אקיע פארלאזט אייגענע סימביען אפערעטינג סיסטעם, טוישט צו ווינדאוס פאון 7
אין א שטוינענדע שריט האט נאקיע – די וועלט’ס גרעסטע פאון פראדוצירער- געמאלדן אז זי וועט אדאפטירן מייקראסאפט’ס ווינדאוס פאון 7 אלץ הויפט פלאטפארמע פאר אירע סמארט פאונס.
נאקיע האט א אייגענע אפערעטינג סיסטעם מיטן נאמען “סימביען”. עס איז כמעט נישט געווען צו באקומען אין אמעריקע, אהער עס איז געווען שטארק צושפרייט איבער די וועלט. לעצטענס האבן זיי געארבעט אויף א נייע “אפען סאורס” מאביל אפערעטינג סיסטעם צוזאמען מיט אינטעל. דערפאר איז די יעצטיגע מעלדונג געקומען ווי א שאק.
די וואונדער איז נאך גרעסער ווען מען נעמט אין באטראכט די מינימאלע הצלחה פון ווינדאוס פאון 7 אין די עטליכע חדשים -פון ווען זי איז ארויף אויפן מארק. הגם קיין דורכפאל איז עס נישט דערווייל, זענען אבער סעילס גאנץ מילד, און אזוי אויך האבן סאפטוועיר דעוועלאפערס זיך נאכנישט צוגעכאפט צו די פלאטפארמע און אלץ תוצאה דערפון איז די “עפס” אויסוואל אויף ווינדאוס פאון 7 היבש שיטער.
די שריט איז אויך א שטארקע פראסק פאר די סאפטווער דעוועלאפערס אויף די נאקיע QT פרעימווארק, וואס זענען יעצט געבליבן אויסגעשפילט, וויבאלד נאקיע וועט נישט סופארטן די QT פלאטפארמע אין זייערע ווינדאוס פאון 7 פאונס. אויס נקמה, הערשט יעצט א באוועגונג צווישן QT דעוועלאפערס אריבערצוגיין צו גוגל’ס אנדרואיד אפערעטינג סיסטעם און גענצליך פארלאזן נאקיע.
פון די אנדערע זייט, פאר מייקראסאפט איז עס א געוואלדיגע אויפטו אריינצוכאפן די וועלטס גרעסטע פאון פראדוצירער אונטער אירע פליגל, עס וועט באדייטענד העכערן די מארקעט שעיר פון ווינדאוס פאון 7 אין דו קומענדיגע חדשים.
נאך א אינטערעסאנטע נייעס איבער די מייקראסאפט-נאקיע פאקט, מייקראסאפט וועט ערלויבן פאר נאקיע צו גענצליך איבערארבעטן די אויסזען פון די ווינדאוס פאון 7 אפערעטינג סיסטעם, א זאך וואס זי האט בשום אופן נישט צוגעלאזט ביז היינט, נאר באשטאנען אויף דעם אז אלע ווינדאוס פאונס זאלן אויסקוקען די זעלבע. עס קען אויסרופען בייז בלוט ביי HTC – א וויכטיגע מייקראסאפט פארטנער- וואס פלעגט אלץ שטארק מאדיפיצירן אירע ווינדאוס מאביל פאונס (בעפאר ווינדאוס פאון 7) און אזוי אויך אירע אנדרואיד באזירטע פאונס. אנאליטיקער שפאקולירן אז מייקראסאפט וועט מעגליך נאכגעלאזן פון די פאליסי אינגאנצן און וועט נישט מאכן קיין אויסנאמען צווישן אירע פארטנערן.
נייע זיכערהייטס מעגליכקייט אין גוגל אקאונטס
גוגל האט געמאלדן א נייע זיכערהייט מעגליכקייט וואס ווערט צוביסעלעך אוועליבעל אויף אלע גוגל אקאונטס, עס וועט צולייגן נאך א שטאפל פון זיכערהייט חוץ די פעסווארד.
א פעסווארד איז מער ווייניגער די איינציגסטע זיכערהייטס מיטעל וואס ווערט ברייט באניצט אנליין, און הגם א קאמפליצירטע לאנגע פעסווארד האט זייער קליינע טשאנסען צו ווערן געהעקט דורך טראדיציאנאלע וועגן, איז אבער דא גענוג אנדערע גאנץ איינפאכע וועגן ווי אזוי א קרימינאל קען באקומען אייער פעסווארד, צו דורך אויפכאפען אויף נישט גענוג פארזיכערטע וויי פיי אדער ספייוועיר וואס באזעצט זיך אויפן קאמפיוטער.
אין א בלאג פאוסט אויף גוגלס אפיציעלע בלאג, שרייבט א גוגל סעקיוריטי עקספערט אז די נייע מיטל וועט באשטיין פון “א מאכפולע קאמבינאציע פון פארלאנגען סיי עפעס וואס מען “ווייסט” – נעמליך א פעסווארד- און סיי עפעס וואס מען “האט” -נעמליך א טעלפאון”. עס וועט ארבעטן אזוי, יעדעס מאל וואס איר וועט וועלן אריינסיינען אין א גוגל אקאונט, וועט עס פארלאנגען די פעסווארד, און דערנאך וועט עס אויך ארויסשיקן א מעסעדזש צו אייער טעלפאון מיט א קאוד, וואס איר וועט דארפן אריינפילן. די צוויי שטאפלען וועלן פארזיכערן אז אפילו אויב איינער ווייסט אייער פעסווארד וועט ער גארנישט קענען טאן דערמיט ווי לאנג ער האט נישט קיין צוטריט אויך צו אייער פאון. און אזוי אויך פארקערט, אפילו א קרימינאל לייגט די האנט אויף אייער פאון וועט ער נאך אלץ דארפען וויסן די פעסווארד. (גאנץ ענליך צו נוצן סיי א נומער שלאס און סיי א פיזישע שליסל).
די נייע מעגליכקייט וועט זיין א אפציע וואס מען וועט קענען ערמעגליכן אין די “גוגל אקאונט סעטינגס” אויב מען וויל. אזוי אויך וועט מען קענען איינשטעלן אז מען זאל דארפן דורכגיין דעם פראדעצור נאר איינמאל אין דרייסיג טעג. עס וועט אויך זיין בעקאפ אפציעס אין פאל מען פארלירט דעם פאון.
היינטיגע צייטן ווען מען פארמאגט אזויפיל סענסיטיווע דאטא אנליין, איז יעדע פארבעסערונג אין די נושא ווערט באגריסט צו ווערן. עס איז צו האפן אז אנדערע פירמעס זאלן זיי נאכמאכן.
גוגל דאקס לייגט צו סופארט פאר 12 נייע פייל פארמאטן
גוגל שפרייזט פאראויס מיט זייערע פלענער אריבערצופירן די דעסקטאפ צו די וועב. יעצט האט גוגל דאקס באקומען סופארט פאר 12 נייע פאפולערע פייל פארמאטן, ובתוכם, מייקראסאפט עקסעל (XLS), אדאבי פאטאשאפ (PSD) און אדאבי איליוסטרעטאר (AI) צווישן אנדערע.
דאס הייסט איר וועט שוין יעצט קענען אפלאודען צו אייער דאקס אקאונט די אלע נייע פארמאטן, און אפילו קענען זען א פריוויו דערפון אין גימעיל, אן דעם וואס איר זאלט דאס דארפן בפועל דאונלאעדן. אומגלויבליך, מען דארף מער נישט האבן אינסטולירט פאטאטשאפ צו קענען זען א PSD פייל!
באמערקונג: פארשטייט זיך אז די אלע פיילס קען מען נישט עדיטן אין גוגל דאקס, בלויז אפלאעדן און זען. אפילו די מייקראסאפט אפיס פיילס דארפען קודם ווערן קאנווערטעד צו א גוגל דאקס פארמאט פאר מען קען זיי עדיטן.
אין קורצן
עפל פלאנט צו עפענען א מעגא סטאר אין אונזער שכנות, אין די גרענד סענטראל טערמינאל אין מאנהעטן. עפל פארמאגט שוין 4 געשעפטן איו די סיטי.
די געפלאנטע געשעפט וועט זיין די גרעסטע עפל געשעפט אין די וועלט.
*
מיט א וואך צוריק האט מייקראסאפט ארויסגעגעבן די “ריליעס קאנדידאט” פון אינטערנעט עקספלארער 9, מבינים זענען שטארק ענטוזיאסטיש, און זייער צופרידן דערפון. אין לויף פון איין וואך איז עס שוין געווארן דאונלאדעד איבער צוויי מיליאן מאל.
שמועות זאגן אז די געענדיגטע ווערסיע וועט ארויסקומען אינמיטן מערץ.