די פאלגענדע עד פאר “נמורה” וויין, דעזיינט דורך GCNY מארקעטינג, איז א גוטע ארגינעלע רעיון, וואס איז א שטארקע חידוש אנדערש ווי די געווענליכע רעיונות וואס מיר זענען געוואוינט צו זעהן, אזא סארט וואס שטעלט אפ דעם מענטש וואס מישט די צייטונגען, און עס מאכט אים באמערקן אז “עפעס טיפערס” ליגט דערינען, פארט קען מען עס אבער נישט כאפן די ערשטע פאר סעקונדעס, אבער עס לאזט נישט לויפן ווייטער ביז מען פארשטייט דעם וואונדער.
די “ריס” אין פארעם פון א וויין פלאש, האט כלומר’שט א מענטש אראפגעריסן פון גרויס לעכצונג נאך א גלעזל “נמורה” וויין, אזש מען האט דערזען די קומענדיגע בלאט פונעם צייטונג.
אין א שמועס מיטן דעזיינער ערקלערט ער אונז אז ער האט געמוזט ווארטן ביז מיטוואך ביינאכט ווען די צייטונגען האבן שוין מער ווייניגער אויסגעשטעלט די בלעטער, און דאן האט ער זיי געבעטן דעם אויסשטעל פונעם קומענדיגן בלאט – נאך דעם נמורה וויין עד.
אויף די פראגע וואס ליגט אונטער דעם רעיון ערקלערט ער אונז: די רעיון איז לכתחלה געווען סתם א ריס אין פארעם פון א וויין פלאש, אינעווייניג אינעם ריס האט געזאלט זיין א ווייסע ליידיגקייט, אבער ווי יעדע אויסשטעל קומט צו פרישע “פאזלעך” צום שפיל, פון דארט האבן מיר געקלערט אז “פארוואס זאלן מיר נישט במציאות גיין און אויסשניידן די פאפיר פון די צייטונגען אין פארעם פון א פלאש”? פארשטייט זיך אז דאס קומט נישט אויפן געדאנק, פון איין רעיון צום צווייטן איז עס אנגעקומען צו דעם וואס עס איז יעצט.
“איז עס גרינג אנגעקומען?” – ניין זאגט ער, “זאכן וואס געשעהן די לעצטע מינוט קומט קיינמאל נישט אן גרינג, סיי די צייטונגען האבן געמוזט מסכים זיין דערצו, און מיטשפילן אין א צייט ווען זיי האבן א געוואלד מיט ארבייט בעפאר’ן גיין צום דרוק, און אויך איז לכבוד דעם די עד געווארן גרייט ממש דאס לעצטע מינוט אין די נאכט אריין וואס דאס מיינט ענדיגן א עד אונטער שטארקע פרעשור. פארשטייט זיך – לייגט ער צו – סייעתא דשמיא איז געווען די הויפט פאקטאר דא, עס איז ברוך השם געווען א געלונגענע רעיון, מיט א געלונגענע אפקלאנג.”
[בילד: נישט געראטעוועט]
נמורה וויין עד
18 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/02/נמורה-וויין-עד/ קאפיע אין ארכיוו
א הערליכע געדאנק, ציענד און שיין, און חזקה…. GCNY שלא יצא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן. ער איז פון די סאמע בעסטע חסידישע גראפיקאים. כה לחי.
מורא’דיג.
אינטערעסאנט, איך האב עס געזעהן אין די צייטונגען, אבער איך האב נישט געכאפט אז די ווערטער אינווייניג דארף זיין די זעלבע ווי א בלאט דערונטער. איך האב געמיינט אז מען האט אריינגעלייגט ווערטער “אבי געזונט”. איך האב ניטאמאל באמערקט אז די אינוויינייגסטע ווערטער זענען אנדערש אין יעדע צייטונג.
יעצט נאכן לייענען דעם בעל-הבית, קוק איך דאס איבער, און זאג: WOW.
אייזן שטארק!
איך בין געשטאנען אינאיינעם מיט מיין ב”ב מיט פארקנייטשטע שטערנס און זיך פרובירט זיך דערגרונטעווען, וואס רבונו של עולם דאס באדייט.
צום ערשט האב איך אנגעהויבן כאפן אז דאס בלאט איז אויסגעריסן. אין נעקסטן שטאפל האב איך געזען אז דאס אויסגעריסענע קומט פון נעקסטן פעיזש. פיין, אבער וואס מיינט דאס?
ביז מיר זענען אויפגעקומען אז דאס מיינט אז דער מענטש האט שוין נישט געקענט ווארטן און האסטיג געגעבן א פליק אויס דעם גאנצן באטל פונעם בלעטל און געמאכט א לחיים.
גוט איז גוט!
די איידיע איז מוראדיג. אבער גענצליך מושלם איז עס נישט.
1) די ריס קוקט נישט אויס רעאליסטיש ווי ווען א פאפיר צורייסט זיך.
2) לכאורה האט די דיזיינער פארזען א פרט, אז אין די צייטונגען איז דא העכער יעדע פעידזש (ארויס פון די 10 ביי 14 סייז) א קעפל. דארט ווי עס שטייט די נאמען פונעם צייטונג און די פעידזש נאמבער. די “קומענדיגע פעידזש” וואס זיי האבן באקומען פון די צייטונגען האט עס פארמאגט, אבער די עד האט דאך עס נאכנישט פארמאגט. דעריבער איז נישט די ווערטער אינעם ריס באמת מכיוון קעגן דעם נעקסטן פעידזש. עס איז שטארק מערקבאר פאר א פראפעקשעניסט, איבערהויפט ווען צייטונג פאפיר איז אביסל דורכזיכטיג.
3) די שאטן אונטערן ריס איז צו גרויס פאר א פאפיר וואס איז צוגעמאכט.
דאס איז אלעס נאר דיטעילס. באמת בין איך מוראדיג נתפעל פון די איידיע, עס האט מיר טאקע געגעבן א שטעל אפ און ממש נישט געלאזט גיין ווייטער. נאר ווען א זאך איז גאר שיין דערקענט זיך שטארק די פלעקן.
און נאך א זאך, איך ווייס נישט צי איך בין גערעכט דערמיט.
איך האלט אז עס צו טיף! אמת, מ’דארף קענען אפשטעלן דעם מענטש און אים געבן א כאפ, אבער אויב דארף ער זיך מאטערן צו דערגיין דעם באדייט ווערט ער נערוועז.
וואס וואלט שלעכט געווען ווען ס’שטייט אין גרויס נישט געקענט ווארטן, און אונטער דעם מיט קליינע אותיות: און ארויסגעכאפט דעם באטל, אדער: און אויסגעריסן דעם בלאט, וכדו’
לעניית דעתי וואלט עס פיל שטערקער און עפעקטיווער געווען.
באט קען זיין אז מיין מיינונג איז קיין מיינונג. וואס זאגט איר קאלעגעס?
אנטשולדידט מיר אבער איך האב אויך נישט געכאפט וואס דאס איז אזוי ווי שמעלקע און איך מיין אז א עד וואס קיינער כאפט נישט ביז מען ליינט די בעל באאס טויג נישט (איך ווייס נישט צו די בעל בית האט יא געכאפט פארן רעדן מיט זיי)
איך האב גראדע געזען די עד און געטראכט וואס דאס איז אבער אזוי ווי איך בין נישט קיין גרעפיקער ( אזוי וווי רוב מענטשן האב איך געגעבן א קרום מיט די נאז און אריבער געמישט די פעידזש און איך מיין אז רוס מענטשן האבן אויך אזוי געטון
הנלע”ד כתבתי און איך האף אז הרב פוקס וועט נישט ברוגז זיין
הק’ זרח
ביטע אבאכט געבן צו האלטן א פאזיטיוון טאן, אזוי ווי מ’האט שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט וד”ל.
הק’ אהרן יאסל
איך האף אז די מיינסט נישט מיר
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען מיין פונקט
יעדע עד וועלן אייביג זיין מענטשן וואס וועלן נישט זיין צופרידן דערמיט. דא איז דא נאך א פוינט פון “ברענדינג”, וואס מיינט אז דער עד טוט מער אויף אז מען זאל געוואר ווערן פון די וויין, ווי איידער ארויסברענגען דיטעילס פון די וויין.
זרח האסט גארנישט ראנג געזאגט, נאר א שיינע זאך וואס דער בעל בית באווייזט איז צו רעדן אייביג פאזיטיוו, זיי וועלן אייביג רעדן בשבחם פון אנדערע ביזנעסער, כאטש אויף יעדעם און אויף אלעס איז דא א צווייטע זייט מטבע. דאס איז די בעטעמטקייט פון די ב”ב. מיר קאמענטירער דארפן דאס אויך טון. און זיכער מאכן אז אפילו ווען מען קריטיקירט זאל דאס זיין “קאנסטראקטיוו קריטיסיזם”, און אויף זייער א איידעלע טאן.
אנטשולדיגט מיר עפעס זע איך אז מיין מזל שפילט מיר נישט מיט דעם עד
אנגעהויבן אז איך האב עס נישט געכאפט און איך שרייב א קאמענט ווייס איך נישט פארוואס נמען באפאלט מיר איז עפעס ראנג מיט מיר?
די עד אז געוואלדיג, יא מורא’דיג אויפרייסעריש, אבער ווי שוין אויבן דערמאנט, און אויך ווען איך האב יעצט צום ערשטן מאל געזעהן די עד האט עס מיר געמטשעט, אז מען כאפט נישט די ערשטע מינוט וואס ער וויל, ווי למשל ס’שרייט, אבער קיינער וויסט נישט פאר וואס ער שרייט, און וואס ער וויל,
און אהרן יאסל דאס וואס די זאגסט אז ער וואלט מער געדארפט שרייבן, אויב איך מעג בין איך מחולק, ווייל יעדע עד דארף די עצם עד זיין די מעסעדזש, און נישט די ווערטער, אביסל ברייטער די גראפיקס דארף ארויסברענגען וואס ער וויל דא, און אויב וועט ער עס אויסשמועסן מיט ווערטער, וואס דארף ער א עד?
עניוועי די עד איז מורא’דיג, און עס כאפט א אויג, און ווען איך עפן אויף א צייוטונג און איך זעה די עד, אוודאי געב איך מיר א שטעל אפ, אוןאיך הייב עס אן צו באטראכטן, און נאך אפאר סעקונדעס כאפ איך זייער גוט וואס די מעסעדזש איז, (מיינע רבי’ס און חדר האבן אייביג געזאגט אז איך האב א גוטע קאפ, אבער אויך אנגעשריגן פארוואס איך נוץ עס נישט,) אבער און מיין מיינונג טאר נישט נעמען קיין סעקונדע צו כאפן וואס די מעסעדזש איז, נאר אזוי ווי מען זעהט די עד דארף מען פון די גראפיקס ארויסהאבן וואס ער וויל,
עניוועי די ע איז מעכטיג, נאר לכאורה ווייל ער האט געהאט אזויפיל היט צו בעטן די צייטונגען זייער נעקסטע פעידזש, האט ער די איין זאך פארקוקט, אבער צו GCNY אויב ליינסטו דא זאג איך דיר ביזט פון מיינע פעיוואריטס, איך גיי משוגע פאר די עצם עד,
משה’לע, זייער שיין ארויסגעברענגט. מ’זעט אז דו האסט א גוטן קאפ, און גראדע קוקט מיר אויס אז דו נוצט עס יא… ווארשיינליך זענען דיינע רבי’ס געבעטן – באגלייט פון מתנות ידים – נישט געפאלן אויף טויבע אויערן…
עניוועיס, אויב מעג איך זיין מחולק, וועל איך זיין. און אזוי ווי איך בין פארנומען וועל איך עס מאכן קורץ, ותן לחכם ויחכם עוד.
אלמלי ווען ער שרייבט ווען נאך איין קליינע שורה (נישט קיין לאנגע דרשות), וואלט מען ווען פארשטאנען די גרעפיקס אויפ’ן ארט, אזוי ווי דו שרייבסט אז ס’דארף צו זיין.
ס’נישט דא אזא כלל אז מ’טאר נישט מאכן קיין טעקסט, די כלל איז נאר אז מ’זאל עס האלטן צום סאמען מינימום וויפיל ס’פעלט זיך אויס.
און ביי אזא עד, בנידן דידן, איז קלאר אז ס’האט זיך נאך אויסגעפעלט א ביסל צו ערקלערן וואס די זאך איז, און מיט נאך אזא שורה’לע וואלט דאס געווען א היט שבהיט.
והנראה לעניית דעתי כתבתי.
איך נעם גארנישט אוועק פונעם געלונגענקייט פונעם עד, וואס איז כפי דברי הכל געווען סאמטינג אוט אויף די באקס, מאכטפול און פראכטפול, איך זאג נאר צו א קליינע הגה.
אהרן יאסל קדם כל יישר כח פאר דיין ווארימע קאמפלימענט (יא איך האס געגליכן)
און אהרן יאסל קען זיין ביסט טאקע גערעכט, און איך וועל דיר אביסל ברייטער מסביר זיין די עצם ווערטער נישט געקענט ווארטן איז אביסל בחורי’ש ער וואלט געדארפט ליין א אנדערע אויסדריק,
אבער נישט צו קריטיקרן די עד איז געוואלדיג