נייעס

18 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: פקודי , תשע"א · בעל-בית נומער: 38 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/נייעס-14/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

זייט געווארענט: אינספעקטארס פארסירן געזעץ פון אנצייכענען פרייז אויף פראדוקטן

אין די לעצטערע יארן זינט רוב געשעפטן זענען אריבער צו די קאמפיוטער טשעק אוט און סקענער סיסטעם איז כמעט ווי פארגעסן געווארן די זאך פון לייגן פרייז לעבלס אויף פראדוקטן.
קאסטומערס זענען קיינמאל נישט צופרידן געווען דערפון, מען גלייכט אלץ צו זען א פרייז פאר מען הייבט אפילו אן צו טראכטן פון קויפן, אבער געשעפט אייגענטומער האבן עס געזען ווי א איבעריגע הוצאה פון צייט און געלט.
וואס מאנכע ווייסן אבער נישט איז אז די געזעץ פארלאנגט אויסדריקליך אז יעדע פראדוקט וואס ווערט פארקויפט באזונדער אין א ריטעיל געשעפט דארף באצייכענט ווערן מיט א פרייז, צו דורך ארויפשטעלן א פרייז דירעקט אויף די פראדוקט, אדער אויף די פאליציע דערנעבן.
לעצטענס האבן זיך אינספעקטארס אראפגעלאזט אין די וויליאמסבורג געגענט אין געטיילט געלט שטראפן פאר פיל געשעפט אייגענטומער וואס האבן פארנאכלעסיגט די געזעץ. א געשעפט אייגענטומער האט איבערגעגעבן פאר די בעל בית אז דער אינספעקטאר האט ארויסגעוויזו פארשטענדעניש אז ער איז נישט געווען באוויסטזיניג דערצו, אבער אינטערגעשטראכן אז עס איז נישט קיין תירוץ. געווענליך קומען זיי צוריק א צייט שפעטער צו זען אויב עס איז פארראכטן געווארן. די געלט שטראפן זענען העכער דעם צווייטן מאל.
די געזעץ גייט אן אין ניו יארק סיטי, אין פארמאגט עטליכע אויסנאמען. בשעת’ן גיין צום דריק האבן מיר נישט עספיעט מברר צו זיין צו די געזעץ גייט אן אין אנדערע מקומות. ליינער וואס האבן אינפארמאציע דערוועגן זאלן זיך ביטע לאזן הערן אין די קאמענטארן.
אט איז א דירעקטע לינק צו די לשון פון געזעץ
http://goo.gl/RyHk8
ס’איז צייט אראפצונעמן די לעבל גאנס פון בוידעם.

גרויסע עפל נייעס קומט מערץ 2

עפל האט ארויסגעשיקט איינלאדענונגען צו רעפארטערס ווי זיי מעלדן איבער א קאנפרענץ די קומענדיגע מיטוואך, מערץ 2. ווי זייער שטייגער צו האלטן אלעס פאר א געהיימניס ביז די לעצטע מינוט, שרייבן זיי נישט וואספארא נייעס עס וועט געמאלדן ווערן.
פון די בילד אויף די איינלאדענונג איז אבער משמע אז עס וועט געמאלדן ווערן די צווייטע ווערסיע פון די אייפעד. אין די טעכנאלאגיע און ביזנעס וועלט קען מען שוין קוים ווארטן צו זען וואס עפל וועט יעצט ברענגן צום טיש. עס איז זייער א גרויסע טשאלענזש פאר עפל, וויבאלד לעצטענס זענען ארויסגעקומען עטליכע אנדרואיד טעבלעטס מיט זייער פארגעשריטענע פראסעסארס און פיטשערס, אזוי אז עס איז כמעט נישט געבליבן קיין פלאץ פאר עפל ווי אזוי זיי איבערצושטייגן.
עפל האט אלץ באוויזן צו זיין א פארגייער און נישט קיין נאכשלעפער, וועט עס בלייבן ווייטער אזוי? ימים ידברו. מיר וועלן אי”ה ברענגען א פולע באריכט דערוועגן קומענדיגע וואך.

טהאנדערבאלט: אלטערנאטיוו צו יו עס בי פון אינטעל און עפל

ווער ווייסט דען נישט וואס א יו עס בי קעיבל (USB) איז? יו עס בי ווערסיע 2 טראנספארטירט דאטא (אין טעאריע) מיט די שנעלקייט פון 480 מעגא ביטס פער סעקונדע (ביטס נישט בייטס). ווערסיע 2 איז שוין אין באנוץ איבער 10 יאר, און עס ווייזט שוין לאנג סימנים פון זקנה. דאך איז עס נאך אלץ זייער פאפולער און קיין שטעלפארטרעטער איז דערווייל נאך נישטא.
הגם עס איז שוין עטליכע יאר וואס עס איז ארויסגעקומען א נייערע ווערסיע, נעמליך יו עס בי 3, וואס קען טראנספארטירן דאטא מיט די שנעלקייט פון 5 גיגא ביטס פער סעקונדע, דאך האט עס געהאט גאר א קנאפע הצלחה, הויפטזעכליך צוליב דעם וואס אינטעל שטיצט עס נישט, נאר געארבעט אויף א אייגענע טעכנאלאגיע צוזאמען מיט עפל מיט די נאמען Light Peak.
די וואך האט עפל ענדליך ארויסגעגעבן א נייע מעק בוק פרא, מיט די טעכנאלאגיע, עפל האט עס קורא שם געווען Thunderbolt, (בליץ), עס קען באהעפטן מיט א שנעלקייט פון 10 גיגא ביטס-דאפעלט פון יו עס בי 3.
עס ווערט ערווארטעט אז די טעכנאלאגיע וועט זיך יעצט אנהייבן אויסצושפרייטן אין די אלגעמיינע מארקעט אויך.

February 28, 2011 at 6:54 AM#2
נייעס

ב”ה אינספעקטארס אינפארסירן שוין דאס געזעץ, שלאלמלא מוראה איש את רעהו ….. אויף דעם האמיר דאך געווארט אזוי לאנג.
מ’האמיר שוין געשריבן אפאר וואכן צוריק איבער די שווינדלערייען אין די עסן געשעפטן, האפענטליך וועט דאס שפארן אפאר דאלער פארן טייערן הייליגן אידישן ברידער וואס ארבעט און פלאגט זיך אזוי שווער אויף פרנסה.
אבער טייערע אידן דאס וועט נאר העלפן מיט נאך צווי זאכן. איינס איר קוקט איבער אייער רעסיט, ‘אלעמאל’
צוויי, ווען איר טרעפט א חילוק אין די פרייז פונעם שעלף צום קאמיוטער זאלט איר זיך נישט שעמן נאר עס ווייזן פאר אלע ארבעטער און אויך פאר’ן געשעפטס אייגענטומער, נאר אזוי האף מיר צו ענדיגן די רויבערייען. יישר כח.

February 28, 2011 at 9:57 AM#3
נייעס

אויך טייל מענטשן וואס שעמען זיך צוריק צולייגן אויפן שעלף אן אייטם ווען מ’ווערט סורפרייזט ביים רעזשעסטער מיט א געשוואלענע פרייז, אבער וועט מ’זעט ביים שעלף די פרייז נעמט מען עס לכתחילה נישט.

February 28, 2011 at 10:05 AM#4
נייעס

אמת בן בית, דאס איז אויך זייער וויכטיג, מ’דארף דאס איבערלאזן אדער צוריקלייגן וועגן 3 סיבות,
1 די דארפסט שטארקן די קאנפידענס אז די ביסט דער גערעכטער דא און די מיזסט נישט באצאלן ווען יענער וויל דיך ארייננארן,
2 צו ווייזן פארן שכן וואס שטייט אין ליין אז עס איז א נארמאלע זאך צו וואטשן אויף אידיש געלט, און טוען וואס מ’דארף אפילו ס’איז אומבאקוועם,
3 והעולה על כולנה אז דער סטאר אייגענטומער זאל וויסן און איינזעהן אז מ’קען אונז נישט אפנארן,

February 28, 2011 at 5:54 PM#5
נייעס

מנחם, איך מוז איינמאל פאר אלעמאל דערגיין וועלכער געשעפטסמאן האט דיר אזוינס באריסן, אז דו קענסט נאך היינט נישט מוחל זיין די רויבערישע געשעפטס לייט…

February 28, 2011 at 6:01 PM#6
נייעס

It’s ongoing on a daily basis.
Just check your receipts.

February 28, 2011 at 7:20 PM#7
נייעס

מנחם, לייב קוקט אויס צו האבן א פוינט. דו הערסט נישט אויף אראפצורייסן די היימישע געשעפטסלייט, וועלכע פלאגן זיך צו פארדינען די פאר אויסגעקארגטע דאלער.

איך בין נישט מחולק אויף דיין עצה, מען דארף זיכער איבערקוקן, און אויפמערקזאם מאכן דעם געשעפטס אייגענטומער אויף זיין “טעות”, לאז עס זיין א “טעות”. רוף עס נישט אן רויבעריי, אויסנארן, קיינער וויל נישט דאס און קיינער זוכט נישט דאס, מיט אפשר גאר א קליינער אויסנאם ווי עס מאכט זיך אלץ און איבעראל.

דו מוזט זיך בארואיגן. איך ווייס נישט וואס דיין ארבעט איז, אבער שטעל דיר פאר ווען דו מאכסט א טעות און דיין קאסטומער/קליענט באוואשט דיך און באשרייט דיך צוזאמען מיט אלע אנדערע אידן וכו’ וכו’ אלע זענען רויבער ח”ו.

לא זו הדרך.

February 28, 2011 at 8:52 PM#8
נייעס

נא נא נא ר’ ר’ שמעלקא טייערער ווי אזוי קען איך זאגן א נאמען ווען אין אן אנדערן נושא רייסט מען אראפ איינעם פאר’ן זאגן א נאמען, ווען ער האט די פולסטע רעכט, וי איך בין מבאר דארטן, עיי”ש.

אויף די אלע זאכן וואס איך שרייב וועגן ‘פעלשן’ פרייזן, ווייס איך זייער גוט וואס איך רעדט. איך האב אויף דעם אלעם פראף. ווי די קענסט מיך בין נישט קיין בעל דמיון, קיין בעל מגזם, ווען ס’וואלטנאר געווען אן איינמאליגע טעות, החרשתי, אבער ליידער איז א פאקט אז עס איז נישט קיין טעות איינמאל, עס איז טעגליך א טעות, וד”ל.

אודאי קען איך נישט זאגן ‘אלע’ מאכן די טעגליכע טעותים, ווייל איך קויף דאך נישט ביי אלע, אבער איך האב א ליסטעוואס האט אויףזיך מער ווי איין נאמען.
די עיקר פארוואס איך ווער באטראכט אביסל צו עקטרעם אין דעם עניןאחילדעתי ווייל צו ווייניג מענטשן קוקען איבער די רעסיטס. איך האב שוין מעורר גיווען. פריוואט טייל מענטשן זאלן איבערקוקען די רעסיט יעדעס מאל, זיי זענען צוריקגעקומען זאגן אז זיי האבן געטראפן ‘טעותים’
סא דאס אלעס וואס איך קען טוען.

רבותי, פאר מיין טובה און פאר אייער טובה, קוקט אחבער די גראסערי רעסיטס.

יישר כח.

March 1, 2011 at 11:47 AM#9
נייעס

בנוגע די נייעס פון: “טהאנדערבאלט: אלטערנאטיוו צו יו עס בי פון אינטעל און עפל”,

עס קוקט טאקע אויס געוואלדיג אויפן פאפיר, אבער עס וועט נאך נעמען א לאנגע צייט (לכה”פ יארן) ביז מען וועט קענען ארויסנעמען די פולע נוצבארקייט פון דעם שנעלן ספיד.

אפילו USB 3.0 איז נאך אויך נישט רייף, עס גייט מיט א שנעלקייט פון מ’כלומר’שט 10 מאל שנעלער פון USB 2.0, וואס אפילו די 2.0 האט (כמעט) קיינמאל נישט גענומען די פולע עדווענטעזש פון איר שנעלקייט.

קודם כל, עס ווענדט זיך אסאך אין דעם דעווייס וואס איר קאנעקט. אין א מעמארי קארד, למשל, זענען דא פארשידנארטיגע שנעלקייטן (אדער קלעסעס), און דער טרענספער אהין-און-צוריק ווענדט זיך אסאך אין דעם ספיד פונעם קארטל אליינס. אדער נעמט צב”ש א הארד-דרייוו, זענען פאראן אזעלכע וועלכע לויפן אויף 7,200 RPM (פאר ווער עס ווייסט וואס דאס מיינט, בקיצור נמרץ וויפיל מאל די דרייוו דרייט זיך פער מינוט דוכט זיך), און אנדערע וועלכע זענען שטאטער און לויפן בלויז 5,400. אנדערע, אביסל עלטערע, לויפן נאך שטאטער, אויך 4,200 RPM. (די ווערן בעיקר גענוצט פאר לעפטאפס). עכ”פ די אלע זאכן באשטייערן צום טרענספער ספיד. (עס זענען אויך פאראן אזעלכע וואס לויפן גאר שנעל, 10,000 רפ”מ (רעוואלושענס-פער-מינוט), אבער דאס זענען כמעט נישט מצוי און אויך זייער טייער).

אינטעל האט זיך אביסל פאר’עקשנ’ט מיטן נישט אדאפטירן די USB 3.0, און אסאך מענטשן קענען זיין אנטוישט דערפון. רוב קאמפעניס האבן צוגעלייגט אייגענע USB באורדס, צו קענען דאס דערליווערן פאר זייערע קאסטומערס. למעשה אבער זאגן אלע טעסטערס אז הגם USB 3.0 איז טאקע אביסעלע שנעלער, איז עס אבער ווייט נישט די מציאה וואס מאנכע מיינען זיי וועלן אנטרעפן.

די איינציגע סארט הארד-דרייוו וואס קען די מערסטע נעמען עדווענטעזש פון די נייע טעכנאלאגיע זענען SSD הארד-דרייווס, דאס איז א נייע טעכנאלאגיע, ממש קוים א יאר צוריק אריינגעקומען אין די מארקעט און איז נאך דערווייל זייער טייער פאר רוב מענטשן, וואס ארבעט אויף “פלעש-מעמארי”, גענוי אזוי ווי מעמארי קארדס אין קעמערעס, וואס האט נישט קיין שום טעכניקעל פארטס וואס רוקן זיך אדער מאכן גערודער, עס האט א געוואלד מעלות אנטקעגן די איצטיגע הארד-דרייווס, בעיקר איז די מורא’דיגע שנעלקייט וואס איז ממש דאפעלט אדער נאך שנעלער (למשל א קאמפיוטער וואס די סטארט-אפ צייט געדויערט געווענליך א מינוט, קען געשניטן ווערן צו ווייניגער ווי האלב מיט די נייערע הארד-דרייווס), עס איז שטילער, מער רעלייעבל ווייל זיי האבן נישט קיין פארטס וואס רוקן זיך און קראצן איינס אויפן צווייטן ווי די קאנווענשאנעל הארד-דרייווס, און נוצט פיל ווייניגער בעטערי וואס איז נוצבאר פאר לעפטאפס.

אבער אפילו די נייערע לויפן אויך נישט מיט די בליץ-שנעלקייט פון USB 3.0, און אודאי נישט מיט די טהאנדערבאלט פון אינטעל וואס לויפט באלד דאפעלט שנעלער. איך האלט אז דאס איז דערווייל א ברכה לבטלה. איך זעה נישט די אויפטוה דערפון.

March 1, 2011 at 12:44 PM#10
נייעס

גערעכט שמעלקא, אין ענגליש הייסט עס באטעל-נעק
אין אידיש מיינט עס די שמאלע פלאץ פון א פלאש,האלז.
אין אנדערע ווערטער, אויב איין רינגעלע פון די קייט איז שוואך איז די גאנצע קייט נישט בעסער ווי יענע רינגעל.
אבער אין אמת’ן איז עס א טשיקן און איי מעשה, ביז יעצט האט זיך נישט געלוינט צו מאכן שנעלערע כלים.איינס מוז אלץ זיין פאראויס פון די צווייטע אויב וויל מען אנקומען. ודו”ק כי קצרתי (נוסח מנחם)

March 2, 2011 at 8:54 PM#11
נייעס

יא, טאקע געווען וועגן די אייפעד!
אייפעד 2 איז שוין דא
אין א מזל’דיגע שעה

March 2, 2011 at 11:41 PM#12
נייעס

אייפעד 2 איז שוין דא, פיין, און א מזל’דיגע שעה? נישט אזוי זיכער.
למעשה שטעלט זיך ארויס אז די motorla xoom. איז אן ערענסטע קאמפעטישאן פאר אייפעד. און ערשט דאס יאר ווען זיין די ריכטיגע טשעלעזדש פאר עפל ווען עס וועלן ארויסקומען אסאך טעבלעטס פון א שיינע פאר קאמפעניס וואס וועט לויפן אויף האניקאמב, ווי סעמסאנג האט שוין געמאלדן, און די ספעקס זענען גאנץ טשעלענזדש’דיג פארעפל, סא ווי מזל’דיג די שעה איז, בלייבט איבער פאר די צייט צו באשליסן.

March 3, 2011 at 12:15 PM#13
נייעס

WOW איך בין מורא’דיג עקסיידעד, במילא מיז איך דאס מיטטיילן מיט אייך
עס איז דא שמועות אז BLACKBERRY וועט מאכן אן עפפ פאר ANDROID וואס וועט ארבייטן צוזאמען מיט זייער BLACKBERRY MESSENGER. דאס הייסט אז מענטשן מיט אנדרויד וועלן קענען קאמיוניקעיטן דורך ב”ב מעסענזדשער מיט די וואס האבן ב”ב,
דאס איז א מורא’דיגע דורכברויך וואס איך ווארט שוין לאנג ס’זאך פארסירן, ווי דער עולם ווייסט איז דאס יעצט נאכנישט דא, יא עס איז דא אנדערע MESSENGER פראגראמס וואס לויפן אויף אלע דריי, APPLE, ANDROID, BLACKBERRY איך רוף עס מרקד אתלת, אבער נישט ב”ב מעסענזדשער,
בליקט דא
http://www.bgr.com/2011/03/03/exclusive-blackberry-messenger-will-launch-on-android-and-ios/

March 3, 2011 at 5:13 PM#14
נייעס

מנחם, אינטערעסאנט צו וויסן, פארוואס דו ביסט אזוי אנטוישט פון עפל?

פאקטיש די אלע זאכן וואס זענען מ’כלומר’שט בעסער פון עפל (איך גיי מיך אצינד נישט טענה’ן דעריבער און נעמען א צד דערין) איז סך הכל נאכגעמאכט עפל, עפל האט א כח פון מחדש זיין, אינווענשאן, און הגם גוגל האט אויך א געוואלדיגן כח דערין, קען מען זיי נישט געבן קרעדיט אויף זאכן וואס זיי מאכן נאך.

עס איז בכלל זעלטן אז גוגל זאל ברענגען עפעס נייע חידושים אויפן טיש, אמת, זיי ווארפן צוזאמען וועלטן, און זיי פארטיילן אלעס בחנם, אבער כבר הי’ לעולמים, עס איז שוין געווען סוירטש ענדזשין’ס, עס זענען שוין געווען אלע סארט זאכן וואס זיי גיבן ארויס (כמעט).

אנדרויד מאכט נאך עפל’ס אינטערפעיס פון iOS, און די מאטאראלע XOOM איז אויך נאכגעמאכט דעם איי-פעד נאר מיט עטליכע תיקונים, וואס רוב פון זיי וועט עפל אצינד צולייגן אויף די איי-פעד 2.

דאנט געט מי ראנג. איך האב גארנישט מיט עפל, איך האב נישט קיין אייפעד, אייפאון, אייפאד, וכל שם וחניכא דאית להו, אין בין בכלל נישט קיין עפל פען בלע”ז, אבער שטייענדיג אין די זייט און באאבאכטנדיג וואס זיי טוען איז נישט מעגליך נישט נתפעל צו ווערן.

למען האמת, עס זענען שוין געווען טעבלעטס בעפאר די איי פעד’ס זענען ערשינען, אבער גיב א קוק וואס עפל האט געטון. זיי האבן ארויסגעגעבן די אייפעד, און אין קנאפע 9 חדשים איז פארקויפט געווארן 15 מיליאן שטיק… הלא דבר הוא..!!! דאס איז נישט א טאג-טעגליכע זאך!!

אפילו מייקראסאפט קאפירט פון עפל’ס מעק קאמפיוטערס איידיעס און גרעפיקס און אנדערע גוטע זאכן. פשוט, עפל קוקט אויס צו זיין א גוטע אינווענטער, אויסטרעפער. לאמיר זאגן אז די איי-פעד 2 וועט שוין זיין א פלאפ צוליב די קאמפעטישאנס, און דו וועסט זיך קענען קלאפן אין בויך זאגענדיג קוק ווי עפל איז אדורכגעפאלן, מיינט נאך אויך נישט אז זיי האבן נישט אויפגעטון. נאר אזוי גייט עס, קאמפעטישאן ווערט גרעסער, און אסאך מאל טוען די גרויסע, עלטערע, פאלן פאר די נייע.

מייקראסאפט איז געווען א וועלט-בארימטע, אויב נישט די גרעסטע, קאמפאני אין זייער פעלד. גוגל טוט זיי יעצט אריבעריאגן (ווי איך רוף עס אן, זיי בייסן אראפ גראבע שטיקער לעבעדיגערהייט פון מייקראסאפט) און זיי גייען מיט ריזיגע טריט פאראויס, אבער עס וועט אויך נישט אנהאלטן פאר אייביג, כך דרכו של עולם, אזוי ווי GM אין די אויטא אינדוסטרי, און אזוי ווי TOYOTA גייט לכאורה בקרוב פאלן, און נאך פילע אנדערע.

איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן דיין שיטה איבער עפל.

March 3, 2011 at 7:35 PM#15
נייעס

זייער גוט שמעלקא איך וועל מסביר זיין.
מיין אוועקשטיין פון עפל קומט נישט ווייל ער מאכט נישט גוטע פראדוקטן, עס קומט בעיקר פון די וועג וואס זיי פירן זיך אויף. סטיוו זדשאבס איז א מורא’דיגער ceo וואס איך קוק זייער ארויף פאר זיינע אינווענשאנס און פירערשאפט כחות.
אבער די עראגאנץ קען איך נישט דערליידן. נאכדערצו ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט די לעצטע צוויי יאר ווען ער דארף פעיסן קאמפעטישאן איז שרעקליך.
למשל, די וועג ווי אזוי ער אנאנסט זיינע פראדוקטן, מיט אזא ריזיגע פאמפע אז מענטשן זאלן ווערן אזוי עקסיידעד אז ”עפל” און נאכאמאל ”עפל” איז עפעס מעכטיג. למשל ער קען זאגן אז די נייע דיווייס האט א נייע פיעטשער דאס און דאס. חולם, עס איז ניי פאר עפל, אבער אנדערע האבן עס שוין א לאנגע צייט. וכהנה וכהנה. ”דאס” איז די סיבה פארוואס ער האט פארקויפט 15 מיליאן שטיק, דאס איז די סיבה וויאזוי ער האט איבערגעטראגן די אנטענע’געיט סקאנדאל, מיט אפערן באמפערס, פשוט ער מאכט מענטשן אזוי פארקויפט פאר עם אז זיי וועלן נישט גלייבן עפעס שלעכטס אויף די קאמפעני’ס פראדוקטן. סא ווען אזא אויפגעבלאזענע קאמפעני האט קאמפעטישאן, וואס דאס מיינט דאך צו זאגן אז מענטשן זעהן איין אז מ’קען האבן רוב פון די זאכן, אדער נאכבעסער, ערגעץ אנדערשט, איז עס א שמחה.
באמת דארף א לענגערע אפהאנדלונג ווי אזוי די ווייערלעס מארקעט האט זיך געטוישט פון ”פלענס” מארקעט, צו א ”געדגעט” מארקעט. ד.ה. אמאל האבןמענטשן געקוקט בעיקר וואספאראפלען מ’קען באקומען ביי די און די קאמפעני און היינט קוקט מען וואספארא הארדווער, דיווייס מ’קען באקומען, און דאס גיט צו פארשטיין פארוואס ווערייזאן האט נישט געוואלט איינגיין אויףאייפאון דריי יאר צוריק און יעצט יא. עס איז אן אריכות גדול.
איו די עצם פראדוקטן וועל איך נישט יעצט אריינגיין, הגם דארט איז אויך דא וואס צו קאמפעירן צווישן עפל און אנדערע, אבער נישט פאר יעצט. ועוד חזון למועד.  

March 3, 2011 at 7:49 PM#16
נייעס

איך הער. איז פשוט דו פארנעמסט נישט קיין גאוה (ווער יא? קיינער פארנעמט דאס נישט..)

וויבאלד סטיוו דזשאבס (לרפו”ש…) איז נישט קיין איד, און האט נישט קיין שום סיבה פארוואס נישט צו זיין בגאוה, און דערצו האט ער איינגעזעהן אז די “אראגאנץ” מאכט שפירן מיליאנען פאטענציעלע קאסטומערס זייער “וויכטיג” און דאדורך וועלן זיי קויפן זיינע פראדוקטן אין די מאסן, זעה איך נישט פארוואס ער זאל זיך נישט אזוי אויפפירן. איך און דו העטן נישט בעסער געווען אין זיינע שיך.

אין אלע ביזנעסער אויף די וועלט גייט אזוי אז אויב א אפגעריסענע קאמפאני טוט עפעס מחדש זיין, און א רעספעקטפולע קאמפאני טוט דאס אדאפטירן פאר זייערע פראדוקטן, טוט מען בעיקר ארויסהייבן די מעלה פון דעם רעספעקטפולן פראדוקט. איי יענער האט עס אינווענטעד, נא נא, איך הער וואס דו זאגסט, אבער עס אינטערעסירט מיך גאנץ קנאפ, בלויז מיין קאמפאני אינטערעסירט מיך.

אוי האב איך ליב דעם ווערטל וואס איך האב אמאל געהערט:

ווי גוט איז געווען די וועלט ווען “עפל” און “בלעקבערי” זענען געווען נישט מער ווי צוויי פשוט’ע, אומשולדיגע, בא’טעמ’טע פרוכט….

March 4, 2011 at 1:14 AM#17
נייעס

מנחם
אנצורופען עפל “אויפגעבלאזן” איז נישט ריכטיג, זיי זענען סאליד פון יעדע ווינקל וואס דו וועסט נאר קוקען.
זייערע פראדוקטען זענען על פי רוב סאליד שבסאליד, מארקעטינג און סטראטעגיעס איז סאליד, זייער פינאנצן איז דאך שוין אפגערעדט, עפל איז ממש א קעש קו.

בעל גאוה? קען זיין, אבער דאס קענסטו נישט אויפדרינגען פון וואס ער זאגט ברבים, דארט איז אלעס מיט א חשבון וואס עס לוינט זיך פאר די ביזנעס, גאוה צו ענוה, גארנישט איז נישט ארגינעל. און היסטארי איז עדות אז זיין מהלך לוינט זיך שוין איינמאל.

March 4, 2011 at 9:52 AM#18
נייעס

פאר איך האב געדריקט פאסט קאמענט האב איך געטראכט צו איך זאל נישט איבערשרייבן די ווארט ”אויפגעבלאזן” פאר א צווייטע ווארט, למעשה האב איך עס געלאזט מיט די מחשבה אז מ’וועט פארשטיין אז איך מיין נישט ממש אויפגעבלאזן, איך מיין בעיקר די פארגלייבטקייט און פארבלענדקייט וואס טייל מענטשן האבן אין זייערע פראדאקטס, ווי פארשטענדליך פון די קאנטעסט,
במילא אנאליזירער טייערער, זיי’זדשע נישט ברוגז, לייג אריין עני אנדערע ווארט, והכל על מקומו יבא בשלום,

נ.ב.
זייערע פראדאקטס זענען נישט סאליד
1) די אנטענע סקאנדאל, וואס איז נאכנישט געשען ביי אזא מעכטיגע קאמפאני אזא גרויסע דורכפאל אין ”דיזיינען” א פראדוקט מיט אזא אבוויאס פעלער.
2) די אייפעד 1′ס שוואכקייטן פאר יענע צייט ווען ס’איז ארויסגעקומען, אן א קעמערע ועוד,
3) נאר האבן איין קעריר פאר די אייפאון פאר 3 יאר איז לדעתי נישט סאליד,

מארקעטינג סטראטעגיעס זענען נישט סאליד,
ווי שוין אויב ערקלערט ציען זיי מענטשן צו קויפן נאר דורך זיין פארבלענדט, דאס מיינט די מינוט יענער טשוכעט זיך אויס איז ער מער נישט דיין פען און/אדער קאסטאמער

זייער פינאנצן זענען נישט סאליד,
קוק וואס ס’איז געווען אפאר וואכן צוריק ווען ס’איז ארויס די שמועה אז הרב זדשאבס איז שוין נאכאמאל קראנק, סטאקס אראפ, דערנאך צוריק אויף, אינוועסטארס האבן ” אפען ” פארלאנגט זיי זאלן ארויסגעבן זייער סוקסעשאן פלען, וואס וועט זיין אויב זדשאבס פעקלט זיך אפ איין פרימארגן, דאס איז זייער א שטארקע באווייז אויף אלעס וואס טוט זיך אפ אינסייד

דאנט געט מי ראנג, איך ווייס אז זייערע פראדאקס זענען שטארק, איך ווייס אז זייערע סטאקס זענען נאך אלס שטארק, אבער נאך אלס קאמפערעבל צו אנדערע,