אויסצוגן פון דרשה פון הר”ר מנחם הארטמאן הי”ו ביי א “קרן עזר” צוזאמקום.
אין פרנסה דארף מען אויך גיין העכער – נישט בלייבן שטיין אויף איין מדריגה
אין פרנסה דארף מען אויך גיין העכער – נישט בלייבן שטיין אויף איין מדריגה
נאך א זאך, זייער אסאך מענטשן זענען זייער “קאמפארטבל” מיט זייער דזשאב. איך בלעים נישט קיינעם, – א מענטש איז ביי א דזשאב 5,6,7,8, – 10-12 יאר, מען איז זייער “קאמפארטבל”, קיינער וויל נישט אוועקגיין. ס’איז נישטא קיין שום זאך וואס שטופט אים אוועקצוגיין. דער מצב דרייט זיך, און דערווייל קוקט אים אויס ווי “דער מצב ארבייט”. דער מענטש כאפט זיך אבער נישט אז ס’וועט קומען א צייט ווען זיין שכר לימוד וועט זיין גרעסער ווי זיין רענט, און ער גייט עס – לויט’ן איצטיגן מצב – נישט קענען אדורכשטופן. חוץ טאמער אז ער פארלאזט זיך ממש אויף נסים, און דער רבוש”ע פארלאנגט פון אונז אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף נסים – אונז דארפן טוען די בעסטע וואס מיר קענען טוען! ממילא, ווען א מענטש מאכט א שטיקל בודזשעט, קען ער מכיר זיין: איין מינוט; איך קען אזוי נישט אנגיין! פון פאריאר-, ביז די יאר, ביז נעקסטעס יאר, מיינע עקספענסעס וואקסן און מיין אינקאם וואקסט נישט די זעלבע שנעל. איך דארף עפעס טוען דערוועגן! און אויף דעם וועלן מיר אי”ה האבן באלד א רעדנער, וואס וועט אביסל ארויסגעבן וויאזוי מען קען זיך בעסער אויסקומען מיט א דזשאב – העכער’ן די אינקאם ביי די זעלבע דזשאב, אדער טרעפן אנדערע מעגליכקייטן אין די ארבייט’ס-וועלט; אבער דאס קען דירעקטלי ארויסקומען פון האבן א בודזשעט.
נאך איז פלעין פשוט ווען א מענטש קומט אָן אין געוויסע זמנים אין יאר וואס ער איז נישט געראכטן, און ער דערזעט זיך מיט גרויסע עקספענסעס, אויב האט ער א בודזשעט, ווייסט ער אנצוגרייטן אויף דעם, און ער קומט נישט אָן פלוצלינג צו א מצב: “אוי! איך דארף האבן פינף-טויזענט דאללער”, און די איינציגסטע עצה וואס איך האב איז “מיין קרעדיט קארד”. איינמאל ער פארט אריין אין דעם, איז שוין אן אנדערע מעשה – - (מיר וועלן באלד הערן פון אן אנדערען רעדנער, לגבי דעם ענין אויב מען האט זיך פארפלאנטערט אין “קרעדיט קארדס”, וויאזוי מען קען זיך היינט גרינגער ארויסזען דערפון. און איך האב געמיינט אז די וועלט האט זיך יעצט אביסל “געכאפט” ביים יעצטיגן קראך אז מ’קען נישט לעבען אויף יענעמס געלט, אבער דערנאך איז געקומען די אלע “בעיל-אוט” פלענס וואס האט געזאגט פארן אמעריקאנער עולם “רבותי, כאפטס ענק נישט; מען וועט ענק באגיסן מיט פרישע געלטער, און מען זאל ווייטער אנגיין אזוי…).
שטענדיג האלטן די אויגן אפען אז מען דארף “סעיוון”
די צווייטע זאך וואס איך וויל זאגן, איז: אזוי ווי מיר האבן פריערגעשמועסט, אז “סעיווינג זאל זיין א טייל פון מיינע “עקספענסעס”. אז ווען מען מאכט א “בודזשעט”, זאל מען נישט מאכן דעם בודזשעט, אזויפיל זענען מיינע עקספענסעס, און נאכדעם, די איבריגע סעיוו איך, ניין; “סעיווינגס” איז א טייל פון מיינע עקספענסעס.
דאס הייסט אזוי: איך געדענק ווען איך בין געווען א אינגל, איז נישט געווען אזא זאך אז מענטשן האבן געמאכט “טיי-פארטיס”. מען האט אמאל אמאל געהערט עפעס אזא זאך אז מענטשן האבן געמאכט א טיי-פארטי. ס’איז געווען א זעלטענהייט. ס’איז נישט געווען א זאך פונעם טאג-טעגליכן לעבן אז מען מאכט א טי-פארטי. פונקטליך די סיבה אונטער דעם, ווייס איך נישט, אבער אזויפיל ווייס איך, אז ווען איך קוק צוריק וויאזוי מיין טאטע האט געלעבט, און וויאזוי מיין זיידע האט געלעבט, און איך גלייב אז אין אנדערע שטובער איז געווען די זעלבע: די שפּאָרזאמקייט איז געווען אסאך מער! ס’איז דירעקט נישט ווייל ער איז א קארגער, ניין זיי זענען דירעקט נישט געווען קיין קארגע מענטשן. ס’איז ווייל זיי האבן פארשטאנען, אז פונקט ווי איך פארשטיי אז איך דארף האבן ברויט און פוטער היינט, דאס זעלבע זאך פארשטיי איך, אז איך גיי דארפן האבן א יאר ארום ברויט און פוטער, און אין צוואנציג יאר ארום גייט די ברויט און פוטער זיין זייער א גרויסער סכום, ווייל איך גיי דארפן חתונה מאכן קינדער.
ממילא, האט ער פארשטאנען, אז פונקט ווי ווען איך האב נישט יעצט קיין ברויט, וועל איך נישט ספענדן יעצט דעם לעצטן דאללער, איך וועל ענדערש קויפן דערמיט ברויט, אזוי אויך האט ער פארשטאנען, אז “סעיווינג” פאר’ן עתיד, איז די זעלבע וויכטיג ווי ברויט און פוטער היינט; ס’איז “איזהו חכם הרואה את הנולד”, נישט אומזיסט דארף מען זיין א חכם, ווייל דער פשוט’ער מענטש זעט דאס נישט. די אויסקוק פון א מענטש איז בדרך כלל א חודש-צוויי, דריי, אדער א יאר, אבער שפעטער ווי דעם זעט ער נישט. – דעריבער איז זייער וויכטיג אז א מענטש זאל אריינלייגן זיינע “סעיווינגס” אלס א טייל פון זיינע עקספענסעס, און טאמער וויל ער “שוואויל-טאגן” ווי מען זאגט, ער וויל אויסגיסן געלט אויף א זאך וואס איז נישט וויכטיג, דאס קען נאר קומען נאכדעם וואס ער האט שוין אוועקגעלייגט געלט, און ער סעיווט א שיינע סכום.