אויסצוגן פון דרשה פון הר”ר מנחם הארטמאן הי”ו ביי א “קרן עזר” צוזאמקום.
ווען מען האט א “בודזשעט” – ווייסט מען וואו מען שטייט אויף דער וועלט
וויאזוי הייבט מען אן מיט דעם? דער ערשטער עצה איז, וואס דאס וועט דיר יעדער איינער זאגען: מען דארף זיך אויסשטעלן א שטיקל בודזשעט. א מענטש דארף וויסן, איך האב “אינקאמס” [הכנסות] “איך האב עקספענסעס” [הוצאות], וויפיל ערווארט איך אז ס’וועט זיין מיינע “אינקאמס” דורכ’ן יאר, און וויפיל ערווארט איך דורכ’ן יאר וועלן זיין מיינע עקספענסעס, איך וועל ענק אראפגעבן דא א קליינעם בילד פון צוויי מענטשן מיט וועמען איך בין געזעסן, און באמת איז דאס אסאך מער שייך פאר’ן אינגערן עולם וואס זענען דא, אבער באמת יעדן ענין וואס ווערט אויסגעשמועסט איז שייך פאר יעדן בדרך כלל, איינעם אביסל מער, און איינעם אביסל ווייניגער.
ס’איז זייער שווער ווען מען רעדט צו א ציבור, ווייל אין די ענינים איז דער בעסטער אופן עס אויסצושמועסן אין א פריוואטן מיטינג מיט’ן מענטש, אבער מיר פרובירן צו געבן אביסל כלליות’דיגע יסודות וואס איז נוגע פאר יעדן איינעם.
איך האב דא א “בודזשעט” צעטל, דאס איז פון א 24 יעריגער אינגערמאן, – א פאקטישער קעיס, איך בין געזעסן מיט דעם אינגערמאן עטליכע וואכן צוריק, און דער מצב ביי דעם אינגערמאן איז אזוי:
ער האט 2 אינקאמס, איין אינקאם פון 3141$ א חודש, און די אנדערע איז 1516$ א חודש, ס’קומט אויס צוזאמען 4675$ א חודש.
ב”ה אז דער אינגערמאן האט נישט קיין קאר, נוצט אמאל אמאל קאר רענטל, ער איז אן עוורידזש אינגערמאן, צאלט רענט, (ער צאלט נישט קיין מעינטענענס ווייל ער צאלט רענט); ער צולאזט זיך אביסל – ער גייט ארויס יעדן חודש און צאלט 140 דאללער פאר לאנטשעס, איינמאל א חודש אין רעסטעראנט; ער צאלט פייער אינשורענס, שכר לימוד, גראסערי, – איך וואלט געזאגט, אז א מענטש אין זיין עידזש קען ווען צאלן ווייניגער פאר’ן לעבן, אבער ער צאלט
דער אינגערמאן, אויבנאויף, דארף קענען אוועקלייגן אכט-טויזענט-ניין-הונדערט און אכט-און-צוואנציג דאללער באזירט אויף זיין בודזשעט.
און איך בין מיט אים אדורכגעגאנגען זייער זייער בתוך-תוכיות יעדן פרט; ס’קען זיין אז ס’איז דא עטליכע טעותים, ממילא האב איך צוגעלייגט אן “אוקעיזשענעל פאנד” – “מיסאלעיניעס” ווי מען רופט דאס – וואס אין דעם ליגט בערך פיר-הונדערט דאללער א חודש, בערך הונדערט דאללער א וואך, פאר’ן ספק, אין קעיס אויב האבן מיר זיך פאררעכענט מיט איינער פון די זייטיגע עקספענסעס.
דער אינגערמאן דארף אוועקצולייגן קרוב צו ניין-טויזענט דאללער. און ווען איך פרעג דעם אינגערמאן “וויפיל לייגסטו אוועק?”, זאגט ער מיר “קיין איין קאפיקע”. ער לייגט נישט אוועק קיין דאללער. פרעג איך אים: “וויאזוי ארבייט דאס?”, מיר מאכן דאך א שטיקל בודזשעט, און מען זעט דאך לכאורה אז דו דארפסט אוועקלייגן מער געלט? – ער ווייסט אויך נישט וואו ס’איז געגאנגען… ער ווייסט נאר אזויפיל, אז ער האט נישט אוועקגעלייגט אין די לעצטע יאר-און-א-האלב קיין פעני. אונז וועלן מיר באלד רעדן וואס דער אינגערמאן האט דערלייגט מיט די יאר-צוויי וואס ער האט נישט אוועקגעלייגט קיין געלט. אבער דער אינגערמאן ליגט יעצט אויף א “בודזשעט”, ער דארף פארצייכענען יעדע וואך וואו זיינע עקספענסעס זענען ארויסגעגאנגען, און וואו זיינע הכנסות זענען אריינגעקומען – און אין א משך פון דריי חדשים וועט ער אלעס פארצייכענען – און איך האב אים געזאגט אז ער זאל נעמען 8000 דאללער צעטיילט אין צוועלף חדשים, און ער זאל נעמען דאס געלט און אריינלייגן אין אן ענוועלאפ, און עס אוועקלייגן. לאמיר זיך “פראָווען” אליינס, צי ער גייט קענען אדורכשטופן דעם קומענדיגן יאר, און אין דעם ענוועלאפ זאל זיין 8000 דאללער. איך קען ענק זאגן פון “נסיון”, אז דער מענטש וואס שטעלט זיך אהער אויף אזא מין סיסטעם, ONE WAY OR ANOTHER טרעפט ער א וועג אוועקצולייגן, אז ס’איז נישט 8 – לכל הפחות זיבן-טויזענט דאללער.
דאס איז אן “עקטשול בודזשעט”, און ס’איז נישט קיין אויפגעמאכטע מעשיות.
איך האב דא אן אנדערער בודזשעט פון א אינגערמאן פון 27 יאר. ער האט שוין אביסל מער שכר-לימוד, ער האט שוין אביסל מער עקספענסעס. דער אינגערמאן איז געווען אביסל מער סוקסעספול ב”ה, ער איז אינגאנצן 27 יאר, און ער האט אוועקגעלייגט אין די לעצטע פּאָר יאר ב”ה קרוב צו 60,000.00$. נישט קיין ריזיגע געלטער, ער האט שוין אן אייגענע דירה, ממילא לייגט ער דאס נישט אוועק פאר קיין “דאון-פעימענט”, ער האלט שוין ביי זעכציג-טויזענט דאללער ווי מען זאגט “ABOVE THE WATER”, אבער ער האלט יעצט ביי א מצב, ווי ער קען אוועקלייגן סך הכל 5,000,00$ א יאר. האט ער זיך מיט מיר מתווכח געווען אז ער וויל האבן א קאר. האב איך געמאכט מיט אים א שטיקעלע חשבון וואס דער קאר גייט אים אפקאסטן. אונז זעמיר אנגעקומען, אז אויבנאויף אויב וויל ער “אונען” א קאר, מיט אינשורענס, א ליעסד קאר, – לכאורה, דאס איז דאך דער סטייל, יעדער האט א “ליעסד קאר” – מיינט דאס א ליעסד-קאר מיט אינשורענס, געז, אי-זי-פעס, מיט וכו’ וכו’, פארקינג טיקעטס, אויל-טשענדזשענס, יעדער ווייסט אליין, דארף עס אים קאסטן קרוב צו א צען-טויזענט דאללער! א יאר, יעדער איינער קען זיך אליין מאכן דעם חשבון, וועט מען זען אז איך האב גארנישט מגזם געווען. זאג איך פאר דעם אינגערמאן, קוק אָן: יעצט לעבסטו ווי א נארמאלער מענטש, אפשר אביסעלע מצומצם, און דו האסט פינף-טויזענט דאללער א יאר. דו גייסט דיך אריינלייגן אין א קאר, ווייסטו פון פאראויס אז דו גייסט אנהויבן דעם יאר מיט א “מיינעס”. ווען דער אינגערמאן האט נישט קיין בודזשעט, און איך גיי עס נישט מיט אים אדורך, איז זיין בליק אז “ער לעבט רואיג”, און ער קען יא פארמאגן א קאר. דאס איז געווען זיין בליק פאר אונז האמיר אנגעהויבן צו שמועסן. אבער די מינוט וואס ער האט געזען ווי מען זאגט “שווארץ אויף ווייס” וואס דא גייט פאָר, האט ער איינגעזען אז דאס איז נישט פאר אים. אז ער גייט אריין אין די “מיינעס”.
וואס דער אינגערמאן האט דא געטוען, איז, אז ער האט צוגעלייגט אביסעלע “ישוב הדעת”, א 10 מינוט איז ער געזעסן מיט “אפענע אויגן”, אָן קיין שום נגיעה, ער האט נישט געטראכט פון זיין קאר, הגם ער האט מיר געזאגט מיט אזעלכע געגועים ווי שטארק ער וויל האבן א קאר, ממילא ס’איז באמת געווען וויכטיג פאר אים.
ער וואוינט אין די געגענט פון א “זיפ קאר”, האב איך אים געזאגט, “נעם פינף-זעקס, אדער זיבן הונדערט דאללער, און זיי עס מקדיש א יאר פאר “זיפ קאר”. פאָר ווען דו ווילסט, קום ווען דו ווילסט, ס’וועט דיר נאך אלץ זיין ביליגער! דו דארפסט נישט פאַרקן, יענער האט א פאַרקינג לאט פאר דיר, דו קומסט אָן וואו דו דארפסט אנקומען, און ס’איז “קעיר גענומען”.
אזוי איז דא פארשידענע מעלות פון א בודזשעט. די ערשטע זאך איז: מען איז אביסל “ארגאניזירט”, מען ווייסט וואו מען שטייט אויף דער וועלט. ס’איז א בעסערע וועג וויאזוי צו סעווען, א מענטש קען זען וויפיל וואלט איך באמת געדארפט סעיוון, און מען שטופט זיך צו דעם; און אז מען שטופט זיך צו דעם וועט מען אפשר נישט אנקומען אינגאנצן, אבער למחצה, לשליש ולרביע – איז אויך א האלב ישועה.