וואס איז אזוי אינטערסאנט מיט דעם עד?
דאס “איינרעדן” מענטשן זאכן און זיי באאיינפלוסען צו קויפן א געוויסע אייטעם אדער פראדוקט מיט הבטחות, איז שוין לאנג ארויס פון פראפארץ. פירמעס שרייבן אויף זייערע רעקלאמעס ווערטער וועלכע זענען קלאר פאלש, “דער איינציגסטער” דער בעסטער דער שענסטער, און וואס נישט.
די קאנפעדענץ וואס די פירמע האט אין זייער אייגענע פראדוקט ווערט טאקע געזען ביי פילע אלץ א הויפט פאקטאר אין אדווערטייזן א פראדוקט, אבער דאס ערלויבט פירמעס זיך צו זעלבסט רימען אז מען קען באלד מיינען אז מענטשן מיינען טאקע אז זיי זענען טאקע די איינציגסטע און די בעסטע.
דער יעצטיגער עד, וואס איז ערצייגט געווארן “אין האוז” ביי מעקסי העלטה, בייגט זיך מיט הכנעה צום פאקט אז ניין, אמעגא 3 איז נישט די איינציגסטע וועג צו ווערן קלוג, אויסדרוקליך נישט.
נאר וואס דען? דאס קינד וואס זיצט דארט און לערנט מיט אזא חשק האט גענומען אמעגא 3, עס איז טאקע מעגליך אז ער איז נאטורליך א פיין קלוג אינגל, אבער עס איז “אויך מעגליך” אז עס קומט פון די אמעגע 3. אין אנדערע ווערטער, פראבירט אויס אמעגא 3. מעגליך – אבער אן קיין לויזע הבטחות – וועט עס אייך שטארק ארויסהעלפן.
און אט די פאקט, דאס אריינברענגען ספקות, איז נאך פיל מער ווירקזאם, ווייל עס צינד נישט אן דעם אריינגעבויטן “דעפענס סיסטעם” אינעם מענטש, “מיר זאלסטו נישט איינרעדן…” ווייל קיינער פרובירט דיר טאקע נישט איינצורעדן.
די סאליד גראפירטע עד, רעדט מיט א איידעלע זיסע קול, און צינד אן א ספק אין די טיפע מח קעמערלאך, אזא ב’חנ’ט אינגאלע, ער לערנט דאך אזוי זיס, וואס קען מען וויסן היינטיגע צייטן, אפשר טאקע אמעגא 3.
ווער ווייסט? אפשר טאקע…
מעקסי העלטה עד
14 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/02/מעקסי-העלטה-עד/ קאפיע אין ארכיוו
די עד לויפט שוין אפאר וואכן, עס האט מיר נישט אפגעשטעלט, אבער יעצט זעה איך טאקע איין ווי שטארק די מעסידזש איז. מן הסתם אנדערע האט עס יא אפגעשטעלט.
דאס איז זייער א שטארקע געדאנק איך זע עס אסאך מאל אז א עד וואס איז צו שטארק טראסט מען נישט
עס קען טאקע זיין אז די עד האט דיר נישט אפגעשטעלט אבער די איידיע פון אזא סארט עד איז זיכער ווערט באגריסט צו ווערן
יא איך בין מודה אז די ווערטער זענען עפעס משוגע צו ווערן, עס איז אזוי מיט א תמימות געזאגט געווארן, אפשר איז עס אמעגא 3,
אבער די עצם עד, וואלט ער געדארפט מאכן די יונגל מער אויסזנהענדיג אז ער לערענט,
דער מעקסי העלט האט אפטמאל גאנץ גיטע עדס אבער פאר סיי וואסארא סיבה שטעלן זיך מענטשן נידט אפ פאר זיינע עדס, צו וויבאלד עס לויפט צו אפט אדער ווייל די גרעפיקס איז נישט גענוג היינטיג
האלא יוסי! קודן כל שלו’ עליכם, קוקסט מיר אויס צו זיין א גרינער דא אויף באלבוס. והשנית, לדעתי זענען די מעקסי העלטה עדס ‘די שטערקסטע’ יא איר האט גוט געהערט, די שטערקסטע וואס זענען דא אויף די מארקעט, והא ראיה, ביז עטליכע יאר צוריק האב איך געהאלטן אז זיי זענען גארנישט ועורט, און היינט האלט איך אז זיי זענען גאר א שטארקע קאמפאני מיט זייער נוצליכע פראדוקטן, ווער האט געטוישט מיין מיינונג? כ’שעם זיך צו זאגן, אבער די עדס זייערע.
די עדס זענען אפשר נישט אזוי היינטיג, אבער דער מעסעדזש זייערער איז גאר שטארק און קאנווינסינג, קוק עס נאך וועסטו זיך איבערצייגן.
איך וועל דא צושטימען מיט יוסי
ממש אזוי ווי ער זאגט, איך שטעל מיך מער נישט אפ דערויף, קען זיין א תוצאה פון איבער-אדווערטייזען.
זייענדיג אין די ליין האב איך שוין אסאך מאל געטראכט דערוועגן, איך האלט נאך נישט ביי קיין מסקנות, אבער דאס איז זיכער אז צופיל אדוווערטייזען האט א סייד עפעקט אויך.
נאר וואס דען, נאך אלעם האלט דאס נישט צוריק קאקא קאלע, זעט אויס אז די מעלות וועגן איבער די חסרונות.
יוסי און חביבי, לאזט מיר נעמען א געס, איר זענט נישט אינטערסירט אין קיין ווייטאמינען. אמת?
קיינער שטעלט זיך נישט אפ ביי קיין אדווערטייזמענט ווען ער שפירט נישט אז עס איז אים נוגע.
אויסער דעם איז דא נאך א נקודה וואס איר דארפט אין אכט נעמען, אזוי ווי קאקא קאלע איז נישט אינטערסירט אז איר זאלט זיך אפשטעלן ביי זייער עד, זיי דארפן נאר אז איר זאלט עס “זען”, נאך צען מאל זען “מעקסי העלטה – שטארק”, מעקסי העלטה – געזונט”, “מעקסי העלטה – קוואליטי”, און אזוי ווייטער, ווען איר וועט האלטן ביים קויפן א ווייטאמין, און איר וועט זוכן א ברענד נעים, וועט מעקסי העלטה זיין אויף אייער ליסטע…
איך האב אמאל געפרעגט איינעם וואס האט געארבעט פאר א מלוה מלכה פאר א געוויסן מוסד, פארוואס ער גיסט אזויפיל געלט אין אומוויכטיגע עדס (אין מיינע אויגן….), אויף יעדע פינף זייטן אין די צייטונג, און אויף יעדן זאל אין גאס דריי מאל א וואך, און צוויי מאל אויף די פאסט, וכדו’, וואס טוט דאס אויף אויסער פרעסן גרויס געלט.
האט ער מיר מסביר געווען, לאמיר זאגן מען רעדט פון “קופת צדקה אנשי מעשה” (א נאמען אפירגעקראצט פאר אונזער משל), א מענטש גייט אויפן גאס, אויפן פאול אדער אויפן בוים הענגט א צעטל “אנשי מעשה” מאכט א מלוה מלכא, נישטאמאל קוקט ער עס אן.
ער גייט ווייטער אויפן קומענדיגן גאס, זעט ער נאכאמאל אויפן פאול “אנשי מעשה, מלוה מלכא”, עס רירט אים נאך אלץ נישט, אזוי גייט ער ווייטער ווען אויף יעדן גאס ווארפט זיך אים נאכאמאל אין די אויגן “אנשי מעשה”, מלוה מלכא”, אבער ער מאכט זיך נישט צוטון דערפון, עס האט דאך גארנישט מיט אים.
ער קומט אהיים ער עפענט אויף דעם צייטונג “אנשי מעשה, מלוה מלכא”, ער מישט אריבער אפאר בלעטער און דאן ווידער אמאל “אנשי מעשה, מלוה מלכא”, דא שטעלט ער זיך שוין אפ א רגע, און טראכט “לאמיר זען וואס גייט שוין פאר מיט אנשי מעשה”, ער גיט א בליק, “אה, א מלוה מלכא געלט אקציע”, גוט ער מישט ווייטער, ביז א מינוט האט ער שוין פארגעסן.
ער גייט מארגן אין שול, ער קוקט אין דעם דבר יום ביומו “אנשי מעשה – גורל”, אה, ער שטעלט זיך אפ א רגע, וואס איז שוין ווייטער עפעס א נייע זאך מיט “אנשי מעשה”, ער קוקט עס דורך “אה, זיי מאכן א גורל ביים מלוה מלכא”, ער שטעלט זיך דאווענען און פארגעסט פון די גאנצע זאך.
ער קומט אהיים און עפענט אויף די פאסט “אנשי מעשה, זשורנאל מעשה חסד”, עפעס הייבט אים שוין אן אינטערסירן, נאך אלעם האט ער דאך אויך אייערנעכטן געגעבן אפאר דאללער פאר “אנשי מעשה” ווען זיי זענען געווען אין ביהמ”ד, און ער ווייסט אז זיין שכן’ס חבר, האט אמאל געהאט א טובת הנאה פון זיי, ער קוקט דורך דעם צעטל, ער זעט א ווארעמע המלצה, און עפעס א חשוב’ער רב וואס גייט דארט אויפטרעטן, און ער קוקט דורך די געוואלדיגע פעולות החסד פון “אנשי מעשה”. אבער צום סוף לייגט ער עס אריין אין די מיסט, עס האט דאך למעשה גארנישט מיט אים, ווי האט ער צייט פאר מלוה מלכא’ס פון עפעס א ארגאניזאציע וואס ער ווייסט קוים פון זיי.
איך וועל נישט מטריח זיין דעם עולם, אין איין ווארט נאכדעם וואס דער מענטש זעט די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל, וואס מער ער זעט עס, אלץ מער וועט דאס אים אויפוועקן, בפרט אויב האט ער עפעס א שייכות דערמיט, און עווענטועל ווען עס קומט צום מלוה מלכא, און ער באקומט נאך א טעלעפאן קאל פאר דעם קען ער טראכטן “איך האב דאך ממילא א פינף מינוט איבריג, לאמיר אריינטאנצן זען וואס דארט טוט זיך”. און דאן האט די אדווערטייזמענט אויסגעפירט דאס איריגע….
איך האב אפשר מאריך געווען אומזיסט אבער איך האף דער ציבור וועט מיר מוחל זיין.
יא, אינגאנצן פארגעסן דעם עיקר.
ווען עס וועט קומען צו קויפן ווייטאמין, און מען וועט דיר ווייזן עטליכע ברענד’ס, אויב דער סוחר וועט נישט האבן קיין ספעציעלע אינטערעסע דיר איינצורעדן צו נעמען דוקא איין ברענד, וועלכע וועסטו אויסקלייבן? נישט מעקסי העלטה?
אדער אז מארגן וועט איר זען אז אייער קינד איז עפעס אומקאנצענטרירט, וועט איר נישט אנהייבן טראכטן “אפשר טאקע פרוביר איך אויס אמעגא 3″? (אדער אויב איר וועט דאס נישט טראכטן, אפשר אייער ווייב וועט יא….).
(אפשר ביי דיר וועט דאס נישט זיין פונקט אזוי, אבער דאס איז דער ציל פון זייער אדווערטייזמענט)
ניין לייב, איך וויל זיין גוט מיט דיר, איך בעט דיך איבער הונדערט מאל, אבער דיין אריכות קריכט אביסל אויף די נערוון, שארט אינטא די פאוינט, ביטע,
אזוי באופן כללי בין איך אויך צופיל מאריך, אדער נאר אין די פעלער ווי איך צולאז מיר אזוי ווי דא?
איך וויל מיר נישט צוקריגן מיט מנחם’ן אבער איך גלייך יא לייבס אריכות.
לעומת זה מנחם, דיין פאליסי פון שרייבן קורץ און זיך לאזן בעטן פאר נאך אינפא, וואס זאל איך זאגן.. איך גיי נישט ניסעלעך דערפאר…
אלא וואס דען, יעדער זאל שרייבן אויף זיין נוסח.
גוט מארגן לוזער מענדל
1) אויף דיין אייגענע נושא האסטו גארנישט צו זאגן?
2) ווי אזוי געפעלט דיר די ליסט אף שארטקאטס?
3) ווי אזוי געפעלט דיר אונזער חכם הרזים זרח?
4) די דארפסט מיך נאך ענטפערן ווי אזוי מ’באקומט א קעסטל אינעם בעל הבית