לויבט CITI קרעדיט קארטל
איך בין א שטענדיגע ליינער און איך בין מוראדיג צופרידן פון אייער ארבעט, א דאנק און הצלחה אויף ווייטער.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען א שמועס וועגן קרעדיט קארטלעך, וועלכע ס’זענען גוט וכדומה.
איך האב יעצט געהאט נאכאמאל זייער א גוטע עקספיריענס מיט “סיטי ביזנעס” וואס האט מיר דערמאנט צו שרייבן א בריוו דערוועגן. איך האב שוין עטליכע מאל געהאט באקומען א לעיט טזשארזש און רוב מאל האבן זיי עס גערן אראפגענומען, דאכט זיך אז זיי האבן א פאליסי אז איין מאל א יאר וועלן זיי עס אראפנעמען, פארשטייט זיך אז נאר אויב מען קאלט אריין בעטן.
בכלל זענען זיי זייער סימפאטיש, און קאמען סענס, אנדערש ווי למשל מיין עקספיריענס מיט די לאקאלע עפל באנק ברענטש, ווי זיי וועלן בשום אופן קיינמאל נישט מוחל זיין קיין טשארזש און ביי יעדע פראבלעם דארף מען זיך אויסעסן די גאל.
איך האב אויך א Capital One קארטל, זיי זענען נישט שלעכט, אבער מיט סיטי האב איך געהאט בעסערע ערפארונג.
מוקירכם
יודא ה. מאנסי
פארקויפן אנליין
בנוגע די שאלה פון א ליינער ווי מען קען זיך לערנען צו פארקויפן אנליין (דעת בעל בית תרומה תשע”א)
פארגאנגענע וואך האט זיך געטון אין אייער אויסגאבע וועגן אונליין טרענירונג.
איך האב לעצטנס געמאכט צוויי סוקסעספולע אונליין סעמינארן ביים היימישן עולם, און איך וויל דא שרייבן וואס איך האב געזאגט איבער דעם נושא.
זיכער איז וויכטיג צו האבן די ריכטיגע פראדוקטן, און עס איז איינע פון די שווערסטע זאכן ווען מען גייט אריין אין אונליין ביזנעס. און אפילו ווען מען האט שוין די ריכטיגע אייטעם איז נישטא קיין שום גאראנטי אז עמעזאן וכדומה וועט נישט האבן די זעלבע אייטעם א צוויי וואכן נאכדעם דורך אן אנדערע פארקויפער. מיר האבן אבער אסאך ארומגערעדט ביי אונזער סעמינאר איבער אנדערע סטראטעגיעס וויאזוי צו זיין “אויסשליסלעך” און וויאזוי זיך צו ספעציאליזירן אין א אינדוסטריע.
פארט מוז ארויסגעברענגט ווערן, אז דער פאקט אז מען ווייסט נאכנישט וואס מען וויל פארקויפן טאר נישט זיין קיין אפהאלט זיך אויסצולערנען “וויאזוי” צו פארקויפן אונליין, עס איז דא אזויפיל וויכטיגע זאכן זיך צו לערנען דערוועגן, וו.צ.ב.ש. וויאזוי צו נעמען בילדער פון אייטעמס, שרייבן דיסקריפציעס, פאוסטן די אייטעם, שיפינג און ריסיווינג, קאסטומער סערוויס, טרעקינג אינפא, און נאך און נאך…. עס איז וויכטיג דאס אלעס זיך צו לערנען גלייך ווען מען באשלוסט אביסל אריינצוגיין אין די אונליין ביזנעס, אזוי אז איינמאל מען ווייסט שוין וואס מען וויל פארקויפן קען מען בעזה”י גלייך זיך נעמען צו די עבודה.
אויב ווייסט מען נישט וויאזוי צו פארקויפן וועט עס קיינער נישט קויפן, און אויב מען איז נישט קיין עקספערט אינעם פעלד, וועט מען קיינמאל נישט פארשטיין וואס עס מיינט א גוטע דיעל.
די אונטערשטע שורה איז, אויב קוקט איר ארויס פאר סוקסעס, פארוואס זאל “יעצט” נישט זיין די צייט צו “סנעפ-עהעד”ן אין אייער לעבן? טוט למעשה!
אלעזר לאנדא
snapahead.com
לויט מיין עקספירינס פון פארקויפן אנליין (שוין באלד 2 יאר) טו איך אויך אגריען 100% אז מען מיז קוידם האבן א סאורס דערנאך קען מען פארקויפן
אבער ס’איז דא נאך איין וויכטיגע הערה אז אפילו מיט א גוטע סארס דארף מען קודם האבן אסאך סטאבילע אינווענטארי צו קענען ארויסנעמען עפעס געלט פון פארקויפן אנליין דארף מען האבן כאטשיג 200 אייטעמס צו קענען אויך קאווערן די אפיס עקספענעס וכדו’ דאס וואס איינער שרייבט אז סתם האלסעלרס זענען נישט גיט איז 100% נישט גערעכט איך פלעג אויך אמאל זוכן גליקן פון CLOSEOUTS וכדו, אבער קודם סאיז נישט קיין סאליד סטעביל ביזנעס ווען מ’ארבעט אויף דעם וועג (יא נאכדעם וואס די ביזט שוין אויפגעסעט מיט א געהעריגע אינוועטארי אפילו נישט די בעסטע פרייזן דעמאלט’ס גייט מען שוין זוכן בעסער געזאגט מ’טרעפט שוין אליינס דא און דארטן א גוטע דיעל פון די סטעבל קענאקשענס וואס מ’האט- יא כמעט יעדע האלסעילער האט כאטשיג איינמאל א יאר קלאוזאוטס וכדו’) נאכדעם קענסטו נישט טרעפן צופיל אייטעמס פאר קלאוזאוטס אז זאלסט קענען מאכן געלט אפילו זאלסט ארויפלייגן 500 % מארקאפ
נאכדעם איז דא נאך א באזונדערע סוגיא וואס דאס איז וואספארא קאטעגאריע נישט צו פארקויפן אנליין יעדע קאטאגאריע האט זיך זיינע מעלות און זיינע חסרונות איך גיי נישט יעצט אריינגיין דערין ווייל סיאיז א סוגיא עמוקה און מיין צייט ערלויבט עס נישט
(-)
איך האב געזען אויף אייער אונליין פלאטפארמע, ווי איינער רעקאמענדירט צו מאכן געלט אונליין דורך “גוגל עדסענס” און ער צייכנט אן אז ער האט א חבר וואס מאכט 600 דאלער א חודש דערפון.
אלץ א אפגעבריטער וויל איך קלאר מסביר זיין פון וואס די רעדע איז.
גוגל’ס הויפט איינקופט וואס מאכט זיי פאר א מאלטי מיליאן דאלערדיגע קאמפאני איז די אדווערטייזמענס, גוגל לייגט ארויף רעלעוואנטע עדס אויף פארשידענע פלעצער, אויף די הויפט גוגל זוך בלאט, געוואנדן וואס מען האט געזוכט, אויף זייער דזשימעיל אקאונטס, געוואנדן אין די ווערטער וואס שטייט אין די אימעיל, און אויף סייטס, געוואנדן אינעם נושא פון וואס די סייט באשטייטס.
די אדווערטייזערס צאלן געלט פאר יעדן קליק וואס א פריוואטע מענטש קליקט אויפן עד. און א פראצענט פון די געלט גייט אראפ פאר די בעלי בתים פון וועבזייטלעך וואס זיי לאזן גוגל ארויפלייגן די עד’ס אויף זייערע וועבסייטס. דער פראגרעם הייסט “עדסענס”.
יעדער וואס עפנט א וועבזייטל “איז זיכער” אז ער גייט האבן טויזנטער וויזיטערס א חודש. און ער איז זייער פרייליך ארויפצולייגן די גוגל עד’ס, כאטש עס מאכט די וועבזייטל אויסזען ביליג, ווייל ער איז זיכער אז עס גייען זיין טויזנטער קליקס, פון זיינע טויזנטער וויזיטערס.
עס איז אבער ווייט פון דעם. די שטודיעס ווייזן אז גאר א קליינע פראצענט מענטשן קליקן אויף עדס, איבערהויפט היינט ווען עס איז שוין נישט קיין סוד אז מיט יעדע קליק איז דא איינער וואס מאכט געלט, וועלן א גרויסע פראצענט מענטשן נישט קליקן לכתחלה אויף עדס, אז אנדערע זאלן מאכן געלט דורך אים…
די רעדע איז צווישן 4 און 10 פראצענט וואס קליקן אויף עדס. און פון א דורכשניטליכע קליק צאלט גוגל פארן בעל הוועבסייט א נישטיגע 10 צענט. (עס זענען דא געוויסע עדס וואס זיי צאלן מער, מערסטנס א דאלער, אבער זייער זעלטן).
לויט דעם ווען איינער זאגט אז ער מאכט 600 דאלער א חודש פון גוגל עדסענס, דאס מיינט 6000 מאל צען צענט, 6000 קליקס. – פארשטייט זיך בערך.
אויב 6000 מענטשן זענען – לאמיר זאגן – 5 פראצענט פון זיינע וויזיטערס, מוז ער האבן לויט דעם בערך א האלב מיליאן וויזיטערס א חודש!
צו שאפן א האלב מיליאן וויזיטערס א חודש פאר א וועבסייט מוז מען ארבעטן “גאר גאר” שווער, יעדער וואס קען זיך נאר אויס אביסל אין אונליין מארקעטינג וועט דאס פארשטיין.
אויב די סייט פארקויפט עפעס, און מען רעדט פון א נישטיגע פראצענט אינקאם וואס קומט אריין פון גוגל עדסענס, קען מען עס נאך פארשטיין. אבער צו זאגן אז “מען מאכט געלט פון גוגל עדסענס” קומט פון אומוויסנקייט. חוץ אויב מען באקומט 1 דאלער א שעה פאר ביטערע שווערע ארבעט.
און איך ווייס אז מענטשן וועלן טראכטן אז “מה כל הרעש? מען הייסט מענטשן קליקן און מען מאכט געלט?”, ביי גוגל עדסענס איז אבער נישט מעגליך אזאנס צו טון, זייער פראגרעם כאפט באלד אויף אויב צופיל קליקס קומען פון די זעלבע געגנט, וכדומה. עס איז נישט מעגליך עס איבערצוקליגן.
וילמדו תועים בינה. צו פארדינען געלט דארף מען ארבעטן.
יעקב ח. – בארא פארק