן אז ער זאל יא טוישן איז אפשר טאקע נישט אויסגעהאלטן.

February 8, 2011 at 3:17 PM#5
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

איך פארשטיי אינגאנצן נישט די דעבאטע, דער משיב איז דאך א תלמוד חכם און דיין שוין יארן לאנג. וואס איז שייך צו דעבאטירן מיט אייגענע סברות.
עס איז דא א הלכה אז מ’טאר נישט מקפח זיין א צווייטענס פרנסה, אפילו דו ווילסט יענעם געבן ביליגער, נו וואס איז שייך צו אפווענדן מיט אייגענע בויך סברות?

February 8, 2011 at 3:17 PM#6
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

לייב, אפשר ברענגסטו ארויס קלאר דיין פאוינט,
ווי אזוי קען מען א מענטש ”איינרעדן” צו קויפן ביי דיר, די דארפסט דאך קומען מיט עפעס, אדער בעסערע סערוויס, אדער ביליגערע פרייזן, אדער אנדערע ADDITIONS טא פארוואס טאר דיי צווייטער ברידער נישט הנאה האבן פון דיין בעסערע סערוויס אויב ער דארף דאס.

February 8, 2011 at 3:19 PM#7
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

לייב BTW מנחם ווערט נישט ווילד, רואיגערהייט שרייבט ער צו דער זאך, און נעמט ארויס דעם ארי במסתרים פון גלייכגעוויכט,,,,,,,,,,, סארי ס’חודש אדר………..

February 8, 2011 at 4:23 PM#8
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

מנחם, אין די שאלה איז נישט דערמאנט קיין ווארט אז דער סעילסמאן שלאגט פאר בעסערע באדינגען, אויב אזוי פרעגסטו פארוואס זאל מען טוישן, עס איז דא אסאך סיבות וואס קען גורם זיין א טויש, איינס איז זייער טרעפליך, צום ביישפיל אז דער צווייטער סעיל’ס מאן איז א חבר אדער קרוב פון דעם מענטש, עס איז דא נאך אסאך סיבות נישט אייביג האט עס צוטון מיט דעם קוואליטעט אדער פרייז וואס ווערט פארקויפט.

מיין פוינט מיט וואס איך האב געשריבן אין מיין פריערדיגן קאמענט איז געווען אז עס איז דא מענטשן וואס זענען נישט אינטערסירט אין קיין טויש, ווילאנג זיי זענען צופרידן מיט וואס זיי האבן, אפי’ דער צווייטער סעיל’ס מאן שלאגט פאר בעסערע באדינגען ווי דער ערשטער (האסט א אקאונט ביי עטליכע בענק, און דו באקומסט מן הסתם כסדר אפפער’ס פון אנדערע בענק, און אזוי אויך קרעדיט קארד’ס, עס איז דא מענטשן וואס וועלן אלץ זוכן אויב איינער גיט זיי א בעסערע אפפער ווי דאס וואס זיי האבן יעצט ביי אנדערע בענק, און אנדערע וועלן צורייסן יעדע אפפער אן אפי’ אריינקוקן דערין, ער איז צופרידן מיט זיין באנק, און עס אינטערסירט אים נישט קיין בעסער’ס).

February 8, 2011 at 7:03 PM#9
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

קען מיר ה. מייזעלס ביטע רופן . איך וויל וויסן וואסערע טשעקס פארקויפסטו ?
מיין נומבער איז 347.731.5194

February 9, 2011 at 8:19 PM#10
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

צו די צוויטע דיבאטע פון ר’ מנחם האב איך מחליט געווען זיך צו לאזן הערן!

קודם לויט מיין פארשטאנד איז די מדובר נישט צו די דיין איז גערעכט צו נישט אדער צו מ’דארף קויפן ביי א איד צו נישט, מנחם וויל דא נאר אויפמערקן מ’זאל קוקן אויף ביידע זייטן, די מוכר איז א איד די קונה אויך, איין דיסטריבעטער איז א איד די צווייטע אויך במילה איז די זעלבע והחזקת בו אדער אנדערע מצות גילטיג אויף ביידע זייטן צוגלייך.
פיין א שיינע סברה. אבער אליבה דאמת איז ער נישט גערעכט, איז לדוגמה וועל איך דיר ווייזן א אינטערסאנטע זאך, אז ס’מאכט זיך א תקופה וואס בעון הדור איז יעדער ארים איז וואס טוט מען מ’דארף דעך אנגיין מיטן לעבן מאכט מען א טיי אווענט און יעדע נאכט געט יעדער א ביסל פאר איינעם, וויאזוי ארבעט עס אז קיינער האט נישט קיין געלט וויאזוי קען מאכן טיי אווענטס? אז די עולם געט אוועק די געלט וועסטו מארגען דארפן מאכן א טיי אווענט פאר אלע משתתפים? וואלט איך געזאגט זאל יעדער האלטן די געלט פאר זיך וועט יעדער האבן כאטש אביסל? די תירץ איז אז מ’ווערט נישט ארים פון געבן א צוואנציגער פאר א טיי אווענט און דער וואס באקומעט אלע צוואציגערס ווערט יא געהאלפן, די זעלבע זאך אז מ’צאלט טייערער פאר א געשעפט ווערט מען נישט ארים און דער געשעפטס מאן ווערט יא רייך, פאר דעם הייסט די תורה מ’זאל קויפן ביי ברודערס און די תורה הייסט נישט געבן ביליגע פרייזן.
וועגן די יעצטיגע שאלה איז אזוי. 2 אידן גייען אין מדבר ס’נאר דא 1 גלעזעל וואסער דאכט זיך מיר אז מ’פסק’ענט אז ווער ס’האט די גלעזעל דער בלייבט לעבן און די אנדערער קען נישט שרייען מאי חזית דדמך סימקא טפי ווייל וחי בהם איז דוחה די מאי חזית די זעלבע ווען איינער האט א קאסטעמער וואס ער דארף האבן די קאסטעמער צום לעבן קען עם נישט א צוויטער צו נעמען מיטן טענה מאי חזית ווייל די תורה זאגט אז ווער ס’האט עם ערשט דער בלייבט ביים לעבן
כנלע”ד בדרך אפשר

February 9, 2011 at 8:50 PM#11
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

הרב בן בית. איך האב געליינט אייער תגובה מיט גרויס אינטערעסע, איך האב שוין געטראכט אז איך וועל מסכים זיין מיט דיר, ביז איך בין גיווארן אויףגעציטערט פון די קומענדיגע ווערטער ”די תורה הייסט אים נישט געבן ביליגע פרייזן” שומו שמים, ווי האלטמיר דא אויף די וועלט, אזוי צו מסלף זיים די הייליגע תורה בריש גלי, וויי געוואלד.
הונדערטער פסוקים אין די תורה שטייט אז מ’דארף העלפן א איד, כי ימיך… והחזקת בו. פתוח תפתח אתידך…. הענק תעניק לו… עזוב תעזוב עמו…. וחדלת מעזוב לו….. איך נאך און נאך אן א שיעור. וואס נאך דארף די תורה שרייבן אז א איד זאל דערהערן אז מ’דארף רחמנות האבן אויף א צווייטן איד.

February 10, 2011 at 1:26 AM#12
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

מנחם,
דו ביזט א פארשטענדליכע מענטש, אבער זיי מיר מוחל אלף פעמים, דיין צוגאנג צו הלכה איז עפעס נישט איי איי.
דערמאנסט מיר א אמת’דיגע מעשה וואס כאב מיטגעהאלטן נישט לאנג צוריק, אין די עיר הנופש סי געיט. ס’געווען איינער פון די מתפללים וואס האט פארשטעלט מיט די קאר איינעמס דרייוו וועי נעבן די שול, מן הסתם בטעות, קומם אריין דער בעל הדרייוו וועי אין שול, און נעמט זיך לארעמען “אויב די קאר איז דארט נאך איין מינוט רוף איך פאליציי”.
זאגט אים א איד, “אנטשולדיגט, דאס איז דאך א אידס קאר ווי עס קוקט אויס, עס איז דאך מסירה”. ענפערט ער, דרך ארץ קדמה לתורה, אז ער פארשטעלט מיין דרייוו וועי מעג מען אים מסר’ן…
אט בערך אזוי קוקט אויס דיין צוזאמווארף פון פסוקים ווי די זעסט קלאר אז מען מוז געבן ביליגע פרייזן.

February 10, 2011 at 1:23 PM#13
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

מנחם איך מיין אז אלעזר מענדל איז אביסל גערעכט (איך זאג נישט אז ער איז אינגאנצן גערעכט, נאך אלעם וויל איך נישט צושטערן אונזער נאנטע ידידות…), און איך וואלט געזאגט אז די אלע פסוקים וואס דו ברענגסט צו שטייט דארט נאר אזויפיל, אז אפי’ דער געשעפטסמאן בעט אביסל טייערער זאל מען אויך קויפן ביי אים ווייל ער מוטשעט זיך נעבעך אויף פרנסה, און מען דארף אים ארויסהעלפן, וועגן דעם שרייבט די תורה והחזקת בו, פתוח תפתח את ידך, הענק תעניק לו, א.א.וו.

און פאר אלעזר מענדל האב איך געוואלט זאגן אז איך בין נאכנישט אזוי זיכער אז מנחם האלט נישט אז דער שרייער איז גערעכט…. (עה, איך מיין עס נישט ערנסט).

און בן בית, וואס דו שרייבט וועגן די טיי אוונט’ס איז נישט אינגאנצן ריכטיג, רוב מאל קומט די עיקר געלט פון מענטשן וואס זענען ב”ה נישט אנגעוויזן אויף יענעם, לכשתדקדק תמצא אז צום סוף דארף מען אנקומען צו די גבירים און בעלי בתיש’ע אידן וואס פארדינען שיין, מען וואלט נישט געקענט פירן אזא רעדל אז יעדער וואס האט נישט גיט א צוואנציגער פאר יעדער וואס האט נישט….. און אז מען צאלט טייערע פאר א געשעפטסמאן, אויב איז עס צו אפט קען מען ליידער יא ווערן ארים (איך רעד שוין נישט פון די טייערע רענט, וואס אויף דעם דארף מען באזונדער פארפירן, וואס אויף דעם איז שוין נישטא די אלע מצוות, דאס איז באמת רויבעריש, [איך האף נאר אז מנחם פארדינגט נישט קיין דירות, ווייל דאן וועט מיר נישט זיין וואס מקנא צו זיין] נאר מיר קענען זיך נעבעך נישט העלפן דערויף, מען קען נישט גיין דינגען ביים גוי….). אויסער דעם האט קיינער נישט גערעדט צו מען מעג אוועקנעמען פון יענעם “ווייל איך דארף פרנסה” מנחם האט גע’טענה’ט אז אויב איך געב בעסערע סערוויס אדער פרייזן מעג איך העלפן דעם קאסטומער אז ער זאל נישט דארפן צאלן מער פאר ווייניגער קוואליטי.

איך האף אז אלעס איז קלאר, כאטשיג איך בין זיכער אז מען וועט מיר נישט פארשווייגן דעם קאמענט, אבער כך דרכה של תורה, זה בונה וזה סותר, א ויכוח איז א גוטע זאך, עס ברענגט ארויס אלע צדדים, און עס מאכט די מתוכחים אויך קלארער.

February 10, 2011 at 1:37 PM#14
אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד

לייב, געוואלדיג, נאר אזוי.
איך וויל דיך נאר לאזן וויסן אז איך פארדינג נישט קיין דירות, איך רייס נישט אויס אין גראסערי פון מיינע קאסטומערס, איך ריפ נישט אפ מיינע קאסטאמערס אין קליידער סטאר, וכו’ וכו’. איך בין ס”ה א פשוטער שווערער ארבייטער, נישט פיזיש, איך זיץ ביים קאמפיוטער א גאנצן טאג, אבער איך ארבעט שווערגייסטיש, איך קום אהיים אויסגעמוטשעט פונקט ווי אינז אלע וואוילע אידן וואס דער אייבערשטער האט ליב.
טוב תורה עם דרך ארץ, שיגיעת שנים משכחת עון.