לעצטנס הערשט א שוואונג פון ראפלעך. אין א שוואכע עקאנאמיע גלייכן מענטשן צו נוצן זייער מעשר געלט פאר צדקה צוועקן וואס מען קען געווינען פירותיהם בעולם הזה. און דאס איז די סיבה פארוואס די אינדוסטריע האט זיך לעצטנס אביסל געהויבן דעם קאפ.
זעהנדיג די פרנסה ראפעל עד האט דאס מיר געברענגט זיך צו דערגרינטעווען אביסל אין דעם נושא. נישט אלע ראפלעך, איבערהויפט די ראפלעך מיט א געווינס פון מעגא ריזיגע סכומים, זענען מצליח צו מאכן זייער ראפעל מער ווי איינמאל. אז מען האט גענוצט קאפ און מח די ערשטע מאל, אז אלעס האט געקלאפט מיט א חשבון די ערשטע מאל, גייט עס שוין פיל גרינגער דאס צווייטע מאל.
דערזעהנדיג די פרנסה ראפעל צום צווייטן מאל, האט דאס ביי מיר געצויגן שטארק אויפמערקזאמקייט, אזש ביזן זיך דערגרינטעווען צום מאנסי טרעילס אפיס אין שיכון סקווירא, ווי דער געווינער פונעם ערשטן ראפעל, ר’ יעקב יוסף לונגער, באשטעטיגט אז יעדע וואך, זינט זיין געווינס פונעם פרנסה ראפעל, קומט אים אן א טשעק פון 1250 דאלער אויף די פאסט.
ער ערקלערט: עס איז נישט אז דו באקומסט 50 טויזנט דאלער און עס ווערט פארשוואונדן נאך אפאר וואכן, די רעיון איז א געניאלער, דער גאנצער דאגת הפרנסה איז מער ווייניגער פארלאשן -פארשטייט זיך בעזרת השם יתברך -פאר א משך פון צוויי יאר! עס איז א רואיגקייט וואס איך וואונטש פאר גאנץ כלל ישראל. א וועכנטליכע 1250 טשעק, אבער יעדע וואך!
ר’ משה טייטלבוים, א ענערגישע באבובער אינגערמאן וואס שטייט אונטער דעם פרנסה ראפעל, האט מיר אביסל בעסער געגעבן צו ערקלערן זיין אויפטרעף: די אבאמא קאמפיין האט אריינגעברענגט א נייע געדאנק אין מארקעטינג, אנשטאט בעטן גרויסע נדבות, האט מען געבעטן נישט מער ווי א פינעווער, א סכום וואס יעדע בירגער קען זיך ערלויבן. דאס האט געברענגט אז זיי האבן למעשה צוזאמענגעקליבן פיל מער ווי אנדערע פרעזידענט קאמפיין’ס ביז דאן.
אין אנדערע ווערטער: פארלאנג פון מענטשן דאס מינימום, און קום אן צו דאפעלט מענטשן. דאס איז געווען די סוד פון די מיליאנען וועלכע זענען אריינעפלאסן אן אויפהער אין די קאמפיין קאסע.
מיר אין פרנסה ראפעל, ערקלערט ער, זענען געגאנגען מיט דעם מהלך, 36 דאלער פאר א געווינס פון 130 טויזנט דאלער איז טאקע איבערגעטריבן און צו ביליג, די נארמאלע פרייז לויט די היינטיגע סטאנדארטן איז מינימום א דאלער פער יעדע צוויי טויזנט דאלער געווינס. אבער לכבוד דעם האבן מיר עררייכט פיל מער מענטשן, מיר האבן אינוועסטירט שווערע כוחות צו אנקומען צו יעדן יחיד, און זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט. וואס דאס האט אונז ערלויבט צו קענען מצליח זיין מיטן ערשטן ראפעל, און דער יעצטיגער ראפעל איז שוין פולשטענדיג מצליח ב”ה, פיל שנעלער ווי דער ערשטער, און לויפט שוין אפ אין פיר וואכן ארום ביים זמן הגורל: דאנערשאג פרשת תזריע.
פרנסה ראפעל
8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2011/02/פרנסה-ראפעל/ קאפיע אין ארכיוו
עס איז אביסל מיסליעדינג צו זאגן אז זיין עיקר הצלחה קומט פון די ביליגע פרייז און מער מענטשן,
ער טוט דאך אסאך מער פון דעם, אפשר זענען אנדערע פעקטארס אסאך מער עפעקטיוו פראפארשענאל,
א קורצע ליסט פון וואס ער טוט מער ווי אנדערע, (עכ”פ וואס איך זעה)
1, אימעיל מארקעטינג
2, וועב מארקעטינג
3, טעלעפאון ליין, קול מבשר, קול מבשר אינטערוויאו, מארקעטינג
4, די עצם איידיע צו זיין געקאווערט צוויי יאר מיט פרנסה,
5, די לענג פון די ראפעל קאמפיין
איך זאג נאר בדרך אפשר, עס דארף זיין געהעריגע סטאטיסטיקס אין דעם הינזיכט צו קענען קומען צו די קאנקלוזדשען אז ווייל ער בעט נאר 36 פאר 130K קויפן מער מענטשן און ער מאכט מער געלט
ביסט לכאורה נישט באקאנט וואס מיינט פאנזי סקעם.
יעדע ראפעל איז א שטיקל קאפ דרייעניש, און איינער מאכט א גרעסערע פי אר, און איינער א קלענערע. פאקטיש אז איינער פון 10 טויזנט געווינט איז עס שוין נישט קיין מציאה רבה. מענטשן קויפן דעם ניו יארק לאטערי אויך, כאטש עס איז איינס פון מיליאנען טשאנס צו געווינען. פארוואס? ווייל מענטשן טרייען זייער מזל.
די איינציגסטע זאך וואס דו קענסט אפשר טענה’ן אז די קאמפיין איז זייער “קאנווינסינג”, צו אגרעסיוו א.א.וו. נו, היינט טוט דאס אבער יעדער איינער. ווייל עס איז א הויכע נומער פון געלט מיינט נישט קיין שווינדל. פאקטיש האט דאך שוין איינער געווינען. נישט אזוי? אם כן, וואס איז דא די סקעם?
חודש שהפיל המן הפור מסוגל לזכות בגורל. קניתי הגורל, ואני מתפלל שאזכה במאה ושלשים אלפים דולר.
בטלן,
שוין איינמאל א בטלנות, וואס מיינט פאנזי סקים?
עס איז א העכסט געלונגענע ראפעל, לויט ווי עס קוקט אויס, און זיי צאלן פונקטליך די געווינערס, לויט ווי דער געווינער איז מעיד.
איך האב הנאה אז די בעל בית האט זיי געאינטערוויוט, בכלל גלייך איך די קאלום די מערסטע. אז מען זעט א געלונגענע איידיע ביים היימישן ציבור, איז עס ווערט צו באשרייבן.
איך האלט אז אין די פרנסה ראפעל ליגט גרויס חכמה, לויט ווי מנחם האט שוין ארויסגעברענגט אפס קצהו, און אלעס אן גיין אין קאלידזש און שטודירן, איך האלט אז עס איז א קידוש השם, און א תשובה לאפיקורסים.
ה. פוקס, קיפ איט קאמינג.