ווי אזוי שטייט דאס איי?

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: תצוה , תשע"א · בעל-בית נומער: 36 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/ווי-אזוי-שטייט-דאס-איי/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווי אזוי שטייט דאס איי?

פיל מאל, ווען א מענטש איז פארנומען מיט נייע טרדות יעדן טאג, קען ער נישט טרעפן איין לעזונג וואס וועט אים ארויסהעלפן. יעדן טאג האנדלט ער מיט נייע קונדן, נייע פראדוקטן, און נייע סערוויסעס, און אפילו ווען ער קומט שוין יא אויף מיט א געוואלדיגער עצה צו מאכן אלעס קלאפן, קען ער נישט הנאה האבן פון זיין נייעם אויפקומעניש פאר צו לאנג. אבער, אויב א מענטש לייגט זיך אריין אין איין הינזיכט, ער באפעסטיגט דאס, ער קומט אויף מיט קלוגע עצות, קען ער הנאה האבן פון זיינע לעזונגען פאר א לענגערע צייט. זיין איינמאליגער אויפטוה קומט אים צוניץ נאכאמאל און נאכאמאל. אפשר וועט זיין שווער צו טרעפן א קלארער וועג אין אנהייב, אבער איינמאל וואס מען קומט אויף מיט דעם ריכטיגן וועג, קענט איר דאס שוין איבערטוהן גרינגערהייט.
דער געדאנק דערמאנט פון א שארפער עפיזאדע וואס האט זיך אפגעשפילט צווישן קריסטאפער קאלאמבוס, דער אויסטרעפער פון אמעריקא, און עטליכע ספאנישע עשירים. אן איטאליענער היסטאריקער, בענזאני, האט געשריבן וועגן דעם אינצידענט אין זיין בוך, “היסטורי’ פון דעם נייעם וועלט,” וואס איז ארויסגעגעבן געווארן אין 1565 למספ’. ער דערציילט אזוי:
קאלאמבוס איז אמאל געזעצן און געגעסן מיט א גרופע ספאנישע מענטשן פון דעם העכערן ראנק, ווען איינער פון זיי האט געזאגט, “קריסטאפער, אפילו אויב איר וואלט נישט ערפינדן די “אינדיס” (אזוי האט מען דעמאלס גערופן דעם אמעריקאנער געגנט), וואלט שוין געווען דא אין שפאניע, א לאנד פון קלוגע, געלערנטע מענטשן, א צווייטער וואס וואלט גענומען אן ענליכער רייזע און ער וואלט אהיימגעקומען מיט די זעלבע רעזולטאטן.”
קאלאמבוס האט נישט צוריקגעענטפערט צו די ווערטער. ער האט נאר געבעטן אז מען זאל אים ברענגען א גאנצער איי. ווען ער האט דאס באקומען, האט ער דאס געלייגט אויפן טיש און געזאגט, “מיינע פריינט, איך בין גרייט צו צוזאגן אז קיינער פון אייך קען נישט מאכן דאס איי שטיין פון זיך אליינס אויף איר שפיץ, אזוי ווי איך וועל יעצט טוהן אן קיין שום הילף אדער געצייג.”
זיי האבן אלע פרובירט, געדרייט, געטראכט, אבער אן ערפאלג; און ווען דאס איי איז צוריקגעגעבן געווארן צו קאלאמבוס, האט ער דאס לייכט געקלאפט אויפן טיש, צוברעכנדיג דאס עטוואס, און עס איז דאן געשטאנען אויפן שפיץ.
אלע צוקוקער האבן פארשטאנען קאלאמבוס’ס פונקט: איינמאל וואס דער קונץ איז שוין געטוהן געווארן, קען דאס יעדער נאכמאכן גרינגערהייט.
איינמאל וואס איר טראכט גוט אדורך אייערע עצות פאר איין מהלך, קענט איר זיי איבערניצן כסדר גרינגערהייט, אבער נאר אויב איר האלט נישט אין איין טוישן אייער גאנג. ווען איר האלט אייער קאפ אין איין ריכטונג, וועט איר זיך פיל מער אויסצייכענען דעראין און אייער קונים וועלן דאס אטאמאטיש שפירן

February 7, 2011 at 1:27 PM#2
ווי אזוי שטייט דאס איי?

sorry but thats not what columbes wanted to say with the egg

February 7, 2011 at 1:38 PM#3
ווי אזוי שטייט דאס איי?

יא, די מעשה פון קאלאמבוס ווערט געווענליך גענוצט צו צייגן אז דער ערפינדער פון א זאך איז די העלד אפגעזען ווי פשוט עס איז. פאקטיש קען מען אבער זעהן די זעלבע פונקט פון א אנדערע פרעספעקטיוו, אז איינמאל מען איז אויפגעקומען מיט עפעס איז עס שוין גארנישט נאכצומאכן. און דאס איז וואס ער זאגט דא. ביידע זענען אמת.