קיבארד שארטקאטס

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: ליינער · וואך: תצוה , תשע"א · בעל-בית נומער: 36 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/קיבארד-שארטקאטס/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
קיבארד שארטקאטס

המשך פון פריער
נאך עטליכע קיבארד קנעפלעך, וואס זענען אייגענטליך נישט קיין שארטקאטס, אבער פולע ווייסן נישט דערפון.
די Prt Scr קנעפל באדייט print screen, דאס טוט נעמען א “סקרין שאט” פון וואס עס איז יעצט אויף די סקרין, און לייגט עס אריין אין מעמארי, מען קען עס דערנאך אריינקלעבן (CTR+V) אין א פעינט פראגראם, ווי מייקראסאפט פעינט אדער פאטאשאפ.
די קנעפל מיט די ווינדאוס לאגא עפענט די סטארט מעניו. (עס איז ניצבאר ווען מען איז אין א פראגראם וואס איז אין “פול סקרין מאוד” און מען האט נישט קיין וועג ווי אזוי זיך ארויסצוזען דערפון.)
Esc מיינט Escape דאס ארבעט אסאך מאל ארויסצוגיין פון א פראגראם אדער סעלעקשן. עס קען אויך צוריקציען פון א “קאט” (CTR+X) ביי א פייל (נישט טעקסט).
אין פאטאשאפ און אין אנדערע אדאבי פראגרעמס, ציט עס צוריק פון א אנגעהויבענע טאט וואס מען האט נאכנישט פארענדיגט אן אויספירן די טויש, צב”ש א טעקסט עדיט אדער א טרענספארם.
Tab גייט צו די קומענדיגע פלאץ, ביי טעקסט צו א קומענדיגע קאלום, ביי א אנליין פארעם, וועט עס גיין פון איין פעלד צו די צווייטע. ביי א ווינדאו מיט אפציעס אדער קנעפלעך וועט עס גיין פון איין אפציע צו די צווייטע.
Alt+Tab אין ווינדאוס וועט געשווינד טוישן פון איין אפענע פראגרעם ווינדאו צו די צווייטע. זייער פראקטיש ווען מען וויל נישט דארפען אראפגיין צו די טעסקבאר.
די ווינדאוס קנעפל + Tab אין ווינדאוס וויסטא און העכער, וועט טון די זעלבע פעולה ווי אויבן דערמענט אין א הערליכע 3D פארמאט.
די ווינדאוס קנעפל + D וועט טוישן צו די דעסקטאפ און צוריק.
צו כאפן בלויז א בליק אויף די דעסקטאפ, נאר אין ווינדאוס 7, דריקט די ווינדאוס קנעפל + די Space Bar, עס וועט צוריקגיין ווען מען לאזט עס אויס.
די Backspace קנעפל וועט אין טעקסט אויסמעקן פריערדיגע טעקסט, אין די בראוזער און אין ווינדאוס עקספלארער וועט עס טון די פעולה פון Back’ דאס הייסט צוריקגיין צו די פריערדיגע בלעטל אדער פאלדער.
די Delete קנעפל מעקט אויס טעקסט אויף פאראויס, אדער שיקן א פייל אין ריסייקל בין.
Shift+Delete וועט אויסמעקן א פייל אינגאנצן.
ווען מען וויל סעלעקטן עטליכע פיילס דריקט אראפ די Ctrl קנעפל, צו די-סעלעקטן איין פייל קליקט נאכאמאל אויף די פייל בשעת’ן אראפהאלטן די Ctrl קנעפל. אויב מען לאזט אויס די Ctrl קנעפל און מען קליקט, וועט אלעס ווערן די-סעלעקטעד.
צו סעלעקטן אסאך פיילס אויפאמאל אין א רייע, קליקט אויף די ערשטע פייל, און דערנאך האלט אראפ Shift און קליק אויף די לעצטע, אלעס אינדערמיט וועט ווערן סעלעקטעד.
End גייט צו סוף פון די שורה. (אויסגעצייכענט ווען מען טייפט לשה”ק אין א פלאץ וואס איז פון לינקס צו רעכטס, וואס דאן איז כמעט אוממעגליך אראפצולייגן די מייזל דארט ווי מען וויל ווייטער גיין.)
צו סיערטשן אין ווינדאוס דריקט די ווינדאוס קנעפל+F, אין מעק Cmd+ Space.
צו פארמאכן א ווינדאו, אדער א טעב אין די בראוזער דריקט Ctr+W.
המשך יבא אי”ה.

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. קיבאורד שארטקאטס – א
  2. קיבארד שארטקאטס (This post)
February 7, 2011 at 6:47 AM#2
קיבארד שארטקאטס

Shift+Tab גייט אויף צוריק
Print screen קענט איר אויך פעיסטןצו א ווארד word דאקומענט, נישט נאר פאטא אפפליקעישאנס.

February 7, 2011 at 6:52 AM#3
קיבארד שארטקאטס

אזוי אויך קענט איר דאס פעיסטן אין אן אימעיל

February 7, 2011 at 1:37 PM#4
קיבארד שארטקאטס

שמעלקא טייערער! כ’בין זיך מחי’ וועכנטליך מיט דיר.
לאמעך נאר פרעגן: אויב האט מען פארמאכט א ווארד פייל בעפאר’ן סעיווען די טשעינדשזעס, איז נאך דא א מציאות צוריק ‘אויפלעבן’ די פריערדיגע ווערסיע פונ’ם פייל, און ראטעווען אלע טשעינדשעס וואס מען האט געמאכט?