דרינגנד מיינט נישט אלעמאל וויכטיג

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: תצוה , תש"ע · בעל-בית נומער: 7 · דאטום: 2010-02-22
http://www.balboos.com/content/2010/02/דרינגנד-מיינט-נישט-אלעמאל-וויכטיג/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דרינגנד מיינט נישט אלעמאל וויכטיג

דער טעלעפאן קלינגט אבער עס קען זיין אז דאס איז נאר א חבר וואס וויל רעדן נייעס. איז דאס וויכטיג אדער דרינגנד? עס איז זייער גרינג צו לאזן דעם טאג פארביי גיין מיט קלייניגקייטן וואס זעהן אויס דרינגנד, אבער זיי האבן נישט צופיל ווערד ווייל זיי האבן נישט א שייכות צו די צילן פון יענעם טאג.
לערנט אייך אויס צו זעהן דעם חילוק צווישן “דרינגנד” און “וויכטיג”:
דרינגנד – (יעצט!) עס קוקט אויס אז עס ברויך גלייך צו געטוהן ווערן און גענומען ווערן אין באטראכט.
וויכטיג – האט חשיבות אדער ווערד.
מאכט אייך א ליסטע פון די פאלגענדע פיר זאכן:
1. וויכטיג אבער נישט דרינגנד
2. וויכטיג און דרינגנד
3. דרינגנד אבער נישט וויכטיג
4. נישט דרינגנד און נישט וויכטיג
רוב פון אייער טאג דארף זיין געווידמעט פאר נומער 1! און דאס ווייניגסטע פונעם טאג פאר נומער 4.
עטליכע מאל זענען דרינגנדע זאכן טאקע וויכטיג אבער רוב מאל קען מען דאס גרינג פארמיידן. ווען איר ארבעט כסדר אויף די וויכטיגע זאכן ווען עס איז נאך נישט דרינגנד וועט זיין גאר ווייניג “וויכטיג און דרינגנד” זאכן אויף אייער ליסטע.
עס וועט קיינמאל זיין גענוג צייט פאר אלעס, דערפאר מוזט איר מחליט זיין וואס איז באמת “וויכטיג אבער נישט דוקא דרינגנד” און נישט זיין פארנימען מיט די אנדערע זאכן. נאר די וויכטיגע אקטיוויטעטן וועלן אייך בעז”ה העלפן דערגרייכן אייערע צילן.
מערסטנס פון אונז רעספאנדירן צו דרינגנדע מצבים אויפן חשבון פון די וויכטיגע. אז איר ווערט פארנומען מיט מינוטליכע דרינגנדע טאהטן, ווערן די וויכטיגע זאכן אוועקגעשטופט ביז זיי ווערן דרינגנד, און דאן האט איר א קריזיס צו באהאנדלען!
געדענקט: “וויכטיגע” אקטיוויטעטן זענען די וואס העלפן אייך דערגרייכן אייערע צילן.