א בליק אויף קלאוד קאנעקט

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: יוחנן שיף · וואך: פקודי , תשע"א · בעל-בית נומער: 38 · דאטום: 2011-02-28
http://www.balboos.com/content/2011/02/1192/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
א בליק אויף קלאוד קאנעקט

מיר האבן שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק (נייעס מקץ תשע”א) איבער די פלאג-אין פאר מייקראסאפט אפיס וואס גוגל גרייט זיך ארויסצוגעבן. עס ברענגט פארשידענע פיטשערס פון גוגל דאקס צו מייקראסאפט אפיס, ווי בעקאפ, שערינג, און auto save. עס סופארט ווארד, עקסעל און  פאוער פאוינט.
ליינט מער דערוועגן אין בעל בית מקץ תשע”א.
גוגל האט געהאלטן ווארט, די וואך איז עס געווארן אוועליבעל פאר די פובליק. אונטער א נייע נאמען “קלאוד קאנעקט”. עס איז א פרייע דאונלאעד און סופארט אפיס ווערסיעס פון 2003 און העכער.
לינק צו דאונלאדען

http://tools.google.com/dlpage/cloudconnect

אויפן אויבערפלאך קוקט עס אויס צו זיין גאנץ א גוטע פראדוקט. אט איז א קורצע ווידעאו פון גוגל וואס ברענג ארויס די מעלות און מעגליכקייטן פון “קלאוד קאנעקט”.

http://balboos.com/tem/IntroducingGoogleCloudConnecMicrosoftOffice.mp4

ווי ערווארטעט, איז מייקראסאפט נישט איבעריג פרייליך און אפילו נישט צופיל באאיינדרוקט דערפון. זיי זעען עס ווי א פרואוו פון גוגל צו צוביסליך אריינשניידען אין די מייקראסאפט אפיס מארקעט. אין א סטעיטמענט צו די וואל סטריט זשורנאל האט מייקראסאפט געזאגט,
“מיר האבן טאקע הנאה צו זען ווי גוגל איז באוויסטזיניג צו די געוואלדיגע גרויסע קאנסומער באניץ פון מייקראסאפט אפיס וואס ווערט געניצט דורך איבער 750 מיליאן מענטשן, פארט גלייבן מיר אז “קלאוד קאנעקט” איז נישט גענוג גוט און קומט נישט נאך די געברויך”.
מייקראסאפט איז נישט געבליבן ביי דעם, נאר ארויסגעקומען מיט א ווידעאו וואס ערקלערט באריכות עטליכע ערענסטע פראבלעמן מיט “קלאוד קאנעקט”. אט איז א לינק דערצו, זייט אליין מחליט למי החותמת ולמי הפסולים.

http://balboos.com/tem/cloudconnectproject-4.mp4
די איראניע איז אז מייקראסאפט אליין שטעלט נישט צו קיין ריכטיגע אלטערנעטיוו פאר עלטערע ווערסיעס פון אפיס, און אנשטאט מכיר טובה זיין גוגל פאר לכל הפחות פרובירן ארויסצוהעלפן די אפיס באניצער טוען זיי נאך זיי ארונטעררייסן.
בלויז אין אפיס 2010 איז יא דא א ענליכע אפציע. איר קענט עס נוצן דורך גיין צו File, Save and Send, Save to Web. מען ברויך האבן א ווינדאוס לייוו אקאונט און סעלעקטן א סקיי דרייוו פאלדער.
אגב: עס איז דא נאך א פרייע פלאג-אין פאר מייקראסאפט אפיס וואס טוט מער ווייניגער די זעלבע זאך ווי גוגל’ס, עס הייסט “אפיס-סינק” מענטשן זענען שטארק צופרידן דערפון, אט איז א לינק
offisync.com
אויב האט איר עקספיריענס דערמיט, ביטע לאזט הערן אייער מיינונג אין די קאמענטארן.

February 28, 2011 at 3:19 PM#2
א בליק אויף קלאוד קאנעקט

אינטערעסאנטע ארטיקל.
איך נוץ 2010 מיט די סקיי דרייוו פיטשער. אבער עס איז אביסל שטאטער ווי איך וואלט געגליכן.
לויט ווי מייקראסאפט לייגט עס אראפ איז א שאד אנצוהייבן מיט גוגלס פלאג אין, אפשר וועלן זיי עס פיקסען וועל מיר זען דעמאלס.