The Book Video (yoel Klein)

15 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

דורך: admin · דאטום: 2011-03
http://www.balboos.com/content/2011/03/the-book-video-yoel-klein/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
א׳ אדר ב' תשע״א at 11:45 am#2
The Book Video (yoel Klein)

איך האב עס אינמיטן געוואלט ארויסכאפן פון ביידע אין עס נעמען פאר זיך

א׳ אדר ב' תשע״א at 12:12 pm#3
The Book Video (yoel Klein)

ס’איניש דא גענוג פלאץ פאר יעדם צו מצליח זיין?

א׳ אדר ב' תשע״א at 3:56 pm#4
The Book Video (yoel Klein)

אוי האב איך געלאכט. גוט גוט

א׳ אדר ב' תשע״א at 5:14 pm#5
The Book Video (yoel Klein)

גוט

א׳ אדר ב' תשע״א at 5:48 pm#6
The Book Video (yoel Klein)

זעט אויס אז נאכן ליינען אביסל, האט ער איינגעזען אז נישט אזוי איז מען מצליח….

אבער איך אנטשולדיג זיך פארן שרייבן אז עס דערקענט זיך נישט דא אז עס איז אדר אויף דער וועלט.

א׳ אדר ב' תשע״א at 6:41 pm#7
The Book Video (yoel Klein)

אוי האב איך געלאכט, פונקט גוט פאר חודש אדר, נישט ווי מאנכע האבן זיך פריער אפגערעדט אז מען זעהט נישט קיין סימן פון חודש אדר (איך זעה ער האט שוין אקארשט צוריקגעצויגן). (איינער קען די חברה?)

עט-ליעסט מיר באקומען אויך עפעס “מער” ווי די געפרינטע אויסגאבע, וואס, אגב, האט מיר אביסל פארדראסן אז דארטן איז דא מער חומר ווי אויף אונזער אי-מעיל אויסגאבע. הלמאי? היתכן?

א׳ אדר ב' תשע״א at 6:52 pm#8
The Book Video (yoel Klein)

אפשר וואלט געווען א סברא, אז נאך אפאר וואכן זאל מען ארויפלייגן דא אויפן סייט, די ארטיקל וואס איז יעצט דא אין די געדרוקטע אויסגאבע. וואס מיר האבן נישט געהאט די זכי’ צו ליינען.

א׳ אדר ב' תשע״א at 7:23 pm#9
The Book Video (yoel Klein)

לייב, פארוואס איז עס א סברה? זיי לייגן דאך עס כדי מ’זאל יא קויפן.
שמעלקא, וואס זענען דאס די געוואלדן? “הלמאי” “היתכן”
ס’שמעקט דא פון שלי שלי ושלך שלי זו מדת סדום.
איך לכשעצמי וואלט נישט געקויפט סתם אזוי, איך האב נישט קיין צייט צו ליינען, נאר אזוי ווי איך בין שטארק נהנה דערפון שוין באלד א יאר, האב איך געקויפט לאות הכרת הטוב. און למעשה האב איך יא געליינט אין קאר ווען כאב געהאט אביסל צייט, און כאב הנאה געהאט אויך.
אבער וויאזוי קען מען שרייען אז לא די וואס דו געסט מיר יעדע וואך פאר אומזינסט, געמיר יענץ אויך, היתכן דו בעטסט געלט וכו.
ס’פאסט נישט…

א׳ אדר ב' תשע״א at 9:59 pm#10
The Book Video (yoel Klein)

אוי טעכניקער, כ’האב נישט געמאכט אזעלכע געוואלדן ווי דו לייגסט עס אראפ…. אזש איך בין פון די סדום חברה, ח”ו ח”ו…

כ’האב בלויז געמיינט צו פרעגן וואס איז פשט פון דעם? צו צאלן דען די גראסערי איינקויפער פאר די ארטיקלען אדער בלויז פאר די הוצאות פון פרינטן און דיסטריביוטן? אויב איז “געלט” דער תירוץ, איז איך פון מיין זייט וואלט צוגעצאלט עפעס אז איך זאל קענען זעהן “אלעס” אויף אי.מעיל. אבער איך שפיר אז מען מאכט אונז דא שפירן ווי צווייטע קלאס בירגער…. דאס שמעקט שוין אפשר יא פון מדת סדום…

איינער שפערט דא א ריח פון שוועבל? עס שמעקט דא פון אלע זייטן געפערליך פון דעם סדומ’ער שמעק… מרבין בשמחה…

ב׳ אדר ב' תשע״א at 11:13 am#11
The Book Video (yoel Klein)

איך בין נישט מסכים נישט מיט סדום און נישט מיט פעך און שוועבל.

נאר אזויפיל אז באשר מיר זענען די וואס שטייען מיט מיט דעם אויסגאבע טריט ביי טריט, און מיר האבן געגעבן די פיד-בעק וויאזוי מען רופט עס, און אזוי ווי מען האט שוין געשמועסט מאכט מען נישט דעם געדרוקטן אויסגאבע פאר די וואס ליינען עס אויף אי-מעיל, נאר מען מאכט עס צוליב א פארלאנג וואס עס איז געווען סיי דורך אזעלכע וואס באקומען עס נישט אויף אי-מעיל, און סיי דורך אזעלכע וואס באקומען עס יא אבער זיי וואלטן עס געוואלט האבן געדרוקט, א”כ וואלט געווען א סברא, אז ווייניגסטענס א צוויי דריי וואכן נאכדעם וואס עס ווערט געדרוקט די פרישע ארטיקלען, זאל זיין א מעגליכקייט אז מען זאל עס זעהן דא אנליין, פארוואס דען נישט.
מיר פארשטייען אז פאר א געדרוקטע ווערסיע פון וועלכע מען מאכט געלט, לוינט זיך צו אינוועסטירן אין מער ארטיקלען (בפרט אז עס מוז האבן א שטיקל פנים, עס קען נישט זיין אזוי קליין ווי דער אנליין אויסגאבע). אבער איינמאל עס איז שוין געדרוקט און פארקויפט, מעג עס זיין אוועיליבאל אנליין.

איך קוק עס ענדערש אן ווי א זה נהנה און זה לא חסר, איך ווייס נישט פארוואס עס זאל זיין א מדת סדום.

אבער שמעלקא פון בעטן ביז פארהאלטן “היתכן? הלמאי?” איז נאך א שטיקל וועג, ווייל אויף דעם הלמאי איז דא גאנץ א גוטן תירוץ, און טעכניקער אויב איינער פרעגט הלמאי דארף מען ענפערן, נישט שרייען מידת סדום.

ב׳ אדר ב' תשע״א at 11:50 am#12
The Book Video (yoel Klein)

כ’האב הנאה צו זעהן ווי אלעס וואס איך פאראויסגעזאגט וועגן ארויסגעבן די בעה”ב געדריקטטערהייט ווערט מקוים,
ווי יעדער פארשטייט איז עס אסאך מער פרעשור און פארלאנדט אסאך מער צייט און מח און כח ווי אן אימעיל אויסגאבע, מ’קען עס זעהן און שפירן דא.
איך האף און איך בין מתפלל ווייטער אז די אימעיל און וועבסייט אויסגאבע זאל ווייטער מצליח זיין, נאר גיין ווייטער מעלה מעלה,

BTW

שרייבן זיי דארט עני קשיות און ענטפערס פון ליינערס?

ב׳ אדר ב' תשע״א at 1:44 pm#13
The Book Video (yoel Klein)

מנחם, פרעג ווייניגער און לויף אין געשעפט אריין עס קויפן…. אויב וועט מען דיר אלעס דא פארציילן, וועסטו דאך נישט וועלן אויסגעבן די פאר גראשן וואס ס’קאסט זיך איינצוהאנדלען…

און פרעג מיך נישט יעצט, אה אהרן יאסל וואו ביזטו געווען די גאנצע צייט, ווייל איך ענטפער דיך שוין, אז איך בין זייער ‘ביזי’ פארנומען, אבער כ’דריי מיך דא כסדר, און נישט אלעמאל קען מען קאמענטירן, אבער גלויב מיר אז מיין הארץ איז מיט אייך.

זייט געזונט, און קויפט דעם געדרוקטן בעל הבית.

איך זעלבסט האב עס נאך נישט, ווייל מיין גראסערי, לעפקאוויטש אויף ליע עוועניוא קארנער ראסס האט עס נאך נישט.

ב׳ אדר ב' תשע״א at 2:23 pm#14
The Book Video (yoel Klein)

אנטשולדיגט אהרן יאסל, אויב פארשטייטסטו נישט אויפן ווינק וועל איך דיר מיזן אפען ארויסזאגן,
איך בין נישט קיין חסיד פון די געדריקטע אויסגאבע,
איך האב מיך געפיעלט זייער פראוד אז איך בין א טייל פון אן עקסקלוסיוו גרופ וואס לייענען אן אויסגאבע וואס איז ספעציעל פאר די געהויבענע ביזנעסלייט וואס זענען מקיים טוב תורה עם דר”א שיגיעת שניהם משכחת עון,
איך בין לגמרי נישט פרייליך אז אלע שטיפערס און ליידיגייערס וועל יעצט האבן צוטריט צו די היי קוואליטי קאנטענט די זעלבע ווי איך האב דא, איך האב געטרייט צו אויפקלערן מיין מיינונג א שטיק צייט צוריק, זעהט אז די בעלי בתים פון בעל הבית האבן אנדערשט געהאלטן,
איך בין דאך נישט בעה”ב דא, במילא דארף איך שלינגען אין שווייגן,
אבער גיין קויפן, דאס נישט.

מ’קען אריינגיין גאר טיעף פסיכאלאגיש פארוואס און פארווען מיינע סברות זענען אויסגעהאלטן, אביסל האב איך שוין מגלה געווען א צייט צוריק, ותן לחכם ויחכם, נאר איך האב נישט קיין צייט פונקט ווי דיר, במילא בלייב איך דא שטיין

י״ט סיון תשע״א at 6:18 pm#15
The Book Video (yoel Klein)

די ווידאו איז אויסנאם
שטארק הנאה געהאר ווען נאר די ביך וואלט געווען א ווידאו
איינער ווייסט ווי איך קען מאכען פאן מאן וועבסייט אזא וויידאו ביטע לאז מיר ווייסען
http://www.hebrewpublishing.com