דעת בעל בית

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: ויקהל , תשע"א · בעל-בית נומער: 37 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/דעת-בעל-בית-20/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

זוכן אין אלע גוגל פראדוקטן

צו דער וואס האט געפרעגט וויאזוי מען קען זוכן אין אלע גוגל דאקס און אויך גימעיל אויפאמאל א ספעציפישע ווארט.
גוגל האט נארוואס צוגעלייגט דעם אפציע, גייט אריין צו גוגל דאקס, און אויבן וועט איר טרעפן דעם זוך אפציע.
הצלחה.
שלמה וויינפעלד

ווינדאוס עקספלארער און בראוזער טיפס

איך האב געוואלט איבערגעבן לתועלת הרבים צוויי גאר נצבארע טאקטיקן בנוגע פאלדערס (ווינדאוס עקספלארער) וואס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו אויסגעפונען און איך גלייב עס וועט מוראדיג צוניצקומען אויך פאר אנדערע ווי פאלגננד:
אין Windows Xp מאכט זיך אסאך מאל אין א פאלדער אז מען קען נאר זען די אייקאן/בילד Thumbnail און די ווערטער ווערן נעלם דהיינו ווען די פאלדערס זענען אנגעשטעלט אז מען זאל זען גרויס Thumbnail אבער מען זעט נאר די בילד פון דאקומענט אבער נישט די ווערטער. די עצה דערפאר איז צו SHIFT קליקן אויף די THUMBNAIL ICON (דארט ווי מען טוישט וויאזוי די פאלדער זאל ווייןז די תוכן דהיינו צו ליסט וויו אדער אייקאנס אדער ליסט). און צוזאמען מיט SHIFT די סעטטינג אוועק פון THUMBNAIL און נאכדעם מיט SHIFT נאכאמאל עס צוריק טוישן וועט מען צוריק קענען זען די וערטער.
נאך א וויכטיגע זאך בנוגע פאלדערס, מען זעט אסאך מאל א איין פאלדער איז געסארט ביי NAME די אנדערע ביי DATE MODIFIED ביי דיפאלט דהיינו אפילו מען טוישט די סדר אויף איין וועגן ווען מען קומט צוריק ווערט עס צוריקגעטוישט. עס איז דא א פשוטע וועג עס אנשטעלן עס זאל בלייבן. אנצושטעלן די פאלדער לויט די געשמאק דהיינו די SORTING און די VIEW און אנהאלטן CTRL און קוועטשן די X אוזוי וועט זיך סעיוון די לעצטע סעטינג.
*
א מוראדיגע עצה וואס איז מוראדיג נוצבאר  און דער עולם ווייסט נישט. סיי אין Chrome און סיי אין Firefox נאכן בטעות צומאכן א טעב Tab אין FIREFOX קען מען RIGHT CLICK אויף אן אנדערע טעב און קליקן Undo Close Tab און אין Chrome הייסט עס אביסל אנדערש איך געדענק שון נישט די נאמען.
אדער קען מען נוצן Ctrl+Shift+T
ישר כוח פאר די אינהאלטספולע אויסגאבע.
אייזיק

פארקויפן אנליין

בנוגע די שאלה פון א ליינער ווי מען קען זיך לערנען צו פארקויפן אנליין (דעת בעל בית תרומה תשע”א)
לדעתי (העניה) איז טאקע א וויכטיגע זאך צו פאוקעסן אויף וויסנשאפט אינ’ם אנליין פארקויפן פעלד, אבער דאס קומט נאכדעם וואס מען האט א גוטע פראדוקט אדער קאנעקשאנס צו א פירמע וואס קען צושטעלן ‘וואס’ צו פארקויפן, דעמאלטס איז טאקע א געוואלדיגע תועלת ווען מען קען זיך אויסלערנען די אין-ענד-אוטס פין אנליין סעלינג.
אבער ביז אהין איז ע עבירה יעדעס ביסל ענערגיע און געלט וואס מען ספענדט אויף אנליין טרענינג, ווייל דער בעסטער פארקויפער קען נישט פארקויפן קיין לופט, און טאמער האט ער נישט די ריכטיגע קאנטאקטן אדער פראדוקטן זענען אלע זיינע ידיעות ווערט זערא.
(-)
גם אני מצטרף, איך האב א נאנטן חבר א ‘אנליין גורו’ מיט זעלטענע ידיעות אונ’ם עולם האינערנעט,וואס מוטשעט זיך שוין יארן מיט פארקויפן קאמפיוטער סופלייס ווי למשל טאונערס וכדו’ אנליין, און ער לייזט נישט אויף קיין פוטער ברויט.
די סיבה? עס זענען דא טויזענטער וואס פארקויפן די סארט זאכן, פאר די זעלבע אדער ביליגערע פרייזן, און קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט. ער מעג קענען עמעזאן און איבעי ‘מדאשקע לדאשקע’ אבער אן די ריכטיגע פראדוקט קומט מען נישט אן אין ערגעץ.
מיכל
איך מוז אויסדריקן מיין צושטימונג מיט מיכל’ן און דער אנאנימער קאמענטאטאר, עס איז א עון פלילי איינצורעדן מענטשן, קום לאמיך דיר לערנען ווי אזוי מען פארקויפט אנליין, איך וועל דיר לערנען אלע סודות (מ’שטיינס מ’זאגט) און די וועסט מאכן מיליאנען.
אוודאי דארף מען קענען פארקויפן און מן הסתם איז דא עפעס סודות אויך (יעדע ליין האט זיך זיינע “טריקס אף דהי טרעיד”) אבער דאס איז נאר נאכדעם וואס דו האסט שוין עפעס צו פארקויפן. עפעס וואס איז נאכנישט אזוי מצוי, אדער קענסטו עס געבן פאר ביליגער ווי אנדערע, ווייל דו האסט עפעס קאנאקשאנס מיט טשיינע צו מיט די שווארצע מארקעט צו אנדערע אופנים.
סתם צו קויפן און פארקויפן פון א נארמאלע האלסעילער איז נישט קיין וועג צו מאכן געלט אנליין, ווייל דו וועסט קיינמאל נישט קענען קאמפיטן מיט עמעזאן און אנדערע, וואס געבן שוןי יעצט כמעט האלסעיל, און עס איז נישטא קיין שום סיבה אז איינער זאל קויפן ביי דיר.
איך רעד פון עקספיריענס…
אלעזר מענדל
אסאך מענטשן זאגן מיר איך בין שטארק געאייגענט צו פארקויפן אנליין, ווייסט איינער א נאמען מיט א טעלעפאון נאמבער פון א “פריוואטע” “מענטש” וואס לערנט עס אויס ? נישט קיין קלאס נישט קיין סידי’ס איך דארף א מענטש וואס איך קען רעדן און האלטן צו די וואנט ביז איך מאך געלט!
למצוה גדולה יחשב!
(מעג זיין א גוי אויך אבי א רילייעבעל מענטש)
(-)

February 21, 2011 at 10:31 PM#2
דעת בעל בית

איך האב געזען וואס מיכל אין נאך איינער שרייבט וועגען מאכען געלט אנליין
לדעתי איז עס א גרויסע טעות
טויזענטע מענטשען מאכען שווערע געלטער אנליין אן דעם וואס זיי האבען זייער אייגענע פראדאקט’ס
סאיז דא צענדליגע אפערטאניטיס צו מאכען געלט אנליין, וואס (לכאור’) אונזער מארקעט האט זיך נישט צוגעכאפט צו דעם און ניצט נישט אויס די אפערטוניטי דערפון
איך וועל אויסרעכענען אפאר
CPA
Affiliate Marketing
Blogging
Domain Flipping
Site Flipping
PLR
Craiglist Marketing
Adsense
דעס איז נאר א קליינע ליסט פון ווי מקען מאכען געלט אן פראדוקטען
ואני הקטן בתוכם וואס מאכט געלט אנליין אן האבען א פראדוקט בכלל
איך האלט סוואלט יא געווען כדי אז איינער זאל אויסלערנען די עולם אלע אפערטוניטי’ס וואס ס’איז דא אינדרויסען פון ווי מקען מאכען געלט
נאך איין זאך ווואלט געווען א גיטע אפערטוניטי פאר יונגערלייט צו מאכען געלט אז זיי זאלען גיט ארויס האבען א פאך וויאזוי צו ברענגען טרעפיק פאר וועבסייט’ס, ווי למשל
PPC
SEO
S.M.
אין ארויס העלפען מענטשען וואס האבען וועבסייט’ס מאכען מער סעיל’ס, אין פון איין זייט וועלען זיי שוין אויך מאכען געלט

February 22, 2011 at 6:50 AM#3
דעת בעל בית

אפשר שרייבסטו מער איבער adsense ווי אזוי מ’קען מאכן געלט פון זיי. מיין שאלה איז, ווי אזוי מאכט מען געלט אויב מ’דארף עפענען אין ליינען יעדע עד? וויפיל צייט א טאג דארפ מען ספענדן אח צאכן א נארמאלן סכום?

February 22, 2011 at 12:41 PM#4
דעת בעל בית

די גרינגסטע וועג וויאזוי ממאכט געלט מיט
adsense
איז מדארף האבען א סאקסעספול בלאג מיט אסאך טרעפפיק
איך האב א חבר מיט א גרויסע בלאג אין ער מאכט איבער $600 איעדע חודש פון עדסענס
די איינציגסטע זאל וואס ער טוטת איז ער ארבעט צו ברענגען מער טרעפפיק צו זיין בלאג

February 22, 2011 at 12:52 PM#5
דעת בעל בית

ברוך הבא מעיקינג מאני! כ’האב פאר אייך א ווילדן דרך ארץ, סטייטש? א יוד איז מעיד אויף זיך אז ער מאכט געלט, דאס וואס מיר אלע חלומ’ען נאכאמאל צו דערלעבן!, ס’אונז א כבוד אז איר זענט געווארן א מעמבער דא אין אונזער ווירטואלע געמיינדע, מ’האפמיר אז’יר העט אי”ה הנאה האבן.
יעצט לענינינו, וואס זענען דאס די אלע טערקישע טערמינען וואס איר האט אזוי ארויגעשאקלט פין ארבל במחי יד? מיר העטן ווען זייער געוואלט זיין מאני מעיקערס, אבער טאטעניו זיסער, וויאזוי? זיי’שע אזוי גוט און טייל אונז מיט מאוצרך הטוב, און דער פין אויבן וועט דיך באשירמען מיט אלדאס גוטס.

February 23, 2011 at 11:12 PM#6
דעת בעל בית

סאיז זייער שווער דא אין א פאראם מסביר זיין אלעס אויף איין פיס
איך ווייס אז לעזר לאנדא גרייט זיך צו מאכען א סעמינאר, נאך פסח, אויף די ענינים

אויב סאיז איז דא אן אנדערע וועג וויאזוי איך קען דיר העלפען לאמיר וויסען

February 24, 2011 at 2:33 AM#7
דעת בעל בית

אוי מאני זיסער
וואס ווילסטו פון די אינגעלייט? אז זיי זאלן האבן חלומות פון מאכן געלט דורך עד סענס? ביזט חלילה אויפן קאפ געפאלן? דו ווייסט דען נישט אז דאס איז א שווארצע ארבעט, ספעמערס באקומען תפיסה אורטיילן! עס איז נישט אויסגעהאלטן מיט גוגלס טערמינען פון באנוץ (terms of use).
ווען מען קען ווען מאכן גרויס געלט מיט ווייניג ארבעט, נו החרשתי, אבער די מעששה איז פארקערט, ס’איז אסאך אסאך אסאך ארבעט, און די הכנסות זענען נישט קיין סאך, די חלומות און ענקזייעיטי זענען אבער יא גרויס.
א נארמאלע עוועריזש ארבעטער וועט פארדינען מער מיט ווייניגער קאפ דרייעניש און ארבעט.
פארוואס הייסטו תמימותדיגע אינגעלייט שלא נפתחו עיניהם אנהייבן צו שאוולען גארביזש?

February 24, 2011 at 7:32 PM#8
דעת בעל בית

אויב איז עס גארביזש מר. מבין ביזטו גערעכט, אויב אבער איז עס די חלק פון אסאך ארבעט און ווייניג געלט ביזטו נישט גערעכט אז מ’טוט עפעס קען מען אלץ שטייגן אן ארבעטער האט נישט קיין געלעגנהייט צו שטייגן

February 24, 2011 at 11:08 PM#9
דעת בעל בית

ר’ מבין
קיינער האט נישט געשריבען אז סאיז גרינג צו מאכען געלט
איעדער דארף עס אדורך שווויצען צו מ’וויל יא צו מ’וויל נישט
וואס איך האב געזאגט איז אז סאיז דא זייער אסאך אפערטוניטיס אין די מארקעט צו מאכען געלט, וואס אין די נישט יודישע וועלט מאכען מענטשען שווערע געלטער,
אין איך פיל אז אינזער עולם האט זיך נישט צוגעכאפט דערצו