דעם ריכטיגן איינעם

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: ויקהל , תשע"א · בעל-בית נומער: 37 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/דעם-ריכטיגן-איינעם/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעם ריכטיגן איינעם

א גערטנער האט אמאל אינוועסטירט טויזנטערס צו איינפלאנצן א הערליכער, גרויסער גארטן. ער האט זיך געפלאגט, געוואסערט, געאקערט, און געזייט ביז די בלעטער האבן אנגעהויבן וואקסן. דער גערטנער האט אנגעהויבן צו שעפן נחת און ער האט זיך געפרייט מיט די רעזולטאטן פון זיין שווערע יגיעה.
איין טאג, אבער, האט ער באמערקט אז זיינע שענסטע בלומען גייען צוגרינד. ער האט זיך זייער געוואונדערט ווי אזוי דאס איז געשעהן און ער האט אריבערגערופן אן ערפארענער גערטנער פאר זיין מיינונג.
ווען דער גערטנער האט א קוק געטוהן אויף דעם נייעם גארטן, האט ער גלייך געטראפן דעם פראבלעם. ער האט אנגעוויזן אויף עטליכע פארפוילטע בלומען און געפרעגט, “דו זעהסט די בלומען? אפילו זיי זעהן אויס טויט, ציען זיי נאך לעבן פון די זון און וואסער וואס דו שטעלסט זיי צו אזוי געטריי יעדן טאג. וויבאלד זיי זענען שוין אזוי קראנק, ברויכן זיי אפילו מער שפייזונג ווי די שענערע. איז וואס געשעהט? די אנדערע ליידן און טריקענען זיך אויך אויס מיט די צייט. דערפאר איז זייער וויכטיג פאר א גערטנער צו געדענקען צו אפשניידן אזעלכע סארט געוויקסן.”
דער יונגער גערטנער האט פארשטאנען וואס זיין טעות איז געווען. ער האט איינגעזעהן אז זיינע כוחות זענען געגאנגען אין דעם אומריכטיגן ריכטונג. אנשטאט צו אריינלייגן יגיעה און העלפן די געזונטע בלומען שפראצן, זענען זיינע כוחות געגאנגען אין די מיסט אריין.
און דאס געשעהט נישט נאר ביי א גערטנער, נאר ביי ביזנעסלייט אין יעדעס פעלד. ווען א ביזנעסמאן נעמט נישט די צייט צו אפשניידן די פארפוילטע געוויקסען, ווערן אלע כוחות צולאזט אין דעם לופט אריין. זיי קומען נישט אן וואו זיי דארפן, און אנשטאט צו ווייטער בויען, פארדארבן זיי. אבער, ווען א גערטנער געוואוינט זיך צו צו באקוקן די געוואוקסן און זעהן פון וועלכע ער מוז זיך שיידן פאר די טובה פון די אנדערע, טוט ער באפעסטיגן און פארזיכערן די געוואוקס פון די אנדערע.
ווען איר באמערקט אז איר באוואסערט צופיל בלומען אויף איין מאל, און עטליכע הייבן אן צו אויסשטארבן ווייל מען קען נישט ריכטיג באהאנדלען אלע צוזאמען, זעהט וועלכע האבן נאך דעם מעגליכקייט צו שפראצן, שניידט אויס די אנדערע, און לייגט כוחות נאר אויף זיי. אייער גארטן וועט צוביסלעך אנהייבן צו בליען פון יעדע זייט, און יעדעס טראפ וואסער וואס איר שפריצט וועט גיין צו דעם ריכטיגן צוועק.
ווען א מענטש פירט א ביזנעס און זיינע מחשבות זענען געצילט אויף דעם גאנג פון “איך וויל זאמלען ווי מער קונים,” אדער “יעדער, אן אן אויסנאם, מוז איינקויפן ביי מיר,” האט ער א פראבלעם. פארוואס? ווייל כדי צו דערגרייכן יעדעם אדער אויסלערנען עפעס פאר יעדעם, מוזסט איר זיך אויסשטרעקן אין צופיל ריכטונגען אז איר בלייבט מיט כמעט גארנישט. נישט יעדער גייט צום דענטיסט, נישט יעדער עסט אין א געשעפט. איר ווילט נישט יעדעם. איר ווילט דעם ריכטיגן איינעם. איינער וואס גייט אן וואס איר טוט, און איינער וואס וועט צוגעבן אין א וועג וואס וועט מאכן א חילוק צו אייך. איינער וואס וועט ווייטער פארשפרייטן אייער ביזנעס.
גלייך ווען איר הייבט אן צו קיקן אויפן טרעפן דעם ריכטיגן איינעם, ווערן זאכן בעסער, און שנעל. דאס געשעהט ווייל איר מוזסט שוין נישט נעמען אין אכט יעדעס מענטש און איר קענט אנהייבן צו צופרידנשטעלן נאר די וואס ווילן אייך.

February 21, 2011 at 11:34 AM#2
דעם ריכטיגן איינעם

הערליכע פוינט. מען קען נישט אלעס אריינכאפן.