נייעס

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: צו , תשע"א · בעל-בית נומער: 40 · דאטום: 2011-03
http://www.balboos.com/content/2011/03/נייעס-17/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

די עקאנאמיע איז טאקע שוואך, אבער די וועלטס ביליאנערן ווערן מער און רייכער.

פארבס מאגאזין האט פארגאנגאנע וואך פארעפענטליכט זייער יערליכע ליסטע פון די וועלטס ביליאנערן. עס שטעלט זיך ארויס אז דאס יאר איז דא מער ביליאנערן פון סיי ווען אימער, די ליסטע גרייכט צו א רעקארד פון 1,210 ביליאנערן, צוזאמען דערגרייכט זייערע פארמעגנס צו 4.5 טריליאן דאלער. מער ווי די יערליכע עקאנאמיע פון דייטשלאנד.

דער ערשטער אויף די ליסטע, נעמליך, די וועלטס רייכסטער פערזאן, איז קארלאס סלים פון מעקסיקא. ער איז דער אייגענטומער פון “אמעריקע מאוויל” א ריזן טעלעקאם פירמע אין מעקסיקא. ער פארנעמט די ארט שוין די צווייטע יאר. איבערנעמענדיג די פלאץ פון ביל געיטס דער געוועזענער מייקראסאפט פארזיצער. קארלאס’ס פארמעגן איז געשטיגן אין די איינע יאר מיט איבער 20 ביליאן דאלער, צוזאמען פארמאגט ער א געשאצטע 74 ביליאן דאלער. שטעלענדיג אים פאראויס פון ביל געיטס מיט 18 ביליאן דאלער.

ווי דערמאנט איז ביל געיטס דער צווייטער, 70 פראצענט פון זיין פארמעגן קומט פון אינוועסטמענטס אינדערויסן פון מייקראסאפט, ער איז רייכער געווארן די יאר מיט בלויז 3 ביליאן דאלער ער פארמאגט 56 ביליאן דאלער.

דער דריטער איז ווארן באפעט אן אמעריקאנער, ער פארדינט זיין ברויט דורך אינוועסטמענטס, ער פארמאגט 50 ביליאן.

אמעריקע גייט בארג אראפ? אדער די איבעריגע לענדער שטייגן? קוקט עס אן ווי אזוי איר ווילט,  אבער די פאקטן זענען ווי פאלגענד, מיט בלויז צען יאר צוריק האט אמעריקע פארמאגט העלפט פון אלע ביליאנערן, די יאר האלט עס שוין ביי בלויז א דריטל. איבעריג צו זאגן אז זי פארנעמט שוין נישט די ערשטע פלאץ, זונט ביל געיטס איז געווארן איבערגעיאגט.

ביז היי יאר איז אמעריקע געווען די איינציגסטע לאנד מיט מער ווי הונדערט ביליאנערן, די יאר האט שוין כינע 115 און רוסלאנד 101.

די מצב איז נאך ערגער ווען מען קוקט אויף די וואוקס ראטע, וואס איז די וויכטיגסטע פאקטאר, אפצושאצן דעם צוקונפט, בלויז 6 פראצענט פון אמעריקעס ביליאנערן זענען ניי, לעומת 47 פראצענט פון כינע און דרייסיג פראצענט פון רוסלאנד!

נאך אלעם שטייט אבער אמעריקע (דערווייל) שטארק פאראויס מיט 413 ביליאנערן.

עטליכע אינטערעסאנטע פונקטן, וואס איך האב באמערקט

  • דער אינגסטער ביליאנער איז דאסטין מאשקאוויטש, 26 יאר אלט איינס פון די גרינדער פון פעיסבוק. מיט 2.7 ביליאן.
  • אין ניו יארק אליין וואונען 68 בערך ביליאנערן (דאס מיינט אפשר אז מיר -ניו יארקער- האבן א גרעסערע טשאנס?)
  • מעיאר פון ניו יארק סיטי מייקל בלומבערג איז נומער 30 מיט 18.1 ביליאן געשאפן בעיקר דורך זיין בלומבערג מידיע פירמע.
  • הגם די ליסטע איז באפעפערט מיט אידישע קלינגעדיגע נעמען האבן מיר נישט באמערקט קיין קענטליכע חרד’ישע נאמען א חוץ דער באקאנטער חרדי’שער ביזנעס מאגנאט לוי לביוב פון ארץ ישראל מיט 1.6 ביליאן. אויב איר ווייסט פון אנדערע לאזט זיך הערן אין די קאמענטארן.
  • דאנעלד טראמפ וואס פלאנט “אפשר” צו לויפן פאר פרעזידענט, אין די מידיא גייט שוין באנאנעס דערוועגןן, פארמאגט אינגאנצן 2.7 ביליאן.
  • סטיוו זשאבס פון עפל איז נומער 110 מיט 8.3 ביליאן. דער היינטיגער פארזיצער פון מייקראסאפט איז נומער 46 מיט 14.5 ביליאן.
  • קיינער דערמאנט עס נישט, און אוודאי איז נישטא קיין אפיציעלע נומערן, מן הסתם צוליב “פאליטיקעל קארעקטנעס”. אבער די צאל פרויען אויף די ליסטע  איז ממש מינימאל, די עטליכע וואס איך האב יא געזען האבן באקומען דאס געלט דורך ירושה!

 

אינטערנעט עקספלארער און סאפארי פאלן, קראום און פייערפאקס אומבאשעדיגט

ביי א קאנטעסט פון סעקיוריטי עקספערטן און פירמעס, איז געשטעלט געווארן א פרייז פון 15,000 פאר ווער עס וועט מצליח זיין צו העקן איינע פון די פיר פאפולערע בראוזערס, גוגל האט צוגעזאגט נאך 20,000 דאלער פאר ווער עס וועט מצליח זיין צו העקן דייער קראום בראוזער.
סאפארי פון עפל, לויפענדיג אויף א אפדעיטעד מעק איז געפאלן אין בלויז 5 סעקונדעס. דורך א עקספערט פון פראנקרייך.
דערנאך איז אינטערנעט עקספלארער 8 אויף א ווינדאוס 7 מאשין אויך געהעקט געווארן. די אנדערע העקער וואס האבן געזאלט פרובירן העקן קראום און פייערפאקס האבן אויפגעגעבן אדער נישט אנגעקומען. (דאס מיינט אז זיי האבן פרובירט אבער נישט מצליח געווען).
מייקראסאפט זאגט אז אינטערנעט עקספלארער 9 -וואס דארף ארויסקומען בקרוב- פארמאגט נישט די לעכער וואס האבן ערמעגליכט אז די ספעציפישע “העק” זאל ארבעטן. זיי האבן זיך אויף פארפליכטעט צו  ארבעטן צו פאררעכטן די עלטערע ווערסיעס פון אינטערנעט עקספלארער, אבער נישט אנגעגעבן קיין פרטים דערוועגן.
אויפן צווייטן טאג האבן העקערס ערפאלגרייך אינפילטרירט סאפארי פאר אייפאון און בלעקבעריס בראוזער. עס איז אבער נישט געווען קיין בעלנים צו העקן ווינדאוס פאון 7 און אנדרואיד.

וואס מיינט עס פאר אונז? און ווי אזוי קען מען זיך היטן דערפון?

קודם כל איז זייער וויכטיג צו האלטן די אפערעטינג סיסטעם און פראגרעמס אפדעיטעד, ספעציעל די מער קריטישע פראגרעמס ווי די בראוזער. רוב לעכער וואס ווערן אנדעקט ווערן פארראכטן דורך אפדעיטס נאך איידער העקערס ווערן געוואויר דערפון.

צווייטענס, א גוטע אנטי וויירוס און פייערוואל פראגראם, מיר האבן שוין עטליכע מאל דערמאנט די נושא, און רעקאמאנדירט עטליכע פירמעס.

דריטענס, פארמיידן פון דאונלאדען זאכן פון אומבאקאנטע וועבזייטלעך.

ניי פון גוגל: פערזענליכע שווארצע ליסטע

איר האט שוין זיכער געהאט די פראבלעם, איר זוכט עפעס אויף גוגל, און פיל רעזולטאטן זענען פון ספעם וועבזייטלעך וואס ענטהאלטן נישט קיין שום רעלעוואנטע תוכן, נאר פרובירן צו מאכן געלט דורך עדס. דורך אנפירקלען דעם בלאט מיט ווערטער וואס גוגל כאפט אויף.

ווען איר קענט ווען איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון די אלע וועס זייטלעך וואלט איר געקענט אסאך שנעלער טרעפן וואס איר זוכט, באקענט זיך מיט א נייע פיטשער פון גוגל וואס טוט גענוי דאס, עס געט אייך א געלעגנהייט ארויפצולייגן סיי וועלכע וועב זייטל אויף א שווארצע ליסטע, און מער וועט איר נישט זען די וועב זייטל אויף דיין שום סיערטש רעזולטאט.

די מעגליכקייט ווערט אקטיוו, נאר אויב מען איז איינגעשריבן מיט א גוגל אקאונט, און מען קליקט אויף א סיערטש רעזולטאט, און דערנאך קומט מען צוריק צו די גוגל רעזולטאטן בלאט, דאן פארשטייט גוגל אז פילייכט זענט איר נישט געווען צופרידן מיט די רעזולטאט, דאן וועט זיך באווייזן א לינק אונטער די רעזולטאט (זע בילד) וואס ערמעגליכט צו בלאקירן די וועב סייטל אויף אייביג פון אייערע סיערטש רעזולטאטן.

גוגל גייט א טריט ווייטער, אין סיערטש רעזולטאטן ווי עס וואלט ווען געדארפט ערשיינען די בלאקירטע וועב זייטל, וועט עס מעלדן אויבן אז עטליכע רעזולטאטן זענען בלאקירט און ער וועט האבן א אפציע עס ווידער צו זען. אזוי ארום דארפט איר נישט מורא האבן אז פילייכט וועט זיך אמאל מאכן אז  איר וועט יא קענען באשטיין צו זען יענע זייטל און איר וועט נישט וויסן דערפון.

די פראגע שטעלט זיך נאר, וואס טוט זיך אויב טויזענטער מענטשן בלאקירן א געוויסע זייטל, וועט גוגל אראפריקן די זייטל פאר יעדעם איינעם? גוגל זאגט אז דערווייל טוען זיי דאס נישט, אבער זיי וועלן שטודירן די מעגליכקייט. אין א וועג איז עס לכאורה א גוטע געדאנק ווי אזוי פטור צו ווערן די אלע ספעמערס, פון די אנדערע זייט וועט עס ערמעגליכן אז מענטשן מיט אינטערעסן זאלן מאניפיולירן די גוגל סיערטש רעזולטאטן.

 

אין קורצן

די עפל אייפעד 2 איז שוין ערשינען די פרייטאג אין עפל געשעפטן. ווי געווענליך האבן זיך געשאפן לאנגע רייעס פאר די געשעפטן פון עפל פאנאטיקער וואס האבן שוין קוים געקענט ווארטן אראפצולייגן די איבער 500 דאלער כדי צו לייגן די האנט אויף עפל’ס נייעסטע געצייג.
קוקט עפעס נישט אויס ווי די עקאנאמיע איז אזוי געפערליך.

March 14, 2011 at 2:42 PM#2
נייעס

ווען אמעריקאנער געלט פאלט, און די עקאנאמיע אין אמעריקע גייט אין דער ערד, איז עס דאכט זיך מיר א פשוט’ע פארשטענדליכע זאך, אז עס ווערן ווייניגער אמעריקאנע ביליאנערן, און אז אויסלענדישע ווערן לייכטער ביליאנערן (וואס מעסט זיך אין אמעריקאנער געלט, וואס איז היינט ווייניגער ווערט ווי פאר צוויי יאר צוריק, קעגן די אויסלענדישע געלט, אזוי אז פאר אן אויסלענדישער איז פיל גרינגער היינט צו זיין א ביליאנער).