די מאביל וועלט קאנגרעס, אדער MVC11 , איז א קאנפרענץ/שאו פאר די אין די מאביל אינדוסטריע וואס נוצן די GSM טעכנאלאגיע. אין אמעריקע מיינט עס AT&T און T MOBILE. אבער למעשה ווערן טייל מאל געמאלדן נייעס וואס אנבאלאנגט אנדערע פירמעס אויך. די קאנפרענץ איז פארגעקומען די פארגאנגענע וואך אין בארצעלאנע, שפאניע.
די איראניע איז געווען, אז עפל האט – ווי איר שטייגער- גענצליך איגנארירט די שאו, און דאך איז די אייפאון 4 געקרוינט געווארן -ביי די קאנפרענץ- אלץ בעסטע סעלפאון.
דו קומענדיגע גרויסע געשעניש פאר די ווייערלעס אינדוסטרי וועט זיין די CTIA קאנפרענץ, וואס וועט פארקומען מערץ 21 אין פלארידע.
מיר וועלן און קורצן איבערגיין די גרעסערע מעלדונגען און חידושים.
סאני עריקסאן Xperia Play
א נייע אנדרואיד 3.2 באזירטע פאון, וואס פארמאגט פולע געים קאנטראל קנעפליך, א געמיש פון א פאון און א ווידעא געים מאשינדל.
LG Optimus 3D
א אנדרואיד פאון מיט א דאפעלטע 1 GHZ פראסעסאר און מעגליכקייט צו רעקארדירן 3D, אזוי אויך קען מען דערויף זען אין 3D מיט די נאקעטע אויג (אן ספעציעלע גלעזער).
HTC
HTC איז נישט לאנג צוריק געווען די הויפט שפילער אין די אנדרואיד וועלט, אין די לעצטע עטליכע חדשים, ספעציעל ביי די CES שאו, האט מען כמעט נישט געהערט פון זיי. אצינד האבן זיי געוויזן פינף נייע מאדעלן פון אנדרואיד באזירטע פאונס. אבער אן קיין שום ספעציעלע חידושים.
HTC האט אויך געוויזן זייער ערשטע טעבלעט, באזירט אויף אנדרואיד (נאר וואס דען), וואס איז שוין יא עטוואס ארויסגעשטאנען. עס הייסט “פלייער” עס לויפט אויף א 1.5 GHZ פראסעסאר, עס איז די ערשטע מאביל מאשינדל צו נוצן אזא שנעלע פראסעסאר.
די “פלייער” האט אויך א נייע (!) טעכנאלאגיע וואס HTC האט אליין ערצייגט, עס רופט זיך “סקרייב” דאס איז א כמו פעדער (stylus) וואס מען נוצט צו שרייבן אויף די סקרין. (ווער געדענקט נאך די פאלם’ס? און די מייקראסאפט טעבלעטס פון צען יאר צוריק?)