געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – ד

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אידיש געלט · דורך: קרן עזר · וואך: פקודי , תשע"א · בעל-בית נומער: 38 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/געלט-איז-טייער-מען-דארף-דאס-גוט-היטן-ד/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
געלט איז טייער, מען דארף דאס גוט היטן – ד

אויסצוגן פון דרשה פון הר”ר מנחם הארטמאן הי”ו ביי א “קרן עזר” צוזאמקום.
אלגעמיינע ‘תירוצים’ פון מענטשן פאר’ן נישט וועלן אוועקלייגן געלט
איך וויל נאר ארויסברענגען עטליכע תירוצים וואס מענטשן ענטפערן, וואס דאס האב איך געהערט אין לויף פון די יארן וואס איך בין אין די ביזנעס. די ערשטע תירוץ איז: איך האב בטחון! דער אייבערשטער וועט מיר העלפן, אז אלעס וועט זיין מסודר.
הגם, א מענטש דארף צו האבן בטחון, און בטחון איז נישט קיין אומריכטיגע ענטפער; אבער פון די אנדערע זייט לאמיר כאפן א בליק און זען וויפיל מענטשן נעמען פארשידענע טובות הנאה (וד”ל). מיר ווייסן אלע אז “מזונותיו של אדם קצובון לו מראש השנה ועד ראש השנה”. האסט בטחון? לאמיר זען – שטעל דיך ארויס אויף די גאס, טוה דיין ארבייט, און ס’וועט אנקומען, אבער דערווייל טוט מען אלע מיני געדרייעכץ. דאס איז איין זאך. לאמיר זען וואס ס’וועט זיין ווען דיין קאמפאטישן וועט עפענען א געשעפט די אנדערע זייט גאס. וועסטו שלאפען רואיג אדער פרובירען יענעם אונטערצוברענגען כדאי ער זאל נישט צוכאפען דיין פרנסה? וואס איז געשען? האסט דאך בטחון?
בטחון איז א גוטע תירוץ צו זיין פויל און “קעירלעס” [אומ’אחריות’דיג] ווי מען זאגט. אויב א מענטש איז באמת א בעל-בטחון, איז א צווייטע מעשה; אבער יעדער מענטש זאל זיך באמת אנקוקן ביי זיך, צי ווען ס’קומט צו אנדערע זמנים, ווען ס’איז נישט פארמישט פוילקייט דערין, צי ס’איז דא בטחון.
מענטשן ענטפערן: פארוואס דארף איך סעיוון געלט? ס’וועט דאך קומען א צייט וואס איך וועל דאך זיין אזא מיליאנער, און ס’וועט אלעס קלאפן. לאמיר זיך מתבונן זיין: וויפיל מענטשן אין דעם צימער זענען מיליאנערן? וויפיל פראצענט פון וויליאמסבורג זענען בכלל “בעלעבאטישע אידן?”, און וויפיל פראצענט דערפון זענען מיליאנערן? – מען קען האבן א “כח הדמיון”, און פון א כח הדמיון קומט מען נישט אין ערגיץ אן. אונזער דזשאב איז צו “פעיסן ריעליטי”, און וויסן במציאות, אז רוב מענטשן – ספעציעל מענטשן וואס זענען אין א געוויסע דזשאב – אז ער האט א דזשאב, און ער האט א געוויסער סומע וויפיל זיינע וועידזשעס וועלן וואקסן, און דאס איז עס; ס’איז נישטא קיין סאך מער פון דעם.
מענטשן ענטפערן, וואס דארף איך סעיוון געלט – ערשט לעבט מען פאר היינט, און פארוואס זארג איך מיך אויף מארגן? דער אמת איז, אז ער איז גערעכט, מען דארף טאקע לעבן פאר היינט. אבער מיר רעדן נישט פון “אוועקגעבן ברויט און פוטער”. מיר רעדן פון פארשידענע זאכן וואס א מענטש קען זיך ווען אוועקסעיוון, ווי איך וועל אויסרעכענען שפעטער אי”ה.
יעדע זאך וואס א מענטש געט זיך נאך, און יעדע זאך וואס א מענטש גיט אויס זיין געלט, האט א פרייז! ווען מען גייט אויף א “וויקעישאן”, האט עס א פרייז; די זעלבע זאך ווען א מענטשן איז “אויף א וויקעישאן” – פון נישט טראכטן וואס ס’גייט זיין אין די FUTURE, די זאך האט א פרייז.
די געוואלדיגע פארדינסטן אוועקצולייגן געלט ווי פריער אין לעבן
מענטשן זאגן, “איך האב צייט, איך וועל סעיוון ווען איך וועל זיין עלטער, יעצט בין איך 22, 23, 24, יעצט איז צייט צו ‘מאכן א לעבן’”. גערעכט. ס’איז טאקע צייט; אבער לאמיר כאפן א ביסל א בליק, דער חילוק פון א מענטש וואס סעיווט פרי, און צווישן א מענטש וואס סעיווט שפעט.
אונז האמיר דא א מציאות פון א אינגערמאן וואס לייגט אוועק 5,000.00$. לאמיר עס רופן “טעקס-ריטוירן”. א מענטש לייגט אוועק פינף-טויזענט דאללער פאר זיין ערשטע דרייצן יאר. (לאמיר זאגן ווייל זיין ערשטע דרייצן יאר האט ער נישט אזויפיל עקספענסעס, ממילא קען ער אוועקלייגן פינף-טויזענט דאללער), ער לייגט דאס אוועק פאר דרייצן יאר, לאמיר זאגן אז ער מאכט 5 פראצענט אויף זיין געלט, – - אויב איר באמערקט, זעט איר אז איך גיי נישט מיט קיין פאנטאזיעס – איך לייג נישט קיין אכט, צען, פופצן, צוואנציג, דרייסיג פראצענט – סתם “5 פראצענט”. הגם היינט אין א באנק קוקט 5 פראצענט אויך אויס ווי א חלום, אבער בדרך כלל איז עס א נאמבער וואס ווערט גערעכנט ווי שיינע און גוטע קאנסערוואטיווע נאמבער.
איך גיי נישט יעצט אריין וויפיל געלט דער מענטש האט: דא שטייט 92,000$ דאללער. אבער וואס איך וויל ענק ווייזן, איז, וואס “צייט” טוט מיט דעם מענטש. לאמיר געבן א קוק ווען א מענטש טוט אזא זאך, פאר פופציג יאר. – אז במשך די ערשטע דרייצן יאר לייגט ער אריין דאס געלט, אבער ער לאזט דאס ליגן – פאר א משך פון פופציג יאר – אין א פלאץ וואו ער באקומט “פינף-פראצענט קאומפאונד אינטערעסט”. יעצט האלט ער ביי 500,650.00$!
אבער די נאמבער איז נישט-רעלעוואנט; וואס איך וויל ענק ווייזן איז די אנדערע זייט פון די מטבע. די אנדערע זייט פון די מטבע איז, אז מיר האבן א מענטש וואס ער האט זיך די ערשטע דרייצן יאר פון זיין לעבן גענומען דעם חשבון ווי מיר האבען פריער דערמאנט, אז יעצט איז נישט די צייט צו סעיוון געלט, ער איז יעצט “נאך אינג אין די כוחות”, ממילא דארף מען זיך אביסל לאזן וואוילגיין… ממילא האט ער אנגעהויבן ערשט ביי די דרייצענטע יאר אוועקלייגן געלט, פינף טויזענט דאללער, אבער ער לייגט אוועק פון די דרייצענטע יאר, ביז די פופציגסטע יאר. דאס הייסט אז פאר א משך פון זיבן-און-דרייסיג יאר לייגט ער אוועק פינף-טויזענט דאללער. – איך מיין אז איך וועל פרעגן דא דעם עולם, ווער ס’האט מער געלט נאך פופציג יאר? – איך מיין אז איך וועל פרעגן דעם עולם, און אזוי זע איך עס ביי מיינע קליענטן, וואס ענטפערן, און שטעלן זיך פאָר, אז ווען דער ערשטער לייגט אוועק פאר דרייצן יאר, און דער צווייטער פאר זיבן-און-דרייסיג יאר, איז נישט קיין מציאות אז דער ערשטער זאל האבן מער געלט… אבער ס’איז נישט אזוי!… לאמיר זיך אליינס איבערצייגן: נאך פופציג יאר גלייכן זיי זיך אויס! (אייגענטליך מיט הונדערט דאללער ווייניגער…). דער ערשטער האט אריינגעלייגט דרייצן יאר, און דער צווייטער האט אריינגעלייגט 37 יאר. דער ערשטער האט געלאזט זיין געלט טוען זיין דזשאב, אבער דער צווייטער האט געהאלטן אין איין צוגיסן און צוגיסן צו די קאסע, און ער קען אים נאך אלץ נישט נאכלויפן… ווי העכער מיר וועלן מאכן דעם Rate of Return, אלס ערגער גייט דער צווייטער זיין – אז איך וועל דאס מאכן אן 8 פראצענט Rate of Return – איך וויל נישט באלעסטיגן דעם עולם מיט חשבונות, און ווער ס’וויל וועל איך קענען שפעטער ווייזן – וועט דער צווייטער האלטן ביי איין מיליאן דאללער, און דער ערשטער ביי צוויי מיליאן דאללער. ס’איז א מעידזשער מעידזשער דיפערענטס, יעדעס יאר פריער וואס א מענטש הייבט אָן אוועקצולייגן געלט, גייט דאס געלט ארבייטן פאר אים! ס’איז א פשוט’ער חשבון, די עקספענסעס פון די מענטשן ווערן גרעסער, נישט קלענער; די ערשטע פאָר יאר איז די צייט אוועקצולייגן, אז מען קען שפעטער, איז הכל ריוח, אבער דאס געלט פון די ערשטע יארען ארבייט פאר דיר.