ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

27 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון מיין אפיס פענסטער'ל · דורך: מתתי' גראס · וואך: צו , תשע"א · בעל-בית נומער: 40 · דאטום: 2011-03
http://www.balboos.com/content/2011/03/ענדליך-פארדינט-30-טויזנט-דאלער-יעדע-חוד/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

שלום עליכם טייערע בעל בית ליינער. איר זעט אויס אביסל אנטמוטיגט היינט, די גיסטע איז עפעס נישט אזוי איי איי’דיג… און איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך פארשטיי אייך זייער גוט! ווייל ווען איך וואלט געווען אין אייער מצב וואלט איך נישט צופיל בעסער אויסגעזען.
איך פארשטיי אז איר האט שוין פרובירט דאס און יענץ, איר האט פרובירט איין ביזנעס און דאס צווייטע, און געט א קוק, איר האלט יעצט ביי אלף. וואס פארדינט איר דען? רחמנא ליצלן!
אלץ זיכוי הרבים, ממש לשם שמים, וויל איך אייך מיטטיילן א שפאגל נייע ערפינדונג, וואס ווען איר וועט דאס טון וועט איר קענען זיצן באקוועם אויף אייער סאפע אינדערהיים, און מאכן 30 טויזנט דאלער א חודש ווי גארנישט.
וזאת צריך למודעי! איך פארדין גארנישט פון די גאנצע זאך, איך פארדין ב”ה שוין שווערע טויזענטערס א וואך פון די ביזנעס. איי וואס פעלט מיר אויס די גאנצע קאפ וויי? נאר די תירוץ איז פשוט, צו וואס זאל איך נישט אין איין וועגס ארויסהעלפן נאך טויזענטער אידן זאלן אויך נהנה זיין, וואס איז מיט עזוב תעזוב? צדקה בדרך כבוד? ספעציעל אין די היינטיגע עקאנאמיע. דאס איז די איינציגסטע זאך וואס שטייט מיר פאר די אויגן, ממילא קענט איר זיין זיכער אז איך זאג אייך נאר די ריינע אמת.
וואס טוט איר יעצט פאר פרנסה? איר ארבעט שווער? עס איז א עבירה, א מאבד עצמו לדעת, א א חילול שם שמים, ממש א עוולה נוראה, איר הרגעט אייך מיט אייער ווייב מיט אייערע קינדער. פארוואס דארפט איר זיך נאך בכלל פלאגן ווען דאס געלט קען קומען צו פליען צו אייך אהיים? פארוואס זאלט איר נישט אויסלעבן דאס ביסל יארן מיט ישוב הדעת? טוט וואס אנדערע צופרידענע מענטשן טוען שוין, אנדערע פארדינען שוין ממון ודמים, און איר שלאפט און ליינט די בעל בית…
לאמיך אייך נישט אנציען. די רעדע איז פון א ניי ערפינדענע מאשינקל מיטן נאמען “ראוטשי” וואס מען אינסטולירט דאס אין די הויז צו אין אפיס, און עס בלאזט ארויס א ספעציעל לויטערע לופט וואס קומט פון א שטעטל אין באנגלאדאש מיטן נאמען “נאקוואל”, דער שטעטל פאר זיך איז פיל מיט נאטורליכע מינעראלן סיי אונטער די ערד, סיי די וואסערען און די ביימער מיט אירע זעלטענע שיינע געוואוקסן, וואס פון אלע ארומיגע לענדער קומט מען אהין זיך היילן. די כינעזער און יאפאנעזער באנוצן זיך שוין מיט דעם מיטל פאר הונדערעטער יארן, די וואס אטעמען אריין די לופט זעהן ממש אפענע וואונדער, פאציענטן וואס די דאקטורים האבן זיך שוין לאנג מייאש געווען אויף זיי קומען פון דארט ארויס ווי פריש געבוירן.
מיט א זעלטן נייע טעכנאלאיגע איז געלונגען פאר די פירמע “גראס ענד קא” צו קענען קאמפרעסן די לופט פון דארט אין א ספעציעלע פארום ביז עס איז ראוי אוועקגעפירט צו ווערן פון דארט. און דער אויבנדערמאנטע “ראוטשי” מאשינדל וועט צוריק מצליח זיין ארויסצונעמען די אויסערגעווענליכע “נאקוואל” לופט און דאס אויסשפרייטן אין אייער הויז פאר אזוי לאנג ווי דריי חדשים אין א ציה. א חלום צום ווירקליכקייט!
דאס מאשינדל איז א שטילע און קליינע שמוטשיקל וואס שטערט נישט קיינעם, דאס גערודער איז איידל און סענסעטיוו, ציט כמעט נישט קיין עלעקטעריק, ניטאמאל ווייסט מען אז עס ארבעט, עס צינד זיך נאר אן א בלויע LED לעקטערל, און אזוי ווייסט איר אז עס טוט זיין פליכט.
דאס גייט זיין די רעוואלוציע פונעם יאר הונדערט! קיין ספק!. טויזנטער מענטשן אין די גוי’שע וועלט נוצן שוין די “ראוטשי” מאשינדל מיט הצלחה און זעהן דערביי אפענע מופתים. בעלי בתים דערציילן אז זינט זיי האבן אינסטאלירט דאס מאשינדל זעהן זיי א אומאויפהערליכע שטייגנדע סוקסעס ביי זייערע ארבייטער, וועלכע זענען דאפעלט און טריפלט פראדאקטיוו!
שטעלט זיך אוודאי די פראגע וואו קומט איר, חשוב’ע ליינער, אריין אינעם בילד?
יעצט הייבן מיר אן אריינצוברענגען דעם ראוטשי מאשינדל אינעם היימישן מארקעט. און מיר גייען דאס צושפרייטן מיטן אלעמען באקאנטן “מאלטי לעוועל מארקעיטינג” מיטל, וועלכע ערמעגליכט הונדערטער מענטשן צו ווערן רייכע עשירים אויף אייביג.
מיר צילן די עיקר אויף שנה ראשונה אינגעלייט, זיי זענען געווענליך גענוג רייף אין חכמה צו מאכן די ריכטיגע ביזנעס באשלוסן, זייער דעת איז נאכנישט אויסגעמוטשעט. חוץ דעם וואס לשם שמים וועלן מיר אוודאי דאס אנטראגן פאר מענטשן וואס תורתם אומנתם, זיי זאלן קענען ווייטער לערנען און נתפרנס ווערן בדרך כבוד. אבער מיר נעמען אויך אן פון יעדע סארט עלטער, מענער און פרויען.
וויאזוי ארבעט דאס?
די רעגולער ריטעיל פרייז איז $1,200, איר באקומט עס אבער פאר א ספעציעלע האלסעיל פרייז פון בלויז $600 $300 דאלער פאר די ערשטע צוויי טויזענט מעמבערס.
אנצוהייבן דאס געשעפט דארפט איר איינלייגן ביי אונז 1000 דאלער וואס איר באקומט צוריק תיכף נאכן פארקויפן 50 מאשינדלעך. וואס איינער וואס האלט ערנסט דערביי קען דאס באווייזן אין “נאו טיים”… איר פארקויפט דאס מאשינדל פאר איינעם, און איר מאכט 10 פראצענט. דאס הייסט 30 דאלער פאר יעדע געשעפט!. איר פארקויפט, לדוגמא, 60 מאשינען א חודש, מאכט איר 1800 דאלער א חודש!!! און דא רעדט מען נישט פון קיין צוגעזאגעכצער, מענטשן זעהן שוין די פאקטישע געלט! 1800 דאלער א חודש גלייך ביים ערשטן שטאפל!
און דאס איז נאך קליין געלט. דא קומט אריין די גרויסע פארדינסטן…
איר רופט אריין אייער שוואגער, און די טעלעפאן געשפרעך גייט בערך אזוי: העלאו? עכעכעכעםםםם… יא, שלמה? הערסט מיך? די זאך איז אזוי, האסט שוין געהערט פון דעם ראוטשי מאשין? איך וויל דיך מזכה זיין, קענסט פארדינען אסאך געלט. עס איז ממש נישט קיין גרויסע זאכן… איך ווייס קלאר אז מענטשן זעהן שוין גרויסע געלטער, עס איז דא יעדע מיטוואך נאכט א קאנפערענץ אויפן טעלעפאן, עס איז אומגלויבליך וואס מענטשן דערציילן דארט… וועסט מוזן גיין דורך מיר, מען קען זיך נישט אליינס אויפסיינען.
אייער שוואגער וועלכע וועט גיין “אונטער אייך” וועט דאך פארשטייט זיך אויך אריינברענגען שווערע געלטער, און פון יעדע דאלער וואס ער ברענגט אריין באקומט איר אראפ 3 פראצענט!
אייער שוואגער וועט דאך פארשטייט זיך אויך אריינברענגען אסאך אגענטן. עס גייט גיין ווי געשמירט אין די היימישע געגנט. און פון יעדע דאלער וואס זיינע אגענטן ברענגען אריין, עד סוף כל הדודות, ווייטער און ווייטער, באקומט איר אראפ פראצענטן!
מורי ורבותי, מען רעדט דא פון עפרות זהב! איר דארפט זיין א חסר דעה נישט צו כאפן דעם מציאה מיט ביידע הענט!
דר. דזשעק יאנאקמייע פון די “אוינערווסיטעט אוו באנגלאדאש” וועלכע האט שוין שטודירט די נאקוואלע לופט די לעצטע צענדליגע יאר, האט אין א סטעיטמענט אויף די ספעציעלע קאנפערענץ ליין באוואונדערט די פאטענציאל וואס די ראוטשי מאשין קען האבן אין ניו יארק. “מען רעדט פון א געמיינדע וועלכע פארמאגן די ריכטיגע קאמיוניקאציע מיטלען, איין ריכטיגע ווינט קען האבן די ווירקזאמע אפעקט”.
אין א לענגערע רעדע האט מרת שאסלאוויטש פארציילט אפענע מופתים וואס זי האט געהערט פון פריינדינס וועלכע האבן שוין גענוצט דעם מאשין: “מרת י. פלעגט זיך אפרעדן אז איר מאן שטייט נישט אויף צו סוף זמן קריאת שמע, זייט זיי האבן אריינגענומען דעם מאשין האט זיך די סוף זמן קריאת שמע אויפן זמן צעטל אנגעהויבן פארשפעטערן מיט א שטארק אימפעט”.
משה ב. דערציילט: זייט איך האב אנגעצינדן דעם מאשין וועק איך מיר מער נישט איבער פון די קולות פונעם פיצל. איך ווייס נישט צו דאס איז ווייל זי האט אויפגעהערט צו וויינען אדער מיין אימיון סיסטעם האט זיך פארשטארקט אז איך הער דאס שוין נישט.
א קעכערטע אין די בית יאכטשא מיידל סקול דערצייל פון א קלעס מעיט: ראוטשי האט מיך געראטעוועט פון א זיכערע שלום בית פראבלעם, מיין מאן האט זיך גע’עקשנ’ט אויף א ספרים שאפע, איך האב דאס בשום אופן נישט געוואלט זעהן אינעם דיינונג רום, זינט די ראוטשי האט פארנומען א פראמינענט ארט אינעם דיינונג רום, אויפן פלאץ וואו די ספרים שאפע האט געזאלט פלאצירט ווערן, האב איך א באלדיגע אנטווארט צו מיין מאן ווען ער בעט א ספרים שאפע: די ראוטשי מאשין גייט “נישט” ארויס פון דא!
פאר ג. האט עס געהאלפן מיט די הכנות, פאר ד. האט עס געהאלפן מיט בעד באגס, פאר ה. מיט נערווען פראבלעמען, פאר וו. מיט די מארגעדזש, פאר ז. מיט די סטאקס. פאר ח. מיט שידוכים, פאר ט. מיט בעט נעצן, פאר י. מיט די שיר השירים פאביע.
פארשידענע שאלות פון שווארצקוקער וועלן פארשטייט זיך אויפשווימען ווי שוועמל נאך א רעגן. און מיר ווילן קלאר מאכן: מיר אדווערטייזן נישט דעם פראדוקט, ווייל מיר דארפן נישט צוקומען צו צאלן געלט פאר אדווערטייזמענטס, ווען די פאקטן רעדן פון זיך אליינס, חברא חברא אית ליה. דאס איז די בעסטע וועג! ווי אויך וועט איר נישט הערן קיין שום קריטיק אויף די מיטוואך’דיגע טעלע-קאנפרערענץ, נישט ווייל יעדע דרשה און עדות’שאפט מוז דורכגעזופט ווערן זיבן מאל פאר’ן רעדן, נאר פשוט ווייל עס איז נישטא קיין קריטיק!
די פראדוקט וועט זיין צובאקומען אנהייב קומענדיגן וואך ביי מרת שטאסלאוויטש אינדערהיים, און פון דארט וועט זיך עס צושפרייטן ווי די צפרדע צו אלע חשוב’ע נשים צדקניות און זייערע שנה ראשונה אינגעלייט.
כולל אינגעלייט, גענוג גע’עמביט און גע’גאוטשיט, הייבט אן מיט די ראוטשי מאשינדל ערצייגט דורך גראס ענד קא., רופט אייער שוואגער, שרעקט אייך נישט פון זיין שרעקעדיגע מינע. און הייבט אן איינמאל פאר אלעמאל צו פארדינען דאפעלט ווי אייערע שוואגערס און ברודערס.
ויקץ ויחלום שנית… ליהודים היתה אורה…

March 14, 2011 at 9:50 AM#2
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

Oh man you are unreal!

March 14, 2011 at 11:08 AM#3
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

נו? וואו קען מען עס קויפן? טרייבסט ליצנות אדער עס איז א ערנסטע ביזנעס?

March 14, 2011 at 11:15 AM#4
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

סא ערענסטע ביזנעס, איך בין שוין כמעט אויסגעהיילט.

March 14, 2011 at 1:44 PM#5
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

וואס טוט מען נאך די דריי חדשים?

March 14, 2011 at 2:10 PM#6
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

גוט צולייגט די mlm משוגעת’ן, מתתי’ יישר כח!

March 14, 2011 at 2:39 PM#7
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

עס קומט פון די זעלבע פלאץ ווי די “יאנג ציף” בינען האניג?

March 14, 2011 at 3:44 PM#8
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

“וואס טוט מען נאך די דריי חדשים?”

כאב מיר אויך געואונדערט,
מן הסתם דארף מען קויפן א ריפילל.

March 14, 2011 at 5:38 PM#9
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

ויקץ ויחלום שנית, גיט אויסגעפירט

March 14, 2011 at 6:02 PM#10
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

אוי!! וויפיל געלט שנה ראשונה אינגעלייט האבן דערלייגט ביי עמביט און שעקלי וכל שום וחניפה, אוי נעבעך!

מנחם!? ווי ביסטו? האלטס אינמיטן פארקויפן ראוטשיס??? וויפיל האסטו שוין פארקויפט? וויפיל עזשענטס האסטו שוין אינטער דיר? די נומבער פאָרן ווי ביים סטאק מארקעט???

March 14, 2011 at 6:17 PM#11
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

בן בית, איך זעה די ווילסט אזוי שטארק הערן מיין מיינונג, וועל איך זאגן.
יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז צו מאכן געלט מוז מען ארבעטן און פארקויפן א פראדוקט, מ’קען נישט מאכן געלט נאר פון אריינברענגען מענטשן ווייל דאס האלט זיך נישט.
א פראדוקט מוז זיין אזאנס וואס מענטשן קויפן פאר א סיבה, נישט ”נאר” ווייל יענער האט מיך געבעטן און צוגערעדט עס צו קויפן, און ווייל איך וויל זיין א מעמבער און מאכן געלט דורך אריינברענגען נאך מענטשן.
נישט מער געדאכט ווען ס’איז ארויסגעקומען גוטשי בערי, האט א זייער געטרייע חבר’טע אנגעטראגן מיין ווייב עס צו פארקויפן. אלע הבטחות און די זייט געלייגט,האבן זיי רעקווייערט צו קויפן קודם צוויי קעיסעס אויפאמאל ביים אויפסיינען. האב איך גלייך געזאגט אז די עצם ‘פראדוקט” איז א שווינדל. א נארמאלע קאמפעני גיט אוועק אימזינסט אויסצוטרייען זייערע פראדוקטן ווייל זיי זענען קאנפידענט אז ס’וועט העלפן. עט ליעסט דורך דעם מאכן זיי דעם קאסטומער קאנפידענט אז ס.
‘העלפט. אבער פארלאנגן צו קויפן צוויי קעיסעס די ערשטע זאך, ווייזט גלייך אויף א שווינדל.
ס”ה איז, מ’דארף נישט זיין די קליגסטע ביזנעסמאן עס איינצוזעהן, אביסל ישוב הדעת איז געניג.

March 15, 2011 at 10:37 AM#12
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

זייער צום זאך געשריבן. גוט ארויסגעברענגט!

כ’וואונדער זיך נאר צו “ראוטשי” קען עווענטואל ראטעווען יאפאן פון ווערן אנגעשטעקט מיט ארויסליעקנדע ראדיאציע פון די געשעדיגטע רעאקטארן – דורך אריינבלאזן אביסל ריינע “נאקוואל” לופט. ימים ידברו.

March 15, 2011 at 10:59 AM#13
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

משה, הייב עס אן צו פארקויפן און ווער רייך, זיי נישט ביזי מיט קיין אילוזיעס און טעאריעס. איך מאך שוין אסאך געלט דערפון :)

March 15, 2011 at 12:29 PM#14
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

מנחם, טאמבס אפ! האסט עס זייער גוט ארויסגעברענגט. די גאנצע מהלך ווייזט אז עס איז נישט קיין “סאליד” ביזנעס. נאר ווילדקייט און איבערגעטריבנקייט.

March 15, 2011 at 12:33 PM#15
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

רעב צום זאך, איר שארט ביליאנען פון פארקויפן “ראוטשי”, איך שפייז מיך פון פארקויפן טעאריעס און קאנספיראציעס פאר גרויס געלט. נישט יעדער איז געאייגענט פאר יעדע ביזנעס כאטש אויבן אויף קוק ביידע ביזנעסער אויס ממש אייניג… (ווי זענען די סמייליס?…)

March 15, 2011 at 3:35 PM#16
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

מנחם כתב
“ס”ה איז, מ’דארף נישט זיין די קליגסטע ביזנעסמאן עס איינצוזעהן, אביסל ישוב הדעת איז געניג.”

עס האט גארנישט מיט חכמה, עס איז מער אביסל עקספיריענס, ווייל סוף כל סוף קען מען אלעס מסביר זיין, יעדע זאך האט א תירוץ, פארוואס מען מוז קויפן פאראויס? פשוט, זיי האלטן נישט ביים דילען מיט קליינע ארדערס, א נארמאלע תירוץ וואס לייגט זיך אפען שכל.
און אזוי ווייטער כמעט יעדע זאך קען האבן א תירוץ,
מל”מ מיינט בהחלט א סקעם? ניין! קוק אן שעקלי, זיי גייען אויך אויף א מל”מ ביזנעס מאדעל, אזוי אויך דעי קאנטעינערס וואס די פרויען פארקויפן שוין יארן, וויזוי הייסט עס נאר? און פוללער בראש אויך דאכט זיך.
עכ”פ, עס האט נישט מיט קיין שכל, ס’איז אביסל עקספיריענס, אם חכמה אין כאן, זקנה יש כאן!

March 15, 2011 at 4:45 PM#17
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

מל”מ זאגט קיינער נישט אז ס’איז א סקעם, אבער קויפן צוויי באקסעס ביים אויפסיינען דאס יא.
שעקלי איז פראדוקט, עס איז ניצבאר, מ’קען עס אויספראבירן אויף א קליינעם פארנעם, מ’קויפט עס ווייל מ’האט ניצן דערפון, פולער בראש האט מען ניצן דערפון, מ’קען אויפווייזן שווארץ אויף ווייס פארוואס ס’איז גוט, די איינציגסטע דיפערענץ איז, די וועג פון עס פארקויפן.
אמת טאקע אז זקנה מיט עקפיריענס איז זייער ניצבאר און גוט, אבער וואס זאל טוען איינער וואס איז יונג, דארף ער טאקע דערלייגן זיין גאנצע דרשה געשאנק געלט ביז ער לערנט זיך אויף די אייגענע הויט, כגון דא, קומט אריין ישוב הדעת, זיך נישט לאזן פארפירן פון די געפילן און איבערגענומענקייט אויף די מינוט.

March 15, 2011 at 5:29 PM#18
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

יישוב הדעת העלפט אויך נישט, ווייל דער יונגער אומערפארענער וועט נאכן איבערטראכטן דעם ענין אויך נישט פארשטיין אזוי ווי חביבי שרייבט.
אין מיין אפיניאן איז דא איין כלל גדול, וואס דאס וועט אייך ראטעווען פון אלע אזעלכע סקעמס.
האקט עס אייך אריין גוט אין קאפ
זאגט עס פאר אייערע קונדערלעך פאר זיי האבן חתונה

“אויב עפעס קוקט אויס צו זיין צו גוט צו זיין אמת, איז עס טאקע”
אין ענגליש
if something sounds to good to be true, it probably is

March 15, 2011 at 6:25 PM#19
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

די קאמפעניס האבן מן הסתם נישט אינזין צו מאכן סקעם, אבער פאקטיש איז עס!
ווייל:
מ’דארף אריינלייגן געלט
מ’מיינט אז מ’דארף פלעין אויפהייבן די טעלעפאון (פון בעט) צום שוואגער און גלייך קויפט ער
ביי עמבעט איז געווען ברייט באקאנט “איין” אינגערמאן אין כולל וואס באקומט יעדע חודש טויזענטער $$$ יעדן חודש אויפן פאסט, אבער שטארק נישט באקאנט פון “אסאך” אינגעלייט וואס האבן דערלייגט טויזענטער
נניח אז ס’לוינט זיך אַנצושטעלן אפשר וועל איך זען דעי איינער, אמת. וואלט איר אמאל געצאלט פאר א לאטערי (….אנצוהייבן דאס געשעפט דארפט איר איינלייגן ביי אונז 1000 דאלער וואס איר באקומט צוריק תיכף נאכן פארקויפן 50 מאשינדלעך….) $1000.00 ?

March 15, 2011 at 6:25 PM#20
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

א מעשה’לע איבער דעם וואס לאזער מענדל שרייבט:

א גלח האט אמאל געזאגט פארן קייסער נאכדעם וואס ר’ יונתן אייבעשיץ האט אים מנצח געווען אין א ויכוח, אז דאס וואס ר’ יונתן איז אים אלץ מנצח איז נישט קיין ראי’ אז ער איז גערעכט, ווייל ער איז א קלוגער מענטש, לאמיר זען אויב א פשוט’ער איד קען מיר אויך מנצח זיין, דער קיסר האט מסכים געווען.

דער גלח שטעלט אפ דעם ערשטן איד וואס מען האט אנגעטראפן, א פשוט’ער בעל עגלה, און זאגט אים: דו ווערסט דאך יעצט פארשווארצט פאר פרנסה, און דו האסט נישט קיין געהעריגע לעבן, אויסער דעם וועסטו נאך גיין אין גיהנם ווייל דו ביזט א איד, און אפי’ אויף די וועלט ביזטו גע’רודפ’ט פון יעדעם ווייל דו ביזט א איד. איך האב פאר דיר א פארשלאג, אז דו וועסט זיך שמד’ן וועל איך דיר געבן א גרויסע שטיק לאנד, און אסאך געלט, און איך וועל דיר חתונה מאכן מיט א אנגעזעהענע מיידל, און דער קיסר וועט דיר געבן א חשוב’ע טיטל, און אזוי אויך וועסטו נאך דיין שטארבן אריינגיין גלייך אין גן עדן אריין. נא, וואס זאגסטו צום געשעפט?

זאגט דער איד: איך בין נישט מסכים דערצו, איך וויל בלייבן א איד.

פרעגט דער גלח: פארוואס ביזטו נישט מסכים, איז עס נישט א גוט געשעפט.

זאגט דער איד: איך בין א פשוט’ער בעל עגלה א זון פון א בעל עגלה, וואס פארשטיי איך צו רעליגיעס, אבער מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט, אז אויב איינער טראגט מיר אן אפצוקויפן מיין אלטע פערדל פאר אביסל ביליגער ווי מען קען באקומען א נייע, קען איך אים עס פארקויפן, אבער אויב איינער טראגט מיר אן אפצוקויפן מיין אלט פערדל, און פארדעם וועט ער מיר צאלן אזויפיל ווי פאר א נייעם, און ער וועט מיר נאך געבן אן אנדערער פערד צו דעם, דאן זאל איך נישט טון דאס געשעפט, ווייל פארוואס וויל דיר יענער געבן געלט און א נייער פערד, פאר א אלטער אפגעדינטער פערד, זיכער ליגט דא עפעס באגראבן וואס טויג נישט.
אלזו, פירט אויס דער איד, אויב זיך שמד’ן איז טאקע אזא גליק, דאן פארוואס ווילסטו מיר נאך צוגעבן געלט מיט כבוד, מיט א גוטע שידוך, אלא מאי עפעס אין דעם געשעפט טויג נישט.

דער נמשל איז נישט 100% דומה למשל, אבער דער געדאנק איז דער זעלבער.

March 15, 2011 at 6:26 PM#21
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

בן בית, ביי עמביט ווייס איך גראדע פון איינעם וואס מאכט שיין געלט (עטליכע הונדערט א חודש), איך האב נישט געוואוסט אז מען קען אויך פארלירן געלט ביי זיי, וויאזוי פארלירט מען געלט ביי עמביט?

March 15, 2011 at 6:35 PM#22
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

לייב דיין מעשהלע איז גוט, האט מיר געקאסט א שמייכל.
ביי עמביט קען איך גוט איינעם וואס מאכט טאקע עטליכע הונדערט דאלער פלאס באנוסעס,
אבער…
ער ארבעט עני טיים אזוי שווער אויב נישט שווערער ווי עני אנדערע מענטש וואס פארדינט די סכום.

March 15, 2011 at 6:38 PM#23
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

איך קען פערזענלעך 2 נאנטע מענטשן וואס האבן דערלייגט טויזענטער ביי עמבעט נאך חדשים ארוםלויפן צו אלע באקאנטע ווי שנארערס און דאך לא עלתה להם

March 15, 2011 at 6:41 PM#24
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

איך כאפ נישט וויאזוי.

אויב וויל איך ארבעטן אלץ אגענט פאר עמביט, דארף איך צאלן אפי’ איין דאללער?

March 15, 2011 at 7:38 PM#25
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

יא. און אויך מיז מען האבן עזשענטס אינטער זיך און אסאך קאסטעמארס צו צוריקמאכן די געלט וואס מ’לייגט איין, און נאכדעם וואס מ’זעט אז ס’גייט נישט ווי געפלאנט איז דא נאך פארשידענע וועגן ווי מ’גיסט אריין נאך א דאלער און נאך א דאלער נישט צו אנזעצן ביז….

March 15, 2011 at 7:44 PM#26
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

פיינע פורים ארטיקל, ס’איז נישטא קיין חשש פון שחוק וקלות ראש… ס’אבער פיין אראפגעלייגט א אקטועלע טעמא וואס איז וויכטיג אויסצושמועסן.
אגב האב איך זייער הנאה פון די בעל בית. ווי אזוי קען מען זען אלטע אויסגאבעס?

March 15, 2011 at 9:43 PM#27
ענדליך: פארדינט 30 טויזנט דאלער יעדע חודש, דורך זיצן אויפן סאפע!

my critic on this article is that in the begining it sounds like a regular balboos article and at the end he mixes in litzunis words it should be a purim article – to me its a bit corney