רבות מחשבות בלב איש…
ב’ כי תשא תשע”א לפ”ק
צוליב אומפאראויסגעזעענע לעצט מינוטיגע קאמפיוטער פראבלעמען האבן מיר נישט אנגעיאגט צו ערשיינען די וואך .
ואתכם – קוראים חשובים- הסליחה.
בברכת “קיינמאל קיין ערגערס”
די פארוואלטונג
46 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
ב’ כי תשא תשע”א לפ”ק
צוליב אומפאראויסגעזעענע לעצט מינוטיגע קאמפיוטער פראבלעמען האבן מיר נישט אנגעיאגט צו ערשיינען די וואך .
ואתכם – קוראים חשובים- הסליחה.
בברכת “קיינמאל קיין ערגערס”
די פארוואלטונג
ניין, איך בין אינגאנצן נישט מסכים צו דעם. כ’ברויך האבן דעם באלעבאס כאויר לנשימה.
וואס זאגט איר סעניורעס?
ר’ אהרן יאסל, מיר האמיר זיך דא אינטערגעהאלטן פאריגע וואך כמה וכמה פעמים, אבער ס’האט געפעלט די צושפייז…. איר זענט ערגעץ ווי אהינגעקומען, קענסט נאך מעיר זיין אויף די ארטיקלן, מיר ווילן הערן דיין מיינונג, כ’מיין ידידינו לייב וועט מסכים זיין.
ברוך השם פארדעם, וועלמער האבן מער צייט נאכצוקומען די ארבייט.
איר קענט אייך אינטערהאלטן די וואך דורך שיקן אייערע פראגן צו מיר, איך וועל פאוסטן די פראגן און מיין ענטפער צו אייך און דעם קאלום,
PLEASE ALLOW 48 HOURS FOR A REPLY
askmenachem@gmail.com
אנטשולדיגט איך כאפ נישט פונטקליך וואס דא גייט פאר.
קודם כל מנחם זיסער דאנקע שיין פאר דיינע האניג-זיסע רייד אין וועלכע ס’איז באשיינפערליך בולט אז איר גלייכט ווען איך בין דא און איר באדויערט ווען נישט. גוד טו העיר.
והשנית, כאפ איך נישט פונקטליך וואס דאס מיינט עסקמענאכעם. פארוואס’זשע נישט אלעס אויסשמועסן דא אויפ’ן פארום? ואפוכי מטרתא למה?
it’s for those who want to write in English. he will then translate and post it here. this way nobody offends you…
בערעלע טייערער, ס’וועט דיר נישט העלפן גארניקס, אפילו ווען אין דיין נאמען לייגסט מיך אריין עקסקלוסיוו.
איך בין א קעמפער פאר דער אידישער שפראך, אונזער זיסע מאמע לשון, און כ’וועל נישט אפטרעטן פון מיין פאזיציע פאר גארנישט…
בערעלע, כ’גלויב אז דו ווילסט נישט ארויפגיין אויף מיין שווארצע ליסטע..
ר’ אהרן יאסל
איך מיין אז נאך אלעם דארף מען געבן א געלעגנהייט פאר יעדן איינעם, די ווייסט דאך, נישט יעדער קען שרייבן אידיש, סא מיין קען זיי בייהילפיג זיין, עניוועי נישט דאס איז געווען מיין כונה, אבער אז ס’העלפט איז דאך גוט,
askmenachem@gmail.com
וויאזוי קען איך עס ארויסברענגען אז עס זאל נישט אויסקוקן ווי איך מיין צו קאמפלימענטן די בעה”ב? איך מיין צו קריטיקירן. דער חלל איז אומאויסהאלטבאר! איך טראכט אייביג וואס וועט זיין אויב ח”ו דער בעה”ב איז נישטא. ווי א אפיס אן א בעה”ב…
יא, עס איז בחינם. אבער איך בין צוגעוואוינט דערצו יעדע מאנטאג, און איך דארף עס! פינטל.
איך וואלט געצאלט געלט דערפאר.
וואס נאך? שוין, עס איז א בכיה בחינם. איך וויל נישט דאס זאל נאכאמאל געשען.
ווי יעדער פארשטייט איז היינטיגע צייטן כמעט נישט דא קיין טעכנישע קאמפיוטער סיבות אז א פערטיגע אויסגאבע אויף אימעיל זאל נישט ארויסקומען. עס קען זיין אז זיי דארפן א ברעיק. קען זיין זייהאבן נישט קיין עדס די וואך. קען זיין זיי האבן נישט קיין ארטיקלען די וואך.
זויוויזוי, זענען מיר נישט מסכים דערצו
איך בין מודה צו דיר מיט די צווייטע חלק, ווי איך האב שוין געשריבן אויבן. דאס אז עס איז נישטא קיין קאמפיוטער פראבלעמען בין איך בכלל נישט מודה. אין מיין פאך האלט איך טעגליך מיט אזאלכע קרעשע’ס. מען דארף זיך גוט באווארענען דאס יא.
לכ’ הרב ”קעמפער” פאר די אידישע שפראך
אין דיינע 3 קורצע שורות האסטו אין יעדע איינס גענוצט איין ווארט פון די ענגלישע שפראך, EXCLUSIVE. POSITION, LIST, און די שרייבסט אז די קעמפסט, איך וואלט געוואלט וויסן קעגן וועמען.
הוא אשר דיברתי A WHILE AGO אידישע שפראך ארויף אדער אראפ, אודאי איז גוט אז מ’קען אנהאלטן ווי ווייט מעגליך, אבער נישט דאס איז אידישקייט,
ווען אונזערע זיידעס זענען געקומען קיין אמעריקע 65 יאר צוריק און שרייבערס האבן געדארפט נוצן ווערטער, האבן זיי גענומען ענגלישע ווערטער און געטייפט אין אידיש, בערך וואס הרב קעמפער טוט,
איך קען אנווייזן אויף טויזענטער ווערטער אין אידיש, פארוואס דו קעמפסט, וואס איז ריין ענגליש, די שרייבסט עס נאר אין אידישע בוכשטאבן, און אויב איך שרייב אידיש אין עגלישע בוכשטאבן וועט עס ווערן ענגליש?
איי עם סארי איך גיי פערזענליך, אבער אזוי ווי דאס איז דיין קאמף פארשטיי איך אז די ווילסט קעמפן, איי עם רעדי,
מנחם, נעם נישט זאכן אזוי ערנסט…
איך קעמף נישט פאר דער אידישער שפראך אזוי ווייט ווי פאר’ן שרייבן אידיש, פאר די אידישע בוכשטאבן. ממילא כאפ מיר נישט ביים ווארט אז כ’האב געשריבן יענץ און געזאגט דאס. דו פארשטייסט אויך וואס איך מיין.
אוי וויי אהרן יאסל, איך האב שוין געמיינט אז עס ווערט לעבעדיג אין די בית החיים דא, בא אהרן יאסל ניצוץ אחד יוצא ממפוח שלו, און אלעס פארווישט,
אהרן יאסל טייערע ביטע מאכט לעבעדיג דא, עס זענען דא אידן וואס חלש’ן שוין, זיי האבן שוין נישט געהאט די אויר לנשימה פאר א גוטע 7 שעה
מה אעשה אז די ארבעט דערלויבט נישט אפילו די אויר לנשימה.
ס’איז אין פלאן א וואקאציע אויף די קומענדיגע טעג, סאו (אוי ענגליש) האפענטליך וועט מען קענען דא זיין ליהנות מנחם וכל הקהל הקודש.
ביי די וועי, וואס טוט זיך מיט לייב? ער איז פארשווינדן ווי אין וואסער אריין?? זאג מיר נישט אז ער האט אויך פונקט טעכנישע פראבלעמען…
מנחם,
עס קוקט אויס ווי איר וויל איבערנעמען די לייצעס דא די וואך, איך האב גארנישט דערקעגן, עס איז דא א מאכט וואקיום, אבער ביטע גיי איבער דיין פראגראם נאכאמאל, וואס פונקטליך איז דער פראגראם די וואך, איך כאפ נישט, פארוואס דארף מען זיך ווענדן דורך אימעיל?
ברחל בתך הקטנה,
אויב איינער וועט עפעס וועלן פרעגן 6:00 אווענט ווען איך קוק שוין נישט דעם בלאט וועל איך נישט קענען ענטפערן ביזן נעקסטן טאג ביינאכט, אבער אויב שיקט איר אין אימעיל באקום איך עס גלייך און איך קען ענטפערן פון 6 ביז 10 ביינאכט, צו קורץ……?
עכ”פ ביטע באוואשט מיך נישט מיט דעם אימעיל, לאז געמאכט, לאמיר בלייבן פריינטליך,
אקעי רבותי, לייב, אהרן יאסל, לוזער מענדל, לאמיר אנהייבן עפעס א גוטע דעבאטע (DEBATE ) אין אויפלעבן די עצמות יבשות דא
BTW ווי גייסטו אויף וואקאציע? ווער צאלט עס אויס? כ’מיין די האסט גענוג געלט זיך צו ערלויבן די זאכן? שיק אונז בילדער ביטע, אשר ברא אילנות טובות ובריאות טובות ליהנות בו בני אדם
מנחם
אויף דעם איז דאך דא א עצה צו סובסקרייבן צו די קאמענטס, אזוי באקומסטו א אימעיל יעדעס מאל איינער קאמענטירט.
צווייטענס האב איך הנאה אז ענדליך האט מען שוין דערמאנט מיין נאמען בהעלם אחת מיט אהרן יאסעל און לייב, איך האב מורא געהאט אז איך וועל מיר נישט קענען אריינבאקומען אין די קלאב.
דריטענס, איך וואלט פארגעשלאגן צו דעבאטירן די נושא פון א פארום, ווייל מען פארפארט פון איין עינין צו די צווייטע וואס האט גארנישט מיט די ארטיקל אויף וואס עס גייט ארויף.
סאו לאמיר איינמאל פאר אלעמאל אויסארבעטן א פארשלאג אויף וואס יעדער וועט זיך גלייכען ווי אזוי אויסצוארבעטען די זאך, א פארום צו א אנדערע וועג.
איך בין באמת דיסאפוינטעט אין די גאנצע בעל הבית דא. איך האלט זיי מאכן זיך אליינס שאדן. זיי האבן א מעכטיגן טאאל אין די האנט זיי קענען עס ארויפארבעטן גאר גאר אויף אן הויכען ניווא. סיי פאר די ליינערס’ טובה אין סיי פאר זיי צו מאכן געלט, עס איז די איינציגסטע אויסגאבע, אין אידישן שפראך, דירעקט געצילט פאר ביזנעסלייט, וכו’ וכו’ איך האב שוין אביסל מגלה טפח געווען צוויי וואכן צוריק וואס מ’קעו אלס טוען, איך וואלט עקספעקטעט גוטע געלונגענע ביזנעס ארטיקלן וכדו’. ביזדערווייל גייט עס נאר בארג אראפ.
איך מיין זיי זאלן עס בייצייטענס ראטעווען וועט זיך עס לוינען.
געב א לינק צו דיין שרייבעכץ פון צוויי וואכן צוריק. איך זע נישט וואס איז דא צו זיין דיסעפוינטעד, אוודאי איז עס נאך נישט קיין שלמות, אבער וואס עפעס בארג אראפ? עס גייט בארג ארויף לדעתי. קוק וויאזוי עס האט אויסגעזען א יאר צוריק, זיי האלטן שענער ווי אויסגאבעס וואס שטייען שוין א פאר יאר.
חוץ מזה, מיין איך אז פשוט אלץ כבוד בעל בית (תרתי משמע) פאסט נישט אזוי צו שרייבן ביי זיי אינדערהיים, מען קען שרייבן קאנסטרוקטיווע הערות און אפילו לייכטע קריטיק, אבער דעם לשון דארפסטו ווען שרייבען נאר דירעקט צו זיי דורך אימעיל.
והנלע”ד כתבתי.
איך קען שוין מנחם’ס שארפע פעדער, איך גלייב נישט אז ער האט עס ממש געמיינט, עס איז זיין וועג פון רעדן.
אבער איך שטום צו צו לוזר מענדל’ן, רעד מיט מער דרך ארץ אויף די בעל בית, ס’איז מיין פעוואריט אויסגאבע, אז די האסט קריטיק, לאז דיר הערן אויף א שיינע וועג, איך זע אז די מערכת ענפערט און רעספאנד צו הערות.
בכלל, וואס איז פשט פון שרייבן שארפע סטעיטמענטס אן בעקונג, זיי מסביר וואס עס שטערט דיר, וואספארע טענות דו האסט.
און געדענק, ווילאנג די צאלסט נישט קיין פעני איז נישט שייך צו ערווארטען צענדליגע לאנגע ארטיקלען, פון ערגעץ דארף מען דאך באצאלן די שרייבער.
ואל תשובנו, אדווערטייזמענט. קודם כל, פאקטיש איז נישטא קיין שום ערענסטע אויסגאבע וואס ערשיינט אומזיסט און האלט זיך אויס דורך אדווערטייזמענטס, צווייטענס, זיי מוחל קוק דורך די בעל בית און זאג מיר אויב די זעסט גענוג אדווערטייזמענטס צו דעקן דו הוצאות, עס קוקט מיר אויס ווי הוצאה יתר על ההכנסה.
מנחם מנחם, וואס איז געשען מיט דיר? קלאפ דיר דאס מויל!
וואס עפעס ביזטו – דער פייערדיגער בעלבאאס אנהענגער – פלוצים געווארן אזוי ברוגז און דיסאפוינטעד??? און דו אייסערסט זיך גאר אז זיי גייען בארג אראפ. מ’האט דאך שוין געהערט אזאנס אז א זאך קומט נישט ארויס אמאל, סאו וואט? פארדעם על כל העדה תקצוף??? אתמהה!
איך בין פשוט נייגעריג, וואס האט דיך אזוי ארויסגענומען פון די כלים?
לייב, לייב ווי ביזטו???
חביבי מיין באליבטער, יפה אמרת.
מנחם, מיר עווארטן א תשובה! אויב ווילסטו בלייבן דא א רעדל פירער, מוזטו ערקלערן דיין אויבערשטן רעוואלט אויסברוך, טאמער נישט וועלן מיר פאררופן פרישע וואלן לויט די תהליכי הקהלה, און דו ביזט גאר אויסן צו פארלירן דיין הויכראנגיקע פאזיציע.
אז נישט וועלן מיר מיד ווערן פון דיין דיקאטורשאפט און ארויסגיין אין די מאסן קיין טאחריר סקווער, און שרייען ווי אין א כאר:
גענוג איז גענוג. מנחם בעגין לעט אוער סטעיזשעס לעסט אין פיסעס.
חא חא
אהרן יאסל דו ביזט אייזען
דיין פעדער איז מילך און האניג.
(איך וואלט עס געזאגט אפילו דו נעמסט נישט מיין צד)
שלום עליכם מיינע ברידער, בארואיגט אייך, איך בין דא, איי עם היר טא סטעי, איך וועל אלעס מסביר זיין בקרוב
1) קודם כל רבותי איז געווארן לעבעדיג דא אויף אינזער וועלטל, שוין עפעס אויפגעטוען,
2) צו די וואס האבן געמיינט אז איך בין איינגעשלאפן, וואונדער איך מיך אביסל, צו האט איר נאכנישט געזעהן אז איך ראן אויף אן אנדערן סקעדזדשול ווי אייך?
שוין גארנישט געשלאפן, זיך אנגעגארטלט פרישע כוחות ארויסצוגיין בחרב וחנית נגד מחריבי עמינו די וואס ווילן ח”ו אריינשמוגלען א שוואכקייט און די הנהגה פון מנחם’ן.
3) צו די וואס האבן געוויסט פאר זיכער אז מנחם וועט ענטפערן מיט א שארפן לשון, לאו דוקא, איך זעה איין אז איר פארשטייט פשוט נישט ווען איך שרייב בקיצור, נאר ווען איך שרייב באריכות פארשטייט איר, וועל איך מיזן נאכאמאל אזוי טוען,
נאכן שרייבן באריכות האב איך שוין באקומען הסכמות סיי פון ליי און סיי פון אהרן יאסל,
לייב’ן איז עס געווען פאריגע וואך, אהרן יאסל צוויי וואכן צוריק,
און דא איז טאקע די תמיהה עד לב השמים, פון דאס וואס איך האב געשריבן דעמאלט און באקומען די הסכמה פון אהרן יאסלען קען מען זייער גוט פארשטיין וואס איך האב היינט געשריבן, סא וואס גייט פאר מיט ידידי א”י צו האט ער אזא שוואכן זיכרון? זיכער אז נישט, ליבערש וועל איך איינזעצן אז ער מיינט נאר יגדיל תורה ויאדיר,
בגדול החל, ידידי ר’ א”י פרעגט מיט געוואלד,
“מנחם מנחם, וואס איז געשען מיט דיר? קלאפ דיר דאס מויל!
וואס עפעס ביזטו – דער פייערדיגער בעלבאאס אנהענגער – פלוצים געווארן אזוי ברוגז און דיסאפוינטעד??? ”
יא יא הוא הנותן, געדעקסטו דען נישט ווען דיין רעבע אין חדר האט גענדיקט מקיים זיין בזהירות יתירה דעם פסוק ארבעים יכנו ולא יוסיף האט ער געזאגט, “אלעס ווייל איך האב דיך אזוי ליב” “וועסט מיר נאך אמאל דאנקבאר זיין” דאס זעלבע און נאכמער דא,
ווייל איך וויל אזוי שטארק די טובה פון די אויסגאבע ערלויב איך מיך צו זאגן מיין מיינונג אזוי גראב און אפען,
לאמיר אביסל איבער’חזן’ן חוזר חזרה, צווייטע חברים, וואס די זאך איז,
”בעל הבית” דארף מאכן געלט, מסכים?
געלט קומט פון אדווערטייזמענט, מסכים?
אדווערטייזמענט אינקאם קומט פון פאפולעריטי, מסכים?
פאפולעריטי קומט דורך HIGH QUALITY ארטיקלען און
==== המשך =====
און אינטערעסטעט לייענער, מסכים?
היי קוואליטי שרייבערס אדער מאכן זיי געלט פון די אויסגאבע, אדער בעטן זיי געלט פאר די ארטיקל, מסכים?
אדווערטייזערס פאולאען זייער שטרענגט די פאפולעריטי פון די אויסגאבע, לויט דעם באשליסט ער צו ער זאל דא אדווערטייזן און וויפיל ער זאל באצאלן, מסכים?
אויב בעל בית קומט נישט ארויס איין וואך איז עס א מעדזדשאר דורכפאל אין PR
וואס וועסטו זאגן פאר די אדווערטייזער נעקסטע וואך?
איך מיין אז עס זייער פארשטענדליך,
יעצט,
אהרן יאסל, חביבי, לייב וואס גייט מארגן אויפשטיין פון זיין זיסן שלאף, וואס האלט איר אנדערשט?
אדרבה, רבותי אהוביי וידידיי, כאהל הקאהאל האקואדעהש, וואס האלט איר אנדערשט?
אוי וויי…… אויסגעלאזט איין וויכטיגע נאמען……….שיער נישט פארגעסן ידידי החדש החשוב והנכבד וואס האט שוין קידוש געגעבן פארן אריינקומען אינעם קרא, הרב LUZER MENDEL שיחי’
נו…. וואס האלט איר אנדערשט?
איך פארשטיי דעם בעל בית, קאמפיוטער פראבלעמען ווערן מער ווי מער מען באנוצט זיך דערמיט. ווי נאריש איז צו זאגן אז היינטיגע צייטן איז שוין נישטא קיין קאמפיוטער פראבלעמען, נאר ווען דען? אמאליגע צייטן?
איך דריי מיך אסאך צווישן מענטשן, און עס קומט מיר אויס דא דארט צו הערן וועגן די בעל בית. מענטשן ווערן משוגע דערפאר. יעדע האט ליב א צווייטע זאך דערין. אבער עס איז באמת א רעוואלוציע אין די היימישע ביזנעס מארקעט. עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא זאך אויף אזא ערנסטע פארנעם.
אגב, איך וואלט פארגעשלאגן דער עולם אויפצוקומען מיט נייע פארשלאגן וואס צו באשרייבן אין בעל בית.
איך וואלט געוואלט זען א ארטיקל איבער סושי… א מאכל וואס די נאמען קלינגט פרעסעריש, אבער איז א עכט געזונטע נאטורליכע עסן גוט פאר א לאנטש אינמיטן די ארבעט.
מיין פראבלעם מיט סושי איז אז איך זעה אין געשעפט אלע ערליי קאלירן, איך ווייס עכט נישט קיין חילוק צווישן די 4 דאלערדיגע און די 11 דאלערדיגע. פארשטייט זיך אז איך גיי נישט ספענדן קיין 11 דאלער פאר’ן וויסן צו עס לוינט זיך.
נאך א קשיא וואס איך האב, פארוואס קען מען נישט האבן איין “טרעי” פון אפאר ערליי צוזאמען? איז דא דערביי שעטנז?
דאס זענען מיינע קליינע פראבלעמען. אויב איינער האט ענטפערס איז זיכער גוט. אז נישט קומט אויף מיט פרישע ארטיקלעך, בריוון. לאמיר אריינווארפן א התחדשות.
אזוי……….? מיינע גוטע פריינט ווי זענט איר? איר זענט טאקע אלע אנטלאפון אין מויזן לאך,
שוין דורך א לענגערע צייט זינט מיין תגובה, כ’געמיינט אז ס’וועט זיין א לעבעדיגן דיבעיט וואס וועט אויפוועקן דעם שלאפעדיגן לייב אזש ס’וועט גיין א רויך…………. ביזדערווייל אלעס שא שטיל דא……. נישט צו גלייבן
נישט צום גלייבן ווי די הויט ברענט פון די ארבייט. ס’שרעקליך! יו, נאך א אימעיל. ביי ביי
צום ווידערזען.
לייב, נאך אביסל שלאף אֹון דו פארלירסט דיין מעמבער-קארד….
מנחם
האסט מיר סתם איבערגעשראקן, פאר דעם גייט די בעל בית בארג אראפ?
מען איז מסביר פאר די אדווערטייזערס וואס ס’האט פאסירט, וחסל.
איך שטעל מיר פאר אז די בעל בית האט געטון די נוטיגע פי אר שריט אלעס אויסצוגלייכן מיט די אדווערטייזערס.
קודם כל א שכוח פאר די באלבוס פארן ארויסקומען יעדע וואך, מיר זענען מוחל בלב שלם אויף די אויסנאם.
איך זע איינער האט גערעד דא פון א פורום, די אמת איז אז עס איז קריטיש וויכטיג, מ’האט שוין צוזאמגערעד כאלערליי נושאים אין די איינע אשכול. אזש איך ווייס שוין נישט אויף וועחכע וועלט איך בין.
די זאך איז נאר אז איך שרייב אסאך אין אייוועלט אויך, עס איז זייער א פיין פלאץ ערליך און געשמאק, איך זע נישט פונקטליך פארוואס איך זאל שרייבן ענדערש דא ווי דארט, עס איז דא דארט פיל מער שרייבערס, ווי אויך קומט זיך הכרת הטוב פאר אראנדער (די בעל בית) פארן האלטן אפען די פורום שוין עטליכע יאר בלי תשלום גמול.
אבער מאידך גיסא בין איך שטארק דאנקבאר פאר די באלבוס אויך, עס איז זייער א פיינע אויסגאבע. ממילא וועל איך שרייבן אויף ביידע, בלי”נ, לויט וויפיל די צייט וועט ערלויבן. ווייל דאס איז זיכער אז עס נישט קיין תכלית דו צוזאמגעשטיפטע קאמענטס, מיט אפאר פארשידענע נושאים יעדער רעדט פון עפעס אנדערש, ממש מענין ענין שלא מאותו ענין.
וכל אשר יעשה יצליח.
גיוואלדיג. כל הכבוד ר’ ח.א.ו. ק”י נעמט אייך צו די ארבעט….. שרייבט.
אבער איין זאך ביטע. דער בעלעבאס איז א העכערע סטאנדארט פאבליקעישאן מיט ליינערס מער פון די בעסערע קלאס, ק.
ביטע שרייבן ענינים וואס פאראינטערעסירט ארבייטס קלאס בעלי בתים און אזויאויך ערענסטערהייט. דאס וואלט געווען גיוואלדיג.
ביטע זיך האלטן מיט כבוד איינער דעם צוויטען. אפילו ווען מ’שטעכט זיך אריין זאגט מען איר, ביטע, דאנקע שיין א.א.וו.
אי”ה, איך וועל שרייבן, אבער קודם זאל זיין א פארום.
דא איז א ברכה לבטלה
וועלקאם צום גאסט פון עיר הצדק קרית יואל.
די הענגערס זענען אינדרויסן. קומט אריין און מאכט אייך היימיש. פארגעסט נישט צומאכן דעם טיר, ווייל אינדרויסן איז פראסטיג.
מנחם, דאנקע שיין פאר’ן האלטן ארדענונג.
העי מנחם, שכוח פארן מיר אינזין האבן, עס פילט גוט.
ר’ חיים ארי’ האט אויפגעברענגט פיינע נקודות וועגן א פורום, וויבאלד איך בין געווען דער אויפברענגער פון די נושא האב איך הנאה אז עס ווער א שמועס דערוועגן.
איז אזוי, די בעל בית ברויך האבן א פורום, פינטעל.
עטליכע טעמים
1) פונקט ווי אלע אנדערע גויאישע וויכטיגע וועבזייטלעך האבן פורום’ס, יעדע מעדזשאר סאפטוועיר און יעדע ארגענאזאציע האט זיך א פורום, אפילו יעדע מעזשאר וועבסייט, למשל istock.com וכדומה. אזוי גייט עס, אזוי האלט זיך א קאמיוניטי און מען וואקסט און מען שפרייט זיך אויס. ווייל די קאמיוניטי געט עצות, און נאך פארשידענע מעלות. פאר די עצם פראזשעקט.
2) חוץ מזה, איז דאס א גוטע געלעגנהייט פאר די היימישע ביזנעס לייט זיך ארויסצוהעלפן אין ביזנעס זאכן, מען קען פרעגן און ענטפערן, דורכשמיעסן, וכדומה. עס איז א תועלת בפני עצמו.
3) והעיקר, די קאמענטס דא ווערן זייער אנגעלייגט און אנגעשטויסן, און עס איז נישט קיין תכלית, און א פורום וועט מען עפענען אשכולות פאר יעדע ענין עקסטער.
4) דער עולם דארף עס! והא ראי’ קוק ווי מען שמועסט דא אין די קאמענטס פון אלע ענינים, פשוט ווייל ס’איז נישטא ווי, ווייל דער עולם גלייכט צו פארברענגן צוזאמען און פרעגן און דורכשמועסן.
איי האט ר’ חיים אריה געטענהט אז עס איז שוין דא אנדערע פורומס מיט מער מענטשן וואס שטייט שוין לענגער, וכו.
לדעתי איז עס נישט קיין סתירה. עס איז דא פלאץ פאר ביידע, דא וועט זיין א ביזנעס פורום, עס איז נאך נישטא אזא זאך אין ערגעץ. אויף א געהעריגע ערנסטע פראפעשאנעל פארנעם. ובכל אופן, מיינע אלע 4 טעמים ווערן נישט אפגעוואנדן פון די איינע טענה, ווייל אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, אויב די בעל בית וויל וואקסן מוז מען האבן א פלאץ פאר די קאמיוניטי. חוץ פון די אנדערע מעלות וואס יעדע כדי לעצמו.
והנלע”ד כתבתי, נישט ווייל איך וויל אנטייילן, אבער איך וואלט שטארק רעקאמענטדירט פאר די בעלי בתים צו נעמען אין באטראכט מיינע ווערטער. אויב זיי ווילן אז עס זאל ווייטע גיין בארג ארויף.
הק’ לוזער מענדעל
א גוטן טאג טייערע ליינער און קאמענטירער.
זאל מיר ערלויבט ווערן ארויסצוזאגן מיין אייגענע -פערזענליכע- מיינונג.
א פורום איז נאר גוט, ווי לאנג עס איז דא גענוג ליינער און שרייבער עס צו האלטן אקטיוו.
אפילו עס קומט דא פאר געשמאקע דיסקוסיעס, קען מען אפציילן די אקטיווע שרייבערס אויף איין האנט.
אויף די יעצטיגע -קאמענטארן- פארמאט, איז נישט געפערליך, איז דא וואס צו קאמענטירן שרייבט מען, אז נישט, נישט. אבער א ליידיגע שטילע פארום קען פארמינערן די יעצטיגע אקטיוויטעטן אויך.
והן אמשול משליך, א משל צו א קנאפע מנין וואס דאווענט אין א קליין שטיבל, עס דאווענט זיך מיט א ברען און א קול, היינטשע אויב די זעלבע צען אידן וועלן אריינגיין אין א גרויסן שול, כמו שנאמר בגדול היכ”ל ובקטן קהיל”ה, נישט נאר וועט זיך עס הערן שטילער ווייל די קול וועט פארלוירן ווערן, נאר די מתפללים וועלן אויטאמאטיש דאווענען שטילער און שוואכער.
וווי געזאגט, דאס איז מיין פערזענליכע מיינונג.
בגדול היכ”ל ובקטן קהיל”ה… דאס איז א גוט ווארט. קיינמאל נישט געהערט, ס’קען צוניצקומען…
ייש”כ פאר די שמייכל.
איך פארשטיי נישט אהרן יאסל, א וויילע צוריק האט מנחם דא געשריבן א לאנגע הסבר און געפרעגט ווער עס האלט אנדערשט זאל ביטע זאגן, דעמאלטס האסטו געשריבן
=======================================================
אהרן יאסל
Posted February 15, 2011 at 5:54 PM
נישט צום גלייבן ווי די הויט ברענט פון די ארבייט. ס’שרעקליך! יו, נאך א אימעיל. ביי ביי
צום ווידערזען.
לייב, נאך אביסל שלאף אֹון דו פארלירסט דיין מעמבער-קארד….
========================================================
דער עולם ווארט נאך צו הערן פון דיר אן ענטפער אויף מנחם’ס דעמאלטסדיגע תגובה,
סא נישט מנחם האט געהויבן פיס, ער ווארט מסתמה די און אנדערע זאלן זאגן וואס איר האלט אנדערשט.
אויב האט איר נישט וואס צו זאגן מוזט איר נישט, אבער צו זאגן מנחם האט געהויבן פיס מיין איך איז נישט אויסגעהאלטן,
א גוטן טייערע קאלעגעס.
קודם כל א גרויסן יישר כח פארן אנטייל נעמען אין די דיסקאסיעס דא.
ווי איר האלט כסדר מיט שלאפט נישט דער בעל בית, מיר זענען כסדר אפען פאר פרישע רעיונות, און אדרבה, דאס איז דאך אונזער ציל מיטן געבן דעם אונליין פלאטפארמע, צו געבן די געלעגנהייט זיך דורכצושמועסן ארום אלעס און אלעמען.
די בקשות פאר א פארום זענען קלאר ארויסגעברענגט געווארן איינמאל און נאכאמאל, צוזאמען מיט אלע צדדים. אצינד ווארט עס בלויז אויף אונזער טעכנישע ארבעט.
עס זענען דא דערין פארשידענע דעטאלן, ווי קאמבינירן די “בלאג” מיט די פארום, שאפן די מעגליכקייט פון פערזענליכע פארבינדונגען צווישן מעמבערס, און נאך, חוץ די טעכנישע ארבעט דערפון. מיר ארבעטן אצינד דערויף, מיר האבן געמיינט אז דאס וועט נעמען שנעלער, אבער דער בעל בית וועט ליבערשט צושטעלן א דבר השלם ווי ארבעטן שנעלערהייט.
און יא, יעדע קאמענטאר מיט פארשלאגן פאר די בעל בית ווערט גענומען גאר ערנסט, סוף כל סוף זענען מיר נישט די ליינער נאר איר, און קיינער ווייסט נישט בעסער ווי אייך וואס איר גלייכט. ביטע האלט אייך נישט אפ ווייטער פארצושלאגן סיי וואס איר קלערט, כאטש נישט אלעס וועט פאסירן וועט אבער יא אלעס גענומען ווערן אין באטראכט.
א לעכטיגער שבת.
די בעל בית פארוואלטונג