לכבוד דעם רייכן פעטער בעיר וואשינגטאן הבירה
אחדשה”ט
קודם וויל איך אייך באדאנקן פאר די חודש’ליכע געהאלט וואס העלפט מיר ממש ארויס יעדע חודש זינט מיין חתונה, מעגליך איך וואלט זיך שוין לאנג געדארפט באדאנקן, אבער ווייסט דאך פעטער, אז ווילאנג עס איז נישטא קיין קריטיק איז די טבע אז מען באדאנקט זיך נישט. דעם חודש, פונקט ווי אלע חדשים ביז יעצט, האב איך ווידער באקומען 1500 דאלער פאר מיין דריי בעדרום אפארטמענט, 700 דאלער אין פוד סטעמפס, און נאך פארדינסטן דא און דארט וואס איך בין נאכנישט אנגעקומען אויסצורעכענען. איין ווארט: יישר כח!
מיטן גרעסטן רעספעקט טייערע פעטער, וויל איך אבער דא נעמען א שטעלונג אין די וועג וויאזוי דו טיילסט די געלטער. נישט אז איך בין א גרויסע עקאנאמיסט, איך בין סך הכל א פשוט’ער בירגער וואס איז מתפלל בשלומה של מלכות, אבער לויט די יעצטיגע וועג – טייערע פעטער – מיין איך אז דו פארלירסט שווערע געלטער אן קיין חשבון, דו זוכסט וועגן וויאזוי ארויסצוקריכן פון דעם שווערן עקאנאמיע דורך אלע ערליי אונטער-טירלעך, אבער אני הקטן זאג אז ווען דו וואלסט גענוצט אביסל דיין באשאנקענעם דעת וואלסטו ממש געראטעוועט א גרויס טייל פון די עקאנאמיע. – ווי דערמאנט בין איך נישט קיין גרויסע עקאנאמיסט און איך קען נישט געבן קיין דעטאלירטע באריכט פון וויפיל פראצענט פון די עקאנאמיע איך רעד דא, אבער אסאך מאל זאגט א דרויסענדיגע פשוט’ע בליק פיל מער ווי גע’חשבונ’טע און קאמפליצירטע קאלקולאציעס.
איך וויל דיך דערמאנען טייערע פעטער די שמועס וואס מיר האבן געהאט בעפאר דו האסט מיך באשטעטיגט צו געניסן פון דיינע אוצרות, האסטו מיך אריינגענומען אין דיין שטוב און מיך געזאגט בערך אזוי: ליבער פלימעניק, זאלסט וויסן אז איך בין דיר זייער געטריי, איך גלייך צו שענקן גרויסע סכומים פאר מענטשן וואס מוטשען זיך אויף פרנסה, דעריבער ביסטו עפראווד פאר סעקשאן 8 און פוד סטעמפס וואס וועט דיר אנקומען יעדע חודש פאר די קומענדיגע צענדליגע יארן, אבער וויסן זאלסטו, אז דאס איז אלעס נאר ווילאנג דו ביסט א בלוטיגער ארימאן, איינמאל דו ווערסט א “נישט בלוטיגער” ארימאן, דו פארדינסט א פרוטה מער ווי א “לאו אינקאם”, פארלירסטו אלעס…
דיין שטרענגע טאן וואס האט באנומען דיין געזוכט האט אויף מיר געשיינט ווי א שטרענגע ווארענונג אייביג צו בלייבן א בלוטיגער ארימאן. וויפיל איך האב עס דעמאלטץ נישט פארשטאנען פארשטיי איך עס יעצט נישט פילפאכיג מער. וואס איז דיין חשבון אז פאר איין פרוטה מער פארלירט מען אלעס? אפשר זאל מען נאר פארלירן האלב? (האלב וואלט איך אויך נישט פארשטאנען, עס דארף שטימען פראפארציאנאל). איז דאס דיין ציל מיט דיין געלט פארטיילונג צו האבן בלויז בלוטיגע ארימעלייט אלץ פלימעניק’ס?
טייערע פעטער, איך פארשטיי אז די וועלט איז א פרייע, מען קען טון וואס מען וויל, דו מוזט נישט געבן און איך מוז נישט נעמען. אבער הארך אויס וואס האט פאסירט לכבוד דיין ווארענונג:
א יאר און א האלב נאך מיין חתונה ווען איך באשאנקן געווארן מיט א לעכטיג קינד, האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע זוכן עפעס וואס צו פארדינען, איך קען דאך נישט זיין אנגעוויזן נאר אויף דיינע חשוב’ע נתינות. האב איך געטראפן איינער וואס האט מיך גוט געקענט און געהאט אין מיר צוטרוי, ער האט מיך אנגעטראגן צו ארבעטן פאר אים פאר 15 דאלער א שעה.
האלטנדיג פאר מיינע אויגן דיין שטרענגע ווארענונג נישט ארויסצוגיין מכלל “בלוטיגער ארימאן” האב איך געמאכט א שנעלע חשבון, אז איך וועל פארדינען דא אפאר דאלער מער ווי לאו אינקאם, אבער איך וועל פארלירן דיינע גרויסע נתינות. 1 פלאס 1 איז צוויי… פאר געציילטע דאלארן לוינט זיך נישט צו פארלירן הונדערטער דאלארן. ווידער ארבעטן שווער פאר א קליינע געהאלט קומט נישט אין באטראכט… איך האב געהאט א נסיון צו פארדינען די מינמיום וועידזש לעגאל, און דאס איבריגע אומלעגאל, אבער סיי איך און סיי יענער בעה”ב האבן דאס אפגעווארפן. איך בין נישט דא אויסצונער’ן קיינעם. עס לוינט נישט די קאנסעקווענצן.
האב איך געמוזט זוכן א צווייטע דזשאב מיט קלענערע השגות, ווייניגער שעות און ווייניגער געלט. מיין וועידזש איז אזוי געבליבן די קומענדיגע פאר יאר. ווען אין גוטע יארן וואלט איך שוין לאנג באקומען דאפלט-פאכיגע רעיסעס, אבער “איך” בין דער וואס ווארפט דאס קאטעגאריש אפ.
זיך דערזעהנדיג מיט נאך קינדער קע”ה האב איך זיך געטראפן מער צוגעשטיפט צום וואנט. האט מיר א נאנטע חבר גע’עצהט צו עפענען א קארפערעישאן, פארדינען מער, און דורך א גאנצע דריי וועט די געלט אריינגיין אין די קארפערעישאן, נישט חלילה פאר מיר,(פארשטייט זיך אויגעהאלטן געזעצליך) און ווען איך וועל זען אז איך מאך שוין גאר אסאך געלט זאל איך איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון זיין אנגעוויזן אויף די פעטערס נתינות.
ווען דא איז פלוצים דער פעטער געווארן מער געבעדיג, מיט מער קינדער געבט ער מער געלט. ס’הייסט אז פטור צו ווערן פון די פעטערס נתינות און עס זאל זיך מיר לוינען, וועל איך מוזן פארדינען אסאך מער ווי איך האב געמוזט ביז יעצט.
טייערע פעטער, איך בין אובד עצות! פארוואס לוינט זיך דיר אז איך זאל פארדינען פעניס, און די איבעריגע נעמען פון דיר? פארוואס?
פארוואס טוסטו נישט פארקערט, פארוואס העלפסטו נישט ארויס אראפצוגיין פון דיינע נתינות צוביסלעך? פארוואס מוז איך טאטאל פארלירן סעקשאן 8 אן קיין שום האפענונג עס צוריקצובאקומען אויב איך וויל פארדינען עטוואס מער? איז דען נישט מער אויסגעהאלטן ווען דו לאזט מיך אויספראבירן צו פארדינען מער, מיט א הבטחה אז אויב געלונגט עס נישט נעמסטו מיך צוריק? איז דען נישט מער אויסגעהאלטן ווען דו לאזט מיך נישט סתם אויפן וואסער נאר דו נעמסט אראפ פראצענטואל פון דיינע נתינות לויט וויפיל איך פארדין מער ווי א לאו אינקאם?
אנלייגן מיין ארימקייט אויף דעם גיי איך נישט. מען זעט מענטשן וואס האבן נישט קיין שטאטישע פראגראמען, זיי פארדינען וויפיל זיי קענען, און עס גייט זיי נישט אזוי איי איי איי… דאס איז נישט די גענצליכע סיבה פאר די שוואכע עקאנאמיע. און ווען א מענטש וועט מיר יעצט פרעגן צו עס לוינט זיך ארויפצוגיין אויף די פראגראמען וועל איך נאך אלץ קווענקלען, איך ווייס נישט! פון וואו זאל איך וויסן צו ער האט א גוטע עתיד? איך וואלט אים אבער שטארק אויפגעקלערט די חסרונות פון לעבן אויף פראגראמען.
אבער פארט… פעטער, וואס איז דיין חשבון? ביטע לאז מיך וויסן.
מנאי
מתתי’
רייכע פעטער, איך וויל דיך איין קשיא פרעגן…
44 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/02/רייכע-פעטער-איך-וויל-דיך-איין-קשיא-פרעג/ קאפיע אין ארכיוו
זייער גוט געפרעגט, איך און נאך מיליאנען אמעריקאנער פרעגן שוין יארן די קשיא, אבער עס איז אלס געווען א קול קורא במדבר, אפשר יעצט ווען דער עולם וועקט זיך שוין אויף (לדוגמא וויסקאנסין) וועט מען שוין עפעס טוען,
אבער איך האב אן אנדערע קשיא
לאמיר שוין זאגן מ’דארף געבן, אבער די וועג ווי אזוי די געלט קומט אן צום באניצער איז זייער געדרייט, אינמיטן וועג פאלן אראפ מיליאנען פאר די וואס ווייסן ווי אזוי עס אויפצופיקן,,,,, וד”ל, און דער ארימער נויטבאדערפטיגער בלייבט אויסגעשפיעלט.
לאמיך אנכאפן איין דוגמא,
SEC.8 האט א פראגראם וואס הייסט (FSS (FAMILY SELF SUFFICIENT דאס איז געמאכט צו העלפן מענטשן זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס,
דאס ארבעט אז ”פאר” מ’גייט ארויף מיטן אינקאם עפענטסטו אויף ביי זיי אן אקאונט, ווען די גייסט ארויף מיטן אינקאם לייגן זיי אריין אין אן אינטערעסט ביערינג סעווינגס אקאונט, אויף דיין אייגענע נאמען, די געלט וואס די וואלסט פארלוירן פארן ארויפגיין מיטן אינקאם, מ’קען ארויסנעמן די געלט לויט געוויסע פארשריפטן.
פארשטייט זיך דאס מוטיגט מענטשן ארויפצוגיין מיטן אינקאם ווייל מ’פארלירט למעשה גארנישט.
יעצט, הייבטס אלע אויף די אויגן ברעמן, זאגטס מיר וויפיל היימישע ווייסן פון דעם?
עס האט א סיבה פארוואס די ‘עזדשענסיס’ זאגן עס נישט אויס, ווייל למעשה דערלייגן זיי, אנשטאט די געלט זאל צוריקגיין אין קאסע גייט עס פאר דיר,
ווען מ’ווערט שוין געוואר דערפון איז שוין צו שפער ווייל מ’איז שוין ארויף מיטן אינקאם.
הוא אשר דיברתי, די וועגן זענען זייער געדרייט, דאס איז א זאך וואס מ’דארף ווייטאגן.
איך האב געשריבן בקיצור, מנחם סטייל, אויב האט איר QUESTIONS דאן פרעגט,
איי איי, מתתי’ האסט מיר ארויסגענומען פון די כלים, אזוי קלאר און דייטליך, גלייב מיר די איינציגסטע פראבלעם איז אז זיי ליינען נישט די בעל בית…
מנחם, וואס מיינסטו צו זאגן אז היימישע אידן ווייסן נישט ווייל וכו’, למעשה קען מען עס טון אדער נישט? וויאזוי קען מען אפלייען דערפאר?
יא געציל,
קאל אן דיין עדזשענסי פון ווי די באקומסט עס, זאג איך וויל עפענען אן FSS אקאונט, אויב איין ארבעטער ווייסט נישט דערפון זאג די ווילסט רעדן צו א צווייטן א.א.וו. ביז צום סופערווייזאר,
אויב די דארפסט מיין הילף לאז מיך וויסן
גענדיגט מיט מעשות, עס איז אן אפענע וועלט היינט, מיר וועלן זיי ווייזן מיר זענען נישט קיין מעקעלעך מער,
שלמה, זיי דארפן נישט לייענען די בעל-הבית… זיי ווייסן שוין זייער גוט דעם פראבלעם. יאסי געשטעטנער צב”ש האט שוין אויפגעקלערט מערערע פאליטיקאנטן דעריבער, זיי אלע ווייסן דערפון, אבער קיינער האט נישט די “גאטס” צו טוישן דעם סיסטעם.
קיינער וויל נישט זיין קיין כפוי טובה פאר די רעגירונג, אבער כו”ע מודי אז דער וועג ווי אזוי זיי פירן זיך שטערט נישט בלויז פאר די מקבלים, נאר פונקט אזוי – אויב נישט מער – פאר זיי אליין. איך בין אויך נישט קיין גרויסער עקאנאמיסט, אבער מען דארף נישט קענען מער ווי 1+1=2, און זעהן ווי נאריש עס ווערט געפירט, און וויפיל געלט מען ואלט געקענט שפארן ווען מען טוישט אביסל דעם הלוך ילך.
איך גלייב אז יעדער פון אונז וואלט געקענט אנווייזן ווי אזוי צו שפארן מיליאנען – אדער ביליאנען – פאר די רעגירונג, קלענער צו מאכן כאטש מעט מזעיר פון דעם דעפיציט לאך, נישט אומזיסט זאגט מען דאך אז מען וואלט געדארפט פירן די רעגירונג פון די היימישע מקוואות… למעשה אבער ווערט עס געפירט דורך אסאך משוגעים, און אויך קלוגערע מענטשן וועלכע קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די משוגעים, אדער לאביאיסטן און יוניאנ’ס און אנדערע שמות הנרדפים וואס מאכן חרוב אמעריקע.
אזוי ווי איך האב אנגעמאכט א שטורעם מיט ‘אויסזאגן’ דעם עולם איבער דעם ענין, וועלן דאך זיין וואס וועלן טענה’ן אז איך בין סתם א בעקער, טא, דא האט איר די לינק צו האד’ס וועב פעיזדש איבער דעם.
זעהט קלאר אז מ’דארף אפלייען ביים LOCAL PHA
מתתי’, קוק מיט וואסארא יראת הכבוד דו שרייבסט צום “געטרייען” רייכען פעטער,
זיין כוונה איז קלאר אז די זאלסט בלייבען ארעם, וויל ער וויל אז די זאלסט וויטער “עלעקטען” די געטרייע (דעמאקראטישע) פאליטישאן’ס וואס טיען אונז אלץ “טובות” מיט געבען נאכמער העכערינגען און פוד סטעמפס וכדו’,
אז די (מיט נאך אלע מינאריטי גרופעס, שווארצע, מעקסיקאנע, היספאנישע, וכו’) וועלן ווערען עשירים, וועלען זיידאך ווערן ריפאבלעקענע.
די ענדע איז נאנט, אפשר נישט אזוי נאנט, אבער נענטער ווי סיי ווען, עס קומען גוטע צייטן
יויש! עטס רעדסט ענק נאך אפ? כ’מיין האלבער צוועלף מאנטאג פארמיטאג און שוין טרעף איך א גאנצער מנין וויינט דא אויף די עקאנאמיע. מה נענה אנן אבתרה אז מיר האבן זיך קוים אויסגעטשוכעט פונ’ם תחנון, עפיס פארביסן לכבודו של יום, פוילערהייט געעפענט דעם ‘אינבאקס’ און אריינגעבליקט אונ’ם פרישן ‘בעל-בית’ [וואס אגב: ווערט רייכער פון וואך צו וואך] זעהן צו עס האט זיך נישט געמאכט א פרישע געט-ריטש-פעסט אפורטוניטי, און דא ווער איך געוואר אז אפילו די ותיקים מבינינו די וועלכע האלטן שוין ביי קאפי-ברעיק לייזן אויך נישט אויפ’ן חודש, ס’טאקע גרויסע צרות השם ירחם במהרה.
איז בכל אופן, איצטער האב איך שוין א פילפכאכיגע עבודה, מ’שטיינס מ’זאגט איך דארף דא אנאליזירן אחוץ מיין שוועסטער קינד מתתי’ל נ”י, וואס ביי די וועי האף איך אז דעם נאמען מתתי’ הייסט ער נאך א זיידן פין די גראס זייט נישט פין די סעם משפחה, עפטער אלל גלייב איך נישט כ’העל אמאל קענען קאנוווינסן די בני בית א נאמען צו געבן נאכ’ן זיידן ר’ מתתי’ ע”ה, די נאמען איז כלל נישט איר ‘קאפ-אף- טיע.
על כל פנים, לאמיר זיך האלטן צום נושא, איך האב שוין דא געטראפן א שלל פין אינפארמאציע וואס כ’ברויך דא איבערצוגיין און מברר זיין, און דאס איז שוין אויסער מיין אייגענע מיינונג איבער דעם נושא פין פעטער שמילי’ס געלטער, וואס מיר האבן אין דעם א גאנצע אריכות לא עת האסף פה. איז בראש וראשונה מיזעך מודה זיין: ‘מנחם! יו אר די ווינער אף די דעי! אזא באמבע געשאסן מיט אזא איידלקייט און גוטהארציגקייט, ס’ווייזט אויף דיין איידעלן כאראקטער און זיס הערצעלע, גוט פאר יו!
אבער ווי זאגט מען? המתחיל במצוה אומרים לו גמור, מיר זענען נישט ביכולת הן מאפס הפנאי (ראה בפתיחת תגובתי) והן כי נבערנו דעת ובינה לחטט בגנזי הדוד היקר, די אלע שווערע ביוראקראטישע און געזעצליכע טערמינען זענען אביסל שווער צו פארדייען פאר אנשים כערכינו, איז אלזא: פליז, ביטע, כ’בעט דיך, שמועס אויז דעם ענין אביסל ברייטער, ס’קוקט אונז אויס אז די האסט עטוואס עקספיריענס אין דעם נושא, איז לאמער הערן אביסל מער פרטים, נאך אלעמען כולנו בני דודים של איש אחד אנחנו, נאנטע הארציגע שוועסטער קינדער, און לאו דוקא פונ’ם מגושמ’דיגן פעטער סעם, נאר ווייסטעך, איינער איז א אייניקל פון רש”י הקדוש, איינער פונ’ם מהר”ל מפראג, וכו’, ולמעלה בקודש, איינער פין הייליגן זיידן יהודה בן יעקב אבינו ע”ה, און איינער פין זיידן בנימין בן יעקב, איז אלזא לאמער זיך אביסעלע ארויסעהלפן, די פעטער און די זיידעס וועלן הנאה האבן בעולם העליון, אן מיי ריספאנסיבילעטי.
מנחם דער סוד וואס דו האסט מגלה געווען איז מרפסין איגרא!
אויב איז דאס ריכטיג, דארף מען מאכן א גרויסע קאמפיין, צו פארציילן דעם עולם וואס זיי ווייסן נישט, דו קענסט נאך מיט דעם סוד מחי’ זיין פיל מער אידן ווי מיט דעם שטיקל חובות הלבבות וואס דו האסט צוגעברענגט פאריגע וואך.
צוביסלעך מוז איך אנהייבן האבן דרך ארץ פאר דיר….
עס איז דא א פראבלעם מענטשן וויסן נישט וויפיל געלט מען מעג מאכן און נאך אלס נהנה זיין פון די פראגראמען עס איז נישט אזוי ווייניג ווי מען מיינט
אנטשולדיגט אבער אפגעזען פון וויפיל געלט מען מעג מאכן (אפי’ מען מעג מאכן $3500 א חודש), בלייבט אבער אלץ דער פראבלעם אז אין די מינוט וואס איך מאך א דאללער מער ווי איך מעג, דאן פארליר אנשטאט דעם אפאר טויזנט דאללער, יעצט זאג מיר איין סיבה פארוואס איך זאל פרובירן מאכן מער געלט ווי דער לימיט. איז עס דען ווערט צו מאכן בלויז $4000 א חודש, ווען מען קען מאכן $3547 און באקומען פונם פעטער נאך $2500.
די נומערן דא זענען נאר אלץ דוגמא, עס איז נישט דוקא נומער’ס פון די ווירקליכקייט.
איי מיכל, די שרייבסט דאך אזוי גוט,
אזוי ווי איך האב אויך נישט קיין צייט וועל איך עס מאכן בקיצור, אבער אמאל, אויס איז עס דיר נוגע למעשה וועל איך ענטפערן אויף ספעציפישע פראגן,
1) ‘פאר’ מ’גייט ארויף מיטן אינקאם עפענט מען די אקאונט, נאכן ארויפגיין איז דערנאך, (פארשטייט זיך איר קענט נאך אלס עפענען ‘פאר’ די קומענדיגע רעיס)
2) קאלט אן אייער LOCAL PHA פון ווי איר באקומט די געלט ( ד. ה. ווי איר האט אפלייעט און געווארן אפראווט, און איר גייט פאר ריסורטס א.א.וו.) זאגט איר ווילט אריינגיין אין די פראגראם
3) פרעגט אויב זיי האבן איינעם אין אפיס וואס פירט עס אן
4) איר וועט דארפן אראפגיין אין אפיס, דורכגיין די אפליקעישאן פראסעס, וואס אינוואלווד כמה וכמה ענינים אי אפשר לפורטם כי רבים הם, אפס קצהו תראה
5) אזוי ווי דאס איז עקטערע געלט וואס איר באקומט כלומפערשט פאר זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס, דארפט איר זיי געבן 3 GOALS ווי איר ווילט אנקומען מיט די צייט,
6) די GOALS קען מען אלס טוישן, ( א מורא’דיגע בענעפיט)
7) מ’דארף פון צייט צי צייט אטענדן קלעסעס וואס העלפט ווי אזוי צו לעבן, סעוון געלט, און בכלל זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס………
8) מ’קען ארויסנעמן האלב פון די געלט ווען מ’ריעטשט א GOAL
9) אויב נעמט איר ארויס די גאנצע געלט פאר א GOAL ענדיגט איר דעם פראגראם
10) נאך 5 יאר, אדער ווען איר ענדיגט דעם פראגראם, קענט איר ווייטער האבן דעם אכטער, פארשטייט זיך לויט אייער יעצטיגן אינקאם קאלקולעישאן,
דאס אלעס איז בקיצור, אויב איז עס אייך נוגע בפרטיות, וועל איך פרובירן צו העלפן ווי ווייט מעגליך מיט נאך אינפארמאציע,
בשעת’ן שרייבן די שורות קומט אריין אן אימעיל אז דער ברויזענדער לייב וואס שלאפט שוין 2 וואכן האט זיך ערוועקט,
ברוך הבא ר’ לייב WE MISSED YOU אבער איר קענט נאך טוען תשובת המשקל, זייט אונז מהנה ביטע די וואך
איך שלאף ווען יעדער שלאפט……
עס איז געווען צוויי שטילע וואכן, אזוי ווי דו באקום איך אויך אי-מעיל’ס ווען איינער רופט זיך אן, און ווען קיינער רופט זיך נישט אן, זיץ איך אויך איינגעלייגט…
ב”ה אז עס איז דא נאך זאכן מיט וואס צו זיין פארנומען.
נא נא נא לייב טייערער, דא איז גארנישט געווען שטיל, דא האט זיך איבערגעדרייט ארויף אין אראפ איבער די צוקונפט פונעם בעה”ב וואס האט גאהאנגן אויף א האר אזש ערש”ק האבן זיי געמוזט באראיגן די געמיטער מ’זאל קענען אריינגיין אינעם שבת מיט א פרייליך געמיט, זעהט אויס האסט נישט אויפגעסיינט פאר דעם, אבער די בעסטע איז אז די קוקסט זיך אום דא פון צייט צי צייט צו זעהן אויב מ’דארף דערמונטערן דא דעם עולם,
זוי ווי זוי, מיר זענען אייך מוחל אך הפעם, אבער מיר בעטן אויף להבא פארלאזט אינז נישט,
איך וויל אנהייבן א נייע ר”ת אינעם אידישן לעקסיקאן, זו”ז פאר ‘זוי ווי זוי’, פצצ”צ פאר ‘פון צייט צו צייט’,
ביזט אפשר גערעכט, איך בין געווען פאריגע וואך צו פארנומען, און עס איז מיר נישט איינגעפאלן אויפצוסיינען (אפשר איז מיר נישט איינגעפאלן אז עס איז דא אויף וואס אויפצוסיינען), אויף א אומשולדיגע מעלדונג אז דער בעל הבית וועט נישט ערשיינען.
איך וועל זיך אריבערכאפן דארט, אפשר וועל איך נאך קענען עפעס פארכאפן.
איבער דיינע ראשי תיבות, בין איך נישט אנטציקט דערפון, זו”ז אויף אידיש שרייבט מען פינטעלעך, נישט קיין אויבנשטרעכלעך, אזוי: ז.ו.ז.
ערשט יעצט באמערק איך אז ווען מ’עפענט אויף די בעה”ב אין די אימעיל וואס ווערט ארויסגעשיקט, זעהט מען נישט וויפיל קאמענטס ס’זענען דא איבער א נושא, דאס מאכט אז אסאך ליינער פארפאסן וויכטיגע ענינים,
איך עפען עס אלס אין מיין בראוסער, דארט זעהט מען ביי יעדן ארטיקן די נומבער פון קאמענטס אויף די ארטיקן.
חשובער בעה”ב, איר ליינט דאך אודאי וואס איך שרייב דא, ביטע טוען דערונען,
מנחם! אזאנס! איך קען נישט גלייבן! דאס האט מען באהאלטן פון מיר אלע יארן! איך קען נאכנישט קומען צו זיך,
איך האב שוין נישט איינמאל אפגעזאגט א רעיס פון מיין בעל הבית וועגן די ענינים, ווען איך ווייס ווען פון דעם, וואלט געווען אינגאנצן אנדערשט,
איך קען מיך נאכנישט בארואיגן.=
הייליגער באשעפער, העלף איך זאל דאס איבערטראגן.
עס איז דא א שטיקל טעות וואס די עולם מאכט לגבי די סכומים וואס מען מעג האבן צו באקומען פ.ס.עס איז טאקע נישט די לעזונג אבער פארט אביסל בעסער ווי מען מיינט
בפרט די וואס האבן נישט קיין ס. 8 קענעען פארדינען היבש אסאך
יישר כח ר’ מענדל פאר’ן מיטטיילן אייער אינפארמאציע מיט’ן ציבור.
לאמעך נאר פרעגן כדלהלן: עס קען זיך אזוי ציעהן לעולם ועד? כ’העל אנקומען א האלבע גאול און באקומען דאס געלט, נאכער טוישן גאולס, נאכאמאל ארויסנעמען, טוישן, ארויסנעמען, וחוזר חלילה?
זאת ועוד: זיי געבן טאקע דאס גאנצע געלט וואס מען באקומט נישט לכבוד דעם רעיס, אדער געבן זיי נאר א חלק? אויב באקומט מען דאס גאנצע, איז דאך א עבירה נישט צו באקומען דעם רעיס, וד”ל.
זרח, דו ביזט גערעכט. אבער איך וועל איבער’חזר’ן, אונזער פראבלעם איז נישט אז מיר קענען נישט איבערלעבן דעם חודש, מען קען ב”ה יא אדורכשטופן דעם חודש, אפשר אפי’ בריוח (אז מען ווייסט וויאזוי צו אבאכט געבן אויף געלט), אפי’ מען באקומט רעגירונגס פראגראמען.
מיר האבן גאנץ אן אנדערן פראבלעם, “די רעגירונג לאזט אונז נישט רייך ווערן”, ניין, נישט גוט געזאגט, “די רעגירונג לאזט אונז נישט זיין פארמעגליך”, ניין, נאך אלץ נישט גוט, “די רעגירונג לאזט אונז נישט זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס”, אקעי, דאס הערט זיך שוין מער ווייניגער גענוג קלאר.
אפגעזען פון וויפיל געלט מען מעג פארדינען אפי’ מען באקומט פראגראמען, איז פראגראמען א עדיקשאן פון וועלכע מען קען נישט לויז ווערן.
ר’ זרח טייערער, וואס מיינט היבש אסאך אין אייער שפראך?
SEC 8 ווייס איך ווענדט זיך לויט וויפיל מ’פארדינט מער גייט עס אראפ מער, MEDICAID און FAMILY HEALTH PLUS האט LIMITS וויפיל מ’קען פארדינען לויט די פעמילי סייז, עס איז ליסטעט אויף זייערע וועבסיידס, פ.ס. ווייס איך נישט, אפשר העלפט איר ארויס?
מיכל, שרייבסט גאר געשמאק, קיפ איט אן
איך וועל מיטטיילן מיטן עולם נאך עפעס וואס איך ווייס נישט וויפיל פון די ליינער דא ווייסן דערפון.
כדי צו באקומען מעדיקעיד, דארף מען פארדינען א געוויסן סכום, צ.ב. איך דארף פארדינען $2,200 א חודש כדי צו זיין בארעכטיגט פאר מעדיקעיד, וואס טוט מען אבער אויב איך פארדין נישט אזויפיל, דאן בין איך נישט באגלייבט ווייל לויט זייער חשבון קען איך נישט לעבן אויף אזוי ווייניג געלט, ממילא “אויב פארדין איך ווייניגער קען איך נישט באקומען קיין מעדיקעיד” (זעט אויס אז אויב האט מען אזוי ווייניג געלט איז מען קיינמאל נישט קראנק, אפשר ווייל מרבה נכסים מרבה דאגה, ווער ווייסט)…..
נאכנישט פארטיג, איר ווילט אודאי הערן וואס איז די עצה דערצו, אלזו גאר פשוט “מען דארף נעמען פאד סטעמפס”, איי וואס שטערט דיר אז איך צאל מיך אליינס מיין גראסערי, לאז זיין אז איך שנאר יעדן חודש אין ביהמ”ד צו באצאלן מיין גראסערי ביל, און איך לעב אין ענגשאפט ווייל איך וויל נישט אנקומען צו דיין גוטסקייט, אדער צוליב סיי וועלכע אנדערע סיבה, ניין! מיין פעטער איז זייער א גוטער און ער קען נישט אויסהאלטן אז איך האב נישט גענוג געלט צום לעבן, ממילא וועט ער מיר צווינגען מיט אלע זיינע מיטלען, אז איך זאל נעמען פון אים וואס מער……..
וואס זאגט איר צו דעם, איר וואלט נישט געקלערט אזוי, וואס?!
פ.ס. גייט אויך אראפ מיט עפעס א חשבון לויט וויפיל מען פארדינט, מיר דאכט זיך אז נאר מעדיקעיד פארלירט מען מיט איינמאל אדער כמעט מיט איינמאל.
נאך אלעם הייבט אן אויסזען אז דער פעטער לאזט יא פארדינען אביסל מער און באקומען אביסל ווייניגער, איך האב אביסל מורא אז דער שלעכטער פעטער, הייבט אן באקומען א בעסערן פנים….
לכ’ ר’ מיכל, יא אזוי ווי איר הערט איר באקומט די גאנצע געלט וואס איר האט פארלוירן לכבוד דעם רעיס, און נאכאמאל יא, עס איז ממש אן עבירה עס נישט צו טוען,
פארשטייט זיך, אלעס נאר ווילאנג איר זענט נאך אין די ברעקעט פון מעגן באקומען עפעס פון זיי לויטן יעצטיגן אינקאם, די מינוט די ציעסט איבער דעם שטריקל, דהיינו דיין אינקאם איז צו הויעך אז די וואלסט שוין גארנישט געדארף באקומען פון SEC 8 דעמאלטס פאלסטו אינגאנצן אראפ פון SEC 8 און פארשטייט זיך אויך פון FSS .
דיין ערשטע קשיא איז אביסל מער קאמפליקעיטעט און ס’האט אפאר GREY עריעס אין זיך,
די קענסט טוישן GOALS און ארויסנעמן האלב און חוזר חלילה אבער ביי 5 יאר ענדיגט זיך עס, איר זענט שוין אויסגעוואקסן די פראגראם,
די מיזסט נישט ווארטן 5 יאר ארויסצונעמן די געלט, למשל די מאכסט א GOAL צו קויפן א הויז אדער א קאר, ווען די ווילסט עס טוען, נעמסטו ארויס האלב געלט און די גייסט ווייטער אן, אויב די דארפסט די גאנצע געלט פאר דעם צוועק, קענסט עס ארויסנעמן אבער די GRADUATES די פראגראם, אויף אידיש, מ’מאכט צו דעם אקאונט אין פארטיג
לייב
ס’איז נישט אזוי שלעכט ווי דו מאכסט עס, זיי פרובירן אהערצושטעלן א געוויסע חשבון וויאזוי די לעבסט, עס איז אזא סארט רעספאנסיביליטי וואס זיי האבן, דאס פאר זיך איז נישט געפערליך.
איך מיין זיי זעען דאך אז מען האט צו טון מיט א אפגעריסענעם פארשוין וואס קען זיך נישט אליין אויסהאלטן, ברויך מען דאך אים אביסעל אונטערפירן.
איך שטעל מיר פאר אז אויב דו ברענגסט א בריוו פון איינעם אז דו עסט ביי אים, איז עס גענוג.
ס”ה פ.ס. און SEC 8 ארבעט אויף לעוועלס, מעדיקעיד און פה”פ ארבעט אויפאיינמאל, אבער FSS איז די בעסטע ווייל עס שטופט דיך עס צו טוען ווייל די פארלירסט נישט קיין טאלער
עס איז א מורא’דיגע אריכות צו פארשטיין די אלע פראגראמען, ווייל בעצם איז דאך עס דיזיינט פאר אפגעפליקטן עם זר אשר בשר חמורים בשרם, פארדעם וועט איר זעהן אז עס ‘קרעשט’ אסאך מאל מיט די אידישע נארמאליטעט
א דאנק אייך ליבער מנחם. אזוי ווי כ’זעה אז אונזער שמועס גייט אוואו געפלאסן, העלעך זיך ערלויבן צו פרעגן ווייטער:
די געלט וואס מען נעמט ארויס פין די אקאונט, ווערט גערעכנט פאר א אינקאם לגבי די אנדערע פראגראמען, אדער לגבי סעק. 8 אליין?
איין מינוט מיכל, איך האב געמאכט א טעות, נישט די באקומסט צוריק, עס גייט אריין ‘יעדן חודש’ און ‘דיין’ עסקראו אקאונט און די באקומסט ‘אינטערעסט’ אויף דעם ווילאנג ס’ליגט דארט,
יעצט הערט זיך עס שוין בעסער?
אה אה מיכל די גייסט שוין צו ווייט, אבער ווייסטו וואס לאמיר זעהן, די SEC 8 געלט הייסט א אינקאם? ניין, די זעלבע איז דאס, די אינטערעסט ווייס איך שוין נישט,
אל יחר לאדוני ואדברה אך הפעם, איך האב נאך א פראגע צו פרעגן, ס’קען זיין אז איך דריי שוין צופיל דעם דאשיק, אבער פארט, כ’בין דאך נישט שולדיג אז די האסט געווארפן א צאמבל פלייש פאר א מחנה אויסגעונגערטע לייבן, דער עולם לעכצט צו מאכן אפאר דאללער בדרך כבוד, העסטעך מוזן צופאסן צום פאקט:
אלקעל פנים, איז אזוי: ווי העט זיין טאמער איך בלייב אויף מיין אלטן געהאלט, נאר מיין בני בית הייבט אן צו ארבעטן, און דאס אפעקטירט מיינע בענעפיטן, בין איך אויך בארעכטיגט פאר די פראגראם?
מיכל! א קניפ אין בעקל, דו האסט געפרעגט זייער צו דער זאך, אויף די סעקאנד ווייס איך נישט די תשובה, איך וואלט געראטן זאלסט עס פרעגן דיין SOCIAL WORKER אדער דער FSS SUPERVISOR פון דיין LOCAL PHA אויב באקומסטו נישט קיין ענטפער פון זיי וועל איך בל”נ טוען ריסורטש אויף דעם,
אבער איך ווארן דיך נאכאיינמאל די זאגסט ”אל יחר לאדוני ואדברה אך הפעם” איך בין דא צו העלפן אידן, די גיבסט מיר די גרעסטע חיזוק וואס מעגליך,
א הארציגן דאנק מיכל פאר די אינפארמאציע, איך העל זיך אי”ה אריינלייגן אינ’עם ענין, ולך תהיה צדקה מאת ה’.
נאך איין ווארט ביטע מיכל טייערער.
אויב די טוסט עס און ס’גייט דורך וועסטו מיך מחי’ זיין מיטן צריקקומען מיטטיילן די אינפארמאציע
ויהא זה חלקי מכל עמלי.
שכח
אהנטשולדיגט איך קען נישט קאמפיטן מיט די ספיד וואס די קאמענטס דא גייען
איינער וואס האט נישט קיין סעקשאן 8 און צאלט 1500 רענט מעגן מאכן מער ווי זייער רענט
דאס וואס מען הייבט אן אראפצורעכענען איז אלעס וויפיל עס בלייבט איבער נאכן צאלן די רענט
איך קען נישט זאגן פונקטליך איך קען נאר רעדן פון עקספיריענס
און דאס וואס מען מאכט ווייניגער מאכט מען אפטמאל אפ פון טעקס ריטוירן רעדט צו אייער אקאנטענט וועט איר שוין פונקטליך הערן
דאכט זיך מיר אז ביז 12500 א יאר איז א שאד אויף יעדען דאלאר וואס מען מאכט נישט ועגן די טעקס ריטוירן
מען מאכט צוריק סאך מער וויפיל מען פארלירט
אך מיכ… אה! אנטשולדיגט, מנחם! כ’בין אזוי פאר’שיכור’ט געווארן פין די פרישע ווארע וואס די האסט דא ארויסגעשטעלט, אזש כ’האב פארגעסן ווי אזוי כ’הייס, פשוטו כמשמעו! ואתך הסליחה.
אז דער פין אויבן העט באגנאדיגן, און מ’וועלמיר עס מסדר זיין, העלמיר אי”ה צוריקקומען אין מחזיק טובה זיין פאר אונזער ידיד ר’ מנחם הי”ו.
צוליב טעכנישע סיבות (אויך דעם פעטער צו פארדאנקען, וד”ל) העלמיר נישט קענען טוהן אינ’ם ענין ביז נאך פסח, און ביז יעמאלט זייט מיר אלע געזונט, און מ’זאלמער מיטטילן תמיד נאר גוטע נייעסער, פאר גאנץ כלל ישראל.
הק’ מיכל
מיכל, א קניפ אינעם צווייטן בעקל!
מנחם, דאס איז דאך געוואלדיג, ווי ביזסטו געווען ביז היינט, אזויפיל אידן וואלטן געקענט הנאה האבן פון דעם.
בכלל מנחם, מעגן איך מיך שוין איינמאל פטר אלעמאל באדאנקען פאר דיטרעפליכע אינפארמעישאן וואס די שטעלסט דא אלס צו. יישר כחכם. לך בכחך זה והושע את ישראל.
נאך איין וויכטיגע פאוינט מיכל פליעס, עס נעמט צייט ביז די אקאונט איז עפעקטיוו, די אקאונט מיז זיין אפען בעפארן ארויפגיין, סא מאך זיכער עס צו עפענען גענוג צייטליך בעפאר’ן ארויפגיין מיטן אינקאם אז ווען די גייסט שוין ארויף זאל שוין די אקאונט זיין אפען, אויב זאל דאס נישט זיין, קענסטו נאך פארלירן די גאנצע זאך און זיין קרח מכאן וקרח מכאן,
אוי מנחם, פונקט אין צייט, איך ווייס א קרוב מיינער וואס ראנגלט זיך יעצט מיט די פראגע, ער וועט. זיכער קענען הנאה האבן פון דעם, יישר כח ותזכו למצות.