צוריקברענגן א אויסגעמעקטע פייל

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טיפס · דורך: ליינער · וואך: תצוה , תשע"א · בעל-בית נומער: 36 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/צוריקברענגן-א-אויסגעמעקטע-פייל/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
צוריקברענגן א אויסגעמעקטע פייל

אז מען מעקט אויס א פייל בטעות, די ערשטע זאך דארף מען קוקען אין די ריסייקל בין.
אויב דאס העלפט נישט, איז דא א אומזיסטיגע פראגראם וואס קען עס אפט מאל צוריקברענגן, עס הייסט Recuva, ווי שנעלער מען טוט דאס אלץ א גרעסערע טשאנס איז דא עס צו טרעפן.
piriform.com/recuva

February 7, 2011 at 12:01 PM#2
צוריקברענגן א אויסגעמעקטע פייל

it is NOT free, they ask $24.95

February 8, 2011 at 8:00 PM#3
צוריקברענגן א אויסגעמעקטע פייל

איך ווייס נישט גענוי פון וואס דו רעדסט. קליק דא, עס איז גענצליך בחינם:

http://www.piriform.com/recuva

עס איז א מורא’דיגער פראגראם, צווישן מערערע אזעלכע פראגראמען, איינס בעסער פונעם צווייטן. עס קען אויך צוניצקומען אויב למשלך מען האט בטעות אויסגעמעקט בילדער פון א מעמארי קארד, אדער אפילו געפארמעט, בקיצור, אויב מען דערמאנט זיך לאחר המעשה, קענען די פראגראמען צוריקברענגען די אויסגעמעקטע פיילס, די פיילס ווערן למעשה נישט אינגאנצן אויסגעמעקט, זיי געפינען זיך נאך באהאלטענערהייט, (ביז עס ווערט “איבערגעשריבן”).