ווי אזוי פירט איר אייער געשעפט?

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: צו , תשע"א · בעל-בית נומער: 40 · דאטום: 2011-03
http://www.balboos.com/content/2011/03/ווי-אזוי-פירט-איר-אייער-געשעפט/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווי אזוי פירט איר אייער געשעפט?

אויב זענט איר א געשעפט אייגנטימער אדער אויפזעהער, דאן זענט איר זיכער שטענדיג פארנומען מיטן טרעפן עצות און וועגן צו פארבעסערן און העכערן רווחים. פאלגנד איז א קורצע אבער שארפע ליסטע פון עצות וואס איר קענט שוין היינט אויספירן אין אייער געשעפט צו זעהן געוואלדיגע רעזולטאטן.
1‬  א סביבה וואס נעמט גוט אויף
צו אפט זעהן מיר אז געשעפטן האבן אינזין אלעס אויסער אויף דעם וועג ווי אזוי דער קליענט שפירט אין דעם געשעפט. איר ווילט אז אייער קונה זאל האבן דעם בעסטן עקספעריענס צווישן די ווענט פון אייער געשעפט און איר מוזסט דערפאר מאכן זיכער אז דער סביבה נעמט אים טאקע אויף ריכטיג.
2‫‬  ריכטיגע לעקטער
פילע גרויסע געשעפטן לייגן דאס לעצט אויף זייערע ליסטעס ווען זיי מאכן איבער אדער פארשענערן דעם געשעפט. ווען עס איז שוין נישט דא קיין געלט, ליידט דער לעקטער- און דער קונה! אויך, ווען באלבס פעלן אין עטליכע פלעצער געבט דאס א געפיל פארן קונה אז עס גייט אייך נישט צופיל אן.
3‬  גוטע און פשוטע גרעפיקס (וואס בלייבט אין די קונה’ס מח)
פאטשקעט נישט אן אייערע עדס און געשעפטן מיט צו סאך גרעפיקס, נאר פראפעסיאנעל און ארגאנאזירט.
4‫‬  געבט עצות
מאכט זיכער צו איינזעהן אז דער מיטל-מעסיגער קליענט איז נישט מורא’דיג שעפעריש און ער האט פיל ווייניגער צייט און געדולד צו קוקן און זוכן צו באקומען עצות. אייער געשעפט זאל אים ווייזן די וועג צו גוטע עצות, אבער אים נישט צושטופן צו זיי.
5‫‬ פריינטליכע און מיטארבעטנדיגע שטאב
עס הערט זיך ווי פארשטענדליך אבער עס איז נישט! פראבעס ווייזן אז קליענטן געדענקען מענטשן מער ווי זאכן. ווען א קייט-געשעפט פירמע האט דאס אויספרובירט אין 120 פון זייערע געשעפטן, האבן זיי איינגעזעהן אז יעדער האט געדענקט א שמייכל אדער א גוטע טאט, אבער קיינער האט געדענקט דעם קאליר פונעם ערד. און דער אייגנטימער האט געשפענדט חדשים אויף דעם ערד און איר קאליר…
6‫‬  א פלאץ פון אפרוה…
מאכט זיכער אז קונים האבן א געלעגנהייט אין אייער געשעפט ווען זיי קענען נעמען עטליכע מינוט צו איבערטראכטן אייערע בייפאלן און מחליט זיין וואס צו קויפן.
7‫‬  זייט אמת’דיג!
ווייזט די פרייזן- באהאלט זיי נישט- אפילו אין דעם פענסטער. דערציילט מעשיות און דעטאלן פון אייערע פראדוקטן מיט טאטאלע אמת’דיג’קייט. עס לוינט זיך!
8‫‬  א געוואלדיגער באצאלונגס עקספעריענס
וואס איז דער קליענט’ס לעצטער איינדרוק פון אייער געשעפט? זיין באצאלונג עקספעריענס! מאכט זיכער אז די באצאלונגס טיש איז ריין און מסודר. לאזט נישט דעם קונה ווארטן צו לאנג, און אויב זיי מוזן ווארטן בכלל דאן מאכט זיכער אז זיי האבן עפעס א סארט פארוויילונג.
9‫‬  זייט אייער אייגענער קליענט
גייט ארויס פון דעם געשעפט און הערט אייך צו צו אייערע קליענטן נאכדעם וואס זיי האבן באזוכט אייער געשעפט… דאס איז די צייט וואס זיי וועלן ארויסברענגען זייער אמת’ע מיינונג. קומט אריין אין אייער געשעפט אלס א קליענט- טיילט אייך אפ פון אייער אייגענער געשעפט- און פרובירט צו שפירן וואס זיי שפירן. קריטיקירט און זייט אמת’דיג!
10‫‬  ריינקייט
כאטש מיר שפירן אלע אז פונקט ווי אין אונזערע שטובער, מוז דער געשעפט זיין ריין, מיינט ריינקייט נישט נאר ריינע ערד נאר פיל מער:
•    שפיגלען און פענסטערס מוזן זיין ריין
•    טירן מוזן אלעמאל זיין ריין- קיין שום פינגער, האנט, אדער פיס אפדרוקן
•    שטויב- דער אייביגער קריג- מוז אלעמאל זיין אפגעווישט
•    אונטער די באצאלונגס ארט- כאטש וואו עס קען געזעהן ווערן- מוז זיין ארגאנאזירט
•    קיין שום שיסלעך, בעזעמעס, אדער רייניגונג געצייג פאר דער קליענט’ס אויג
•    איך ווייס אז איר זענט כסדר פארנומען מיטן רייניגן… אבער מיר מוזן נישט וויסן אדער זעהן ווי אזוי!

הצלחה רבה אין פארבעסערן אייער געשעפט!